די טראגישער לעבנסשאפן פון אוריאל אַקאָסטאַ
נשלח: דינסטאג פעברואר 23, 2021 1:55 pm
[justify]דאָס אַלץ האָט זיך אָנגעהויבן אין יאר ה''א רנ''ב, ווען דאס אידענטום פון קאַסטיל און אַראַגאָן האבן זיך דראסטיש אפגעזאגט פון זיך צו טויפן צו קריסטנטום. אין רעזולטאט האט דער שלאק און בייזער קעניג פערדינאַנד דער צווייטער, אינאיינעם מיט זיין קעניגן די קלאפטע איזאַבעלאַ, אונטערגעשריבן דאס 'ארויסוואנדערונג-דעקרעט' וואס האט געלויטעט אז אלע אידן פון שפאניע זענען פארפליכטעט איבערלאזן זייער גאנצע האב און גוטס פאר די געברויך פון קעניגליכער קאסע, און נעמען דאס וואנדער שטעקן אין די האנד און פליכטן דאס לאנד אויף שטענדיג. דאס האט דער שלעכטער קייזער געטאן אויפן איניציאטיוו פון דעם גרויזאמער גייסטליכער רשע טאמעס דע טורקמאַדאַ, און די אלע אינטערווענץ פונעם שפאנישען פינאנץ מיניסטער דון יצחק אברבנאל אפצושרייען די רשעות'דיגע דעקרעט, זענען געפאלן אויף טויבע אויערן. עס איז געווען א טראגישער אינצידענט אין די אידישע היסטאריע וואס האט געהאט ווייטגרייכנדע קאָנסעקווענצן.
נישט אלע אידן האבן געקענט ביישטיין דאס ביטערער ניסיון, און א סאך אידן האבן זיך ליידער געטויפט קריסטנטום. אבער אין געהיים האבן זיי ווייטער געהיטן תורה און אידישקייט ווי ווייט די אומשטענדן האבן זיי ערלויבט. דער רשע טורקמאַדאַ, האט דאס אלעס גוט געוויסט, דערפאר האט אויף די גוטהייסונג פון קעניג פערדינאַנד, געגרינדעט די פארשאלטענע אינקוויזיציע וועלכע האט ברוטאליש פארפאלגט די אזוי גערופענע נייע קריסטן. אין רעזולטאט פון די אינקוויזיציע האבן די פארבארגענע אידן פארהוילן זייער אידישע גלויבונג אפילו פון זייער אייגענע קינדער ביז זיי זענען געווען גענוג ערוואקסן, אויס אנגסט אנדעקט צו ווערן דורך די געהיים אגענטן פון די פארשאלטענע אינקוויזיציע וועלכע האבן געשוועבט אומעטום.
עס איז די הייליגסטע נאכט אין יאר, ס'איז יום הקדוש פארנאכטס. אידן שפאנען אין שול אריין איינגעהילט אין ווייסע קיטלען און טליתים. די געזיכטער זענען ערנסט און די אויגן זענען פארפולט מיט הייסע טרערן. אין שול נעמט מען ארויס די הייליגע ספרי תורה און דער חזן הייבט אן צו זינגן דעם כל נדרי מיט גאר א הארציגע מעלאנכאלישע געזאנג וואס דרונגט אריין ביז צו די טיפענישן פון די נשמה. לויט מאנכע שטאמט נאך דאס הארץ-רירענדער ליד פון די אנוסים פון שפאניע. אייגענטליך וואס האבן די אנוסים פון שפאניע איינגעשטויסן מיט כל נדרי? זייער גלייך. דער כל נדרי שאפט אפ דאס פארבאט וואס הערשט דורכאויס דאס יאר צו דאווענען אינאיינעם מיט עבריינים. ווען די שפאנישע אנוסים האבן ענדליך געפליכטעט דעם איבערישער האלב-אינזל, און דערגרייכט די בארטענעס פון לענדער וואו זיי האבן געקענט גענוסן פון רעליגיעזע פרייהייט, און זיי האבן ווידעראמאל געהאט די געלעגנהייט צו לעבן פריי און אלס עפענטליכע אידן, האבן זיי צום באדויערן זיך אנגעשטויסן אין א העפטיגע אָפּאָזיציע פון די אידישע געמיינדעס. נעמליך, די אידישע געמיינדע מיטגלידער האבן באטראכט די נייע קריסטן מיט ערענסטע פארדאכטן. דאס איז געווען דער אורזאך פארוואס מ'האט דורכאויס דאס יאר נישט געוואלט דאווענען מיט זיי אינאיינעם אונטער איין דאך, סיידן דאס הייליגסטע טאג אין יאר יום הקדוש ביינאכט.
אין די ווירקליכקייט האט שוין ביי די אשכנזים דאן עקזעסטירט אן הארבער חרם פון רבינו גרשום מאור הגולה, נישט צו דערווייטערן קיין אנוסים אין שול. ווארשיינליך האבן די ספרדים דאס נישט אנגענומען, גענוי ווי אזוי זיי האבן נישט אנגענומען אלע אנדערע חרמות פון רבינו גרשום פון מאַגענצע.
זענען די אידישע געמיינדעס טאקע געווען אינגאנצן גערעכט מיט זייער אויפאסונג אויף די אנוסים? ס'איז שווער צו זאגן! אבער אין עטליכע פעלער זענען זיי ווארשיינליך געווען עטוואס גערעכט, צום ביישפיל אינעם פאל פון די טראגישע געשיכטע פון אוריאל אַקאָסטאַ!
אַקאָסטאַ איז געבוירן אלס גבריאל, אין די שטאט פּאָרטאָ אין פּאָרטוגאַל. זיין מוטער האט געשטאמט פון שפאנישע אנוסים. און ווי דער שטייגער פון די אנוסים איז געווען, האט זיין מוטער אים נישט אנטפלעקט זיין אידישער אפשטאם ביז ער איז עטוואס עלטער געווארן. דער קליינער גבריאל האט פארמאגט א געזונטער קאפ אויף די פלייצע, און ער האט גאר גוט באנומען אלעס וואס ער האט געלערנט. ווען זיין מוטער האט אים אנטפלעקט איבער זיין אידישער אפשטאם האט ער צו איר גרויס איבעראשונג עס אנגענומען זייער לייכט און פאזעטיוו. ער איז אין גרויס געהיים אנטלאפן פון פּאָרטוגאַל קיין אמסטערדאם, וואו ער האט זיך עמטליך מגייר געווען און זיך א נאמען געגעבן אוריאל.
אוריאל האט געהאט שטודירט דאס תנ''ך, אבער ער איז געווען גענצליך אנגעפיקעוועט מיט די קריסטליכע אפטיישונגען פונעם תנ''ך. די עקלערונגן פון חז''ל אויף די פסוקים פון תנ''ך האבן ביי אים נישט פארנומען קיין שום ארט, ער האט זיך געשאפן זיין אייגענער באגריף איבער דאס אידישער גלויבן געבויעט גענצליך לויט זיין באגריף, אזא שטייגער ווי זיין נאכפאלגער ברוך שפינאזא זאל ער זיין א גוטער אין דער ערד ליגער. אַקאָסטאַ האט נישט געהאלטן זיין קרומע שטעלונגן ביי זיך אין די געדערים, נאר ער האט זיכער געמאכט אז די גאנצע אידישע געמיינדע זאל וויסן איבער זיינע שטעלונגן, און דאס האט זעלבסטפארשטענדליך נישט גוט אויסגענומען ביי די אידישע געמיינדע, און אַקאָסטאַ איז געווען געצווינגן צו אנטלויפן פון אמסטערדאם קיין האמבורג – דייטשלאנד, וואו ער האט זיך באזעצט.
זיינע שריפטן האבן אויף א וועג דערגרייכט צום שרייב טיש פון רבי יהודה אריה פון מודענא, דער גרויסער תלמוד פון רבי שמואל יהודה קצנלנבוגן ז''ל, א זון פון דער גרויסער מהר''ם מפּאַדואַ ז''ל. רבי יהודה אריה האט דאן געדינט אלס רב פון ווענעציע – איטאליע. רבי יהודה אריה איז פיל געווארן מיט צארן וועט ער האט געלייענט די אומווערדיגע שריפטן פון אַקאָסטאַ, אזש ער האט געשריבן פאר די רבנים אין האמבורג, אז אויב אַקאָסטאַ וועט נישט צוריקציען פון זיינע פארפירישע מיינונגן אין די עפענטליכקייט, גייט ער אים אריינשטעלן אין חרם. אַקאָסטאַ האט אבער נישט געהאלטן ביים צוריק ציען פון זיינע מיינונגן, רבי יהודה אריה האט נישט געהאט קיין צווייטער אויסוואל און ער האט אויסגערופן א הארבער חרם אויף אַקאָסטאַ. צען יאר איז אַקאָסטאַ געזעצן אין חרם, ער האט נישט געהאט פארקער מיט קיין שום איד אפגעזען פון זיין מוטער. רבי יהודה אריה האט גלייכצייטיג אויך אפגעשריבן א ספר מיטן נאמען 'מגן וצינה' אין וועלכע ער האט אָפּגעוואָרפן די פארקורמטע מיינונגן פון אַקאָסטאַ.
נאך צען יאר אין עלענדקייט האט זיך אַקאָסטאַ צוריק געקערט קיין אמסטערדאם. דארט אין אמסטערדאם האט ער אנגעבליך תשובה געטאן, און ער האט זיך מתוודה געווען אין די גרויסע פארטיגעזישער שול אויף זיינע הארבע זינד, און ער איז צייטווייליג צוריק געווארן אקצעפטירט געווארן אין די געמיינדע.
אַקאָסטאַ האט זיך אבער נישט געקענט לאנג איינהאלטן, און ער האט ווייטער פארגעזצט צו פארשפרייטן זיינע מיינונגן און אנטשויאונגען. אצינד האט ער שוין געלייקענט אין הישארות הנפש אויך. דאס האט אייגענטליך שטארק צוגעשפילט פאר די רבנים אין אמסטערדאם, זיי האבן אים פארמאסערט פאר די קאטוילישער קירכע. די קריסטן גענוי ווי די אידן גלויבן אויך שטארק אין הישארות הנפש. אין רעזולטאט איז זיין נאר וואס פארפאסטער נייעם ספר 'בחינת מסורות הפרושים' פארברענט געווארן אין צענטער פון שטאט. זיין גייסט איז גאר שטארק אראפגעקלאפט געווארן פון דעם דאזיגער אינצעדענט, אבער ער האט ווייטער פארגעזעצט מיט זיינע גראנדיעזע שגץ שטיק. די רבנים פון אמסטערדאם האט איינגעזען אז זיי קענען נישט פטור ווערן פון דעם געמיינעם קערל, האבן זיי געטאן גענוי ווי רבי יהודה אריה פון מודענא האט געטאן מיט יארן פריער, זיי האבן אין אריינגעשטעלט אין חרם.
נאך זיבן יארן פון זיין איזולירט און דערווייטער סיי פון אידן און סיי פון קריסטן, האט אַקאָסטאַ זיך געוואנדן צו די אידישע געמיינדע פירער פון אמסטערדאם מיט א פארלאנג אז מ'זאל אים צוריק אקצעפטירן אין די אידישע געמיינדע. זיי האבן איינגעשטומט אבער בלויז מיט עקסטרימע באדינונגען.
אַקאָסטאַ איז ערשינן שבת אין שול וואו די גאנצע געמיינדע איז געווען פארזאמלט. ער האט זיך אויפגעשטעלט אויף די בימה און זיך עפנטליך מתודה געווען אויף זיינע זינד. דאן האט ער זיך ארונטערגעבויגן און דער שמש הקהל האט אריינגעפראקט אין אים ניין און דרייסיג שמוץ מיט א בייטש. און ביי די ענדע פונעם דאווענען האט ער זיך ארונטערגלייגט ביים שוועל פון שול, וואו די געמיינדע מידגלידער האבן ארויפגעטרעטן אויף אים מיט גרויס שאנדע. דאס איז שוין געווען צופיל פאר אַקאָסטאַ דורכצוטראגן, ער האט דאס מער נישט אויסגעהאלטן, ער האט זיך אומגעקערט אהיים א צוקלאפע נשמה. ער האט זיך אוועק געזעצט שרייבן זיין לעצטער שרייב ווערק. ער האט אפגעשריבן א הארבע און א דראמאטישע באשולדיקונגס בריוו, אין וועלכע ער שילדערט זיינע שטורמישע איבערלעבענישן. דאס בריוו איז שפעטער געדרוקט געווארן אויף לטייניש מיטן נאמען 'דוגמת חיי אדם'. ווען ער איז פערטיג געווארן שרייבן דאס בריוו, האט ער גענומען א רעוואלווער אין זיך אריינגעיאגט א קויל אין קאפ.
מיט דעם האט זיך געשלאסן דאס שטורעמיש לעבן פון איינע פון די מערסט קאָנטראָווערסיאַלסטע אידישע פיגורן, וועלכע האט אן קיין צווייפל אויפגעטרייסלט דאס אלוועלטליכער אידענטום אין יענע עפאכע.[/justify]