בלאט 1 פון 1

וואקסינען! אמעריקא-ארץ ישראל.

נשלח: דינסטאג פעברואר 23, 2021 3:55 pm
דורך גיב א שמייכעל
ס'איז ממש צום שטוינען!
בשעת וואס אין ארץ ישראל טיילט מען שוין וואקסינען רעכטס און לינקס, אפילו פאר די חוץ לארץ'דיגע בחורים, וכל הרוצה יבוא ויטול, (מ'געט נאך צו, א טעלער טשולענט צו דער זייט אויך...) שלעפט זיך די וואקסין געגעבאכטס דא אין אמעריקא ווי א לאנגזאמע טשעכורפאכע און קוים וואס די עלטערע באפעלקערונג קענען עס שוין באקומען....
ס'איז וואר אז די איזרעילי באפעלקערונג איז א שפיי אין ים קעגן אמעריקא'ס, אבער די אומבאלומפערטע ווערטשאפט וואס גייט פאר, איז נעקסט לעווע"ל! קודם פארלירט זיך אסאך, נאכדעם גייט קאליע נאך, און נאכדעם גנב'ט מען א שיפמענ"ט...
אויב איינער וויל זייער שטארק באקומען די וואקסין איז שוין לכאורה גרינגער צו פארן קיין ארץ ישראל און עס דארט נעמען, ווי ווארטן עס דא צו קענען באקומען!

נשלח: דינסטאג פעברואר 23, 2021 4:56 pm
דורך תרמב
מדינת ישראל האט א ציהל צו ווייזן אז זיי ציילן זיך ציווישן די גרויסמאכטן אפילו זיי זענען קליין אין סייז, במילה האבן זיי געארבעט ביטער שווער איבערצוקומען די ביוראקראטיע צו ווייזן ווי מעכטיג זיי זענען.

Re: וואקסינען! אמעריקא-ארץ ישראל.

נשלח: דינסטאג פעברואר 23, 2021 5:11 pm
דורך קאלטגעבראטן
אין דערנעבידיגען new jersey קען מען שוין בקו באקומען אויב האט מען סיי וואספארא health conditions(like obesity or smokers(

Sent from my SM-N960U using Tapatalk

נשלח: מיטוואך פעברואר 24, 2021 2:54 am
דורך [NAMELESS]
אין גאנץ אמעריקא טיילט מען שוין וואקסינס פאר יעדעם איינעם, חוץ ביי אונז אין ניו יארק, קרעדיט קומט זיך פאר אונזער איטאליענער מאסן מערדער (קאומאו ישפך הודו)

Re: וואקסינען! אמעריקא-ארץ ישראל.

נשלח: מיטוואך פעברואר 24, 2021 5:54 am
דורך פאליטיקאנט
א"י איז א לאנד וואס געזעצן און ביוראקראטיע שטייט נישט אין וועג פון קיינעם, אלס פירט זיך לויט ווי מענטשן פארשטייען. ממילא אויב גענוג מענטשן פארשטייען אז יעצט איז די צייט זיך צוצושטעלן צו א פראיעקט - אין אונזער פאל וואקסינען - פארט אלעס געשמירט...

נשלח: דאנערשטאג מערץ 04, 2021 8:15 am
דורך גיב א שמייכעל
פאליטיקאנט האט געשריבן:א"י איז א לאנד וואס געזעצן און ביוראקראטיע שטייט נישט אין וועג פון קיינעם, אלס פירט זיך לויט ווי מענטשן פארשטייען. ממילא אויב גענוג מענטשן פארשטייען אז יעצט איז די צייט זיך צוצושטעלן צו א פראיעקט - אין אונזער פאל וואקסינען - פארט אלעס געשמירט...

און איז דאס נישט די מהלך וויאזוי אזאך דארף ארבעטען??
אהן די בערג פון ביוריקראטישע פראצעדורן וואס חוץ פאפיר ארבעט פאר אפאר שיכורים אין די רעגירונגס אפיסיס ברענגט עס קיינעם גארנישט חוץ קאפוויי און פרעשור???

נשלח: מיטוואך מערץ 17, 2021 1:19 am
דורך הקטן
אויב האב איך שוין געהאט דעם ווייראס לוינט זיך צו נעמען דעם וועקסין?
קען איינער אנווייזען א ערנסער שטאדיע לכאן או לכאן ?

אפאר מדינות האבן געלייגט אויף האלד איינע פין די וועקסינען ציליב געזינט זארגן

נשלח: מיטוואך מערץ 17, 2021 2:51 pm
דורך תרמב
איך וואלט נישט איינגעשטעלט, אפילו איך האלט אז די וואקסין העלפט, וואלט איך אויסגעווארט.

נשלח: מיטוואך יוני 23, 2021 7:45 pm
דורך הקטן

נשלח: זונטאג יוני 27, 2021 1:37 am
דורך קורקלענד
די וואקסין איז פיל מער שעדליך ווי קאוויד פאר די אינגווארג.

אזויווי ביי די לינקע איז פאליטיק העכער סייענס וועלן זיי ממילא שיקן זייער קינדער צום טויט. אבער עניוועיס.

נשלח: זונטאג יולי 04, 2021 7:35 pm
דורך דערהויבענע איד
קורקלענד האט געשריבן:די וואקסין איז פיל מער שעדליך ווי קאוויד פאר די אינגווארג.

אזויווי ביי די לינקע איז פאליטיק העכער סייענס וועלן זיי ממילא שיקן זייער קינדער צום טויט. אבער עניוועיס.

כבין סתם נייגעריג, אויב שוין יא גלייבן די עניינים,פארוואסנישט אויף אייוועלט?

#פארשטיי מיר נישט שלעכט

נשלח: זונטאג יולי 04, 2021 7:37 pm
דורך דערהויבענע איד
יעצט איז דא אין א"י א פערטע וועיב...אדער זעט אויס אז סקומט....

העמיר זען וואס די נייע ראש ממשלה בנט ווי אזוי ער וועט זיך אן עצה געבן, און וועלכע סטראטעגיע ער וועט נעמען...

נשלח: מאנטאג יולי 05, 2021 12:51 am
דורך תרמב
לכאורה וועט בנט נעמען א שווערע שטעלונג היות ביי די ברען פון קאראנע איז ער געווען זייער פארנומען מיט די מצב און ס’האט אים שטארק געבויעט זיין אימעזש, גלייב איך אז ער וועט ווייטער גיין אויף די ליניע

נשלח: מאנטאג יולי 05, 2021 1:07 am
דורך דערהויבענע איד
דערווייל רוקן זיך זאכן זייער שטייט....זעט נישט אויס ווי טרייט צו זיין שטרענג ווייל די קעיסעס גייט היפש ארויף און סנישטא קיין ערענסטע באגרעיניצונגען...