בלאט 1 פון 1

וואס גייט עס דיר/מיר אהן??

נשלח: דינסטאג פעברואר 23, 2021 4:43 pm
דורך גיב א שמייכעל
היסטארישע נייעס: נאסא'ס ראווער לאנדעט אויפן פלאנעט מארס!

שטעלט זיך יעצט דער גרויסער קאשי', וואס אויף די וועלט איז זייער ציל דארט ווייסט איינער? חוץ אריינגיסען ביליאנען שטייער-צאלער געלטער אין עפעס א ווערט-לאזע פראיעקט איז עפעס נאך דא?
וואס אויף די געדערים גייט מיר אהן אויב עפעס א פריקען באשעפעניש האט דארטן יא צו נישט געלעבט טויזענט יאר צוריק?? אין אויב יא, איז וואס? איך (און די...) פלאנען נישט צו גיין וואינען דארט!

אילאן מאסק אויב ער וויל אויסגעבן זיינע פריוואטע געלטער פאר זיינע הייסע דמיונות, כל הכבוד! און אז ער וויל שטארק קען ער אפילו אהין פליען, און מיר איבערלאזען דא זיינע בילאנען... איך וועל איהם שוין זיכער מאכן נאכצושיקען א רעסיפ"ט. אבער די רעגירונג?? וויאזוי ניצען זיי אינזערע אויסגעהארעוועטע שטייער צאלער געלטער פאר אזוינע (אויבנ'אויפעדיגע) תורות לאקשען??

גייסטו מיר זאגן אז מ'דארף פארלויפן די וועג פון די רוסן און די כינעזער, הייסט עס ס'עפעס א מין מאכט-געראנגעל ווער ס'גייט קאלינאלייזען דעם רויטען, נאקעטען פלאנעט! הא? (אדער נעמען די ארטיגע גרינע מענטשעלעך פאר קנעכט...)

אבער די שמחה וואס מ'זעט איבעראל דאס איז א צריך ביאור, 'הו הא! מיר האבן עס געמאכט!' 'מיר האבן עס דעגרייכט!' 'קוק נאר אהן די בילדער' די מידיא פאמפעט אוועק די 'געוואלדיגע' דעגרייכונג מיט פאטאס, מ'קען מיינען כאילו האסט נארוואס באקומען די בשורה אז אן אומבאקנטע עלטער פעטער האט דיר איבערגעלאזט א ביליאן פאר ירושה...

אינז זעמיר אלע צודרייט געווארן?? די פלאנסט צו גיין וואינען דארט?? איך נישט! דיין לעבן טוישט זיך יעצט עפעס לכבוד דעם? איך גיי דיר מער נישט זעהן מיטן שטאפענעם היט און דזש"י ענ"ד דזש"י רעקל? אדער די בלייבסט ביים עסן די זעלבע האו"ל ווי"ט ברויט אין טונא פיש פאר פרישטאג?!

שוין! איז האבמיר אין זיימיר!!

נשלח: דינסטאג פעברואר 23, 2021 5:15 pm
דורך מי אני
דא איז נאס״א דאס מסביר. זיי רירן אביסל אן צום סוף אז דאס דראנג פאר מדע רק לשם מדע, ריסערטש רק לשם ריסערטש, האט אלס [עווענטועל] פאראויסגעשטופט און עדווענסד דאס מענטשהייט צו די דרגא וואס אונז זע׳מיר היינט צוטאגס - צו די סארט חוקרים פונעם עבר (בכל מקצוע שהן) הא׳מיר צו פארדאנקען די מעלות פון אונזער יעצטיגע ציוויליזאציע, הן בטעכנאלאגיע והן בדעת וכו׳. דאס קען מען נישט פאראויסזעהן מעיקרא בשעת מעשה.

מ׳קען אפשר טאקע נאך אלס טענה׳ן א יוּטיליטעריען טענה אז נוצן דאס געלט פאר סאציאלע וכדומה צוועקן לאלתר איז נאך וויכטיגער, אבער דאס נעמט נישט אוועק פון די עצם דערגרייכונג און וויכטיגקייט (for lack of a better term) דערפון.

נשלח: מיטוואך פעברואר 24, 2021 12:28 am
דורך [NAMELESS]
וואס האט אונז די גאנצע ספעיס פראגראם געברענגט ביז יעצט

Re: וואס גייט עס דיר/מיר אהן??

נשלח: מיטוואך פעברואר 24, 2021 6:07 am
דורך פאליטיקאנט
א שיינע ווידיאו פון מארק ראובער א געוועזענע נאסא אינדזשעניר וואס פארענטפערט אביסל די נושא.
https://youtu.be/lARpY0nIQx0
עמקות המחשבה האט געשריבן:וואס האט אונז די גאנצע ספעיס פראגראם געברענגט ביז יעצט
ספעיס האט אסאך פאטענציאל פאר אונז מענטשלעך אין אסאך תחומים, אנגעהויבן מיט עקזיסטירנדע זאכן ווי סאטעליטן פון אלע סארטן (וועטער, מאפעס, שפיאנאזש, עקספלאראציע, GPS, סעלפאון און אינטערנעט סערוויס), דורכגייענדיג אנדערע ענינים וואס מען גייט בקרוב אנהייבן טוען ווי 3D פרינטינג פון מענטשליכע ארגאנען (וואס איז נישט פראקטיש אין א גרעוויטי ענווייראמענט), ביז ווייטע חלומות ווי "אסטערויד מיינינג" און עלעקטריציטעט פון שטערנס.

נשלח: מיטוואך פעברואר 24, 2021 8:48 am
דורך תרמב
עמקות המחשבה האט געשריבן:וואס האט אונז די גאנצע ספעיס פראגראם געברענגט ביז יעצט

געפילטע פיש האט געשריבן:גראדע די מייקרא-וועיוו קומט נישט פון NASA, אבער אסאך אנדערע ערפונדיגען וואס מיר נוצן יעדען טאג קומט יא פון זיי, און לאו דוקא אז מ'האט געטראפן די טעכנעלאגיעס אויפן לבנה, נאר כדי צו שיקן מענטשען אהין זענען זיי אויפגעקומען מיט די זאכן, ווי למשל, זיי האבן ערצייגט א וועג פון מעסטען די טעמפעראטור און ראדיעישען פון ווייטע שטערענס, און די זעלבע טעכנעלאגיע ווערט גענוצט פאר די פיבער מעסטערס וואס מ'לייגט אין די אויערען, וואס מעסט די טעמפעראטור פונעם אויער דראם.
כדי די געצייג פון די אסטראנאטן זאלן זיך נישט צוקראצט אין די הויכע ספערן פון ספעיס שטויב און ברוכווארג, ספעציעל די פענסטערל פון די העלמעט, זענען זיי אויפגעקומען מיט אום-קריצבארע (סקרעטש ריזיסטענט) גלאז וואס ווערט היינט גענוצט אין אויגן גלעזער.
אנטי אייסינג וואס מ'נוצט פאר עראפלאנען קומט פון נאסא.
די גריבעלעך און קריצן אויפן זייט פון הייוועיס וואס מאכן נויס ווען מ'פארט אראפ פונעם לעין קומט אויף פון נאסא.
געוויסע וואסער פילטערינג טעכנעלאגישע דורכברוכן קומט פון זיי, זיי האבן ערצייגט די טעכנעלאגיע וואס לאזט די איינוואוינער אויפן אינטערנאציאנאלע ספעיס צענטער איבערצוניצן (לייען: איבער צו טרינקען) די וואסער דארט מערערע מאל.

דאס איז נאר אפאר פון די הונדערטע זאכן וואס מיר האבן צו באדאנקען אונזער ספעיס פראגראם.

איך ווייס נישט וויאזוי מ’לינקט האב איך עס אהערגעברעגט

נשלח: דינסטאג אפריל 13, 2021 12:06 am
דורך אלע צוזאמען
פאליטיקאנט האט געשריבן:א שיינע ווידיאו פון מארק ראובער א געוועזענע נאסא אינדזשעניר וואס פארענטפערט אביסל די נושא.
https://youtu.be/lARpY0nIQx0
עמקות המחשבה האט געשריבן:וואס האט אונז די גאנצע ספעיס פראגראם געברענגט ביז יעצט
ספעיס האט אסאך פאטענציאל פאר אונז מענטשלעך אין אסאך תחומים, אנגעהויבן מיט עקזיסטירנדע זאכן ווי סאטעליטן פון אלע סארטן (וועטער, מאפעס, שפיאנאזש, עקספלאראציע, GPS, סעלפאון און אינטערנעט סערוויס), דורכגייענדיג אנדערע ענינים וואס מען גייט בקרוב אנהייבן טוען ווי 3D פרינטינג פון מענטשליכע ארגאנען (וואס איז נישט פראקטיש אין א גרעוויטי ענווייראמענט), ביז ווייטע חלומות ווי "אסטערויד מיינינג" און עלעקטריציטעט פון שטערנס.

איך גלייב אז ''עמקות המחשבה'' האט נישט געמיינט צו פרעגן וואסערא גוטס ספעיס האט אונז שוין געברענגט, ווייל דאס איז פשוט ווי ''פאליטיקאנט'' שרייבט, נאר וואספארא בענעפיטן האט אונז דאס גיין ווייטער ווי, דאס בלויז ארויס גיין פון אונזער וועלטל, פארוואס האט מען געזוכט צו גײן צום לבנה, וואס טרעפט מען דארט?און פארוואס זוכן נאך אלס מענטשן צו גיין צום מארס?