בלאט 1 פון 1

פרייע שכר לימוד אין ניו דזשערסי

נשלח: מיטוואך פעברואר 24, 2021 11:59 am
דורך קורקלענד
זיי זאגן אז אין דזשערסי סיטי און אין לינדען איז נישטא קיין שכר לימוד. ווייסט איינער פארוואס? אונטער וועלכע פראגראם? וויפיל מעג מען פארדינען? פארוואס לעיקוואד נישט?

נשלח: מיטוואך פעברואר 24, 2021 1:48 pm
דורך מפיל קינד
לעיקוואוד נוצט דעם פראגראם אויסצוהאלטן בית מדרש גבוה און די ארימע בני תורה צאלן ממון ודמים פאר שכר לימוד. משא"כ די אנדערע געגנטער נוצן דעם פראגראם פאר שכר לימוד.

מען קען פארדינען גאר שיין צו באקומען די ווואוטשערס, דאכט זיך אפי' מער פון מאה אלף.

נשלח: מיטוואך פעברואר 24, 2021 2:16 pm
דורך קורקלענד
האט איינער אינפארמאציע אויף דער פראגראם? וואו קען מען נאכקוקן די סטאנדארטן? איז דא ערגעץ וואו מאטריאל מיט אלע שטאטוטן?

נשלח: מיטוואך פעברואר 24, 2021 3:22 pm
דורך [NAMELESS]

נשלח: מיטוואך פעברואר 24, 2021 4:24 pm
דורך אישתישבי
מפיל קינד האט געשריבן:לעיקוואוד נוצט דעם פראגראם אויסצוהאלטן בית מדרש גבוה און די ארימע בני תורה צאלן ממון ודמים פאר שכר לימוד. משא"כ די אנדערע געגנטער נוצן דעם פראגראם פאר שכר לימוד.

מען קען פארדינען גאר שיין צו באקומען די ווואוטשערס, דאכט זיך אפי' מער פון מאה אלף.


וויאזוי נעמט במ"ג דער געלט?

נשלח: פרייטאג פעברואר 26, 2021 11:56 am
דורך יעלה ויבא
הנח להם ליטוואקעס, זיי זענען נאך גרעסערע דריי קעפ וויא חסידים.