פרידא וויזעל אדרעסירט "וועקער"

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
צמח
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 22, 2020 5:10 pm
האט שוין געלייקט: 65 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 45 מאל

פרידא וויזעל אדרעסירט "וועקער"

שליחה דורך צמח »

די מאסיווע וועקער קאווער סטארי איבער די חרדישע רעספאנס צו קאוויד 19 האט אין טייל געריכטעט די פאלן קעגן פרידא וויזעל, די טור גייד, שרייבער און בלאגער וועלכע האט זיך ארויסגעשטעלט אלס א שארפקע קריטיקער קעגן סיי וועלכע פארמאט פון לאקדאונס אדער באגרעניצונגען צוליב קאוויד, און דעריבער א שטארקע פארטיידיגער אויף די חרדישע צוגאנג צו קאוויד.
אין א ספעציעלן באנוס פאדקעסט אויף איר נייע "די זייער נישט נארמאל" פאדקעסט, אדרעסירט זי א באנוס עפיזאד, אין אידיש, אין ענטפער צום וועקער ארטיקל.
הערט און האט הנאה.

https://open.spotify.com/episode/3r2n9L ... link%D7%94
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך כלבאשבוע »

כהאב הנאה פון איר צוגאנג, אפילו מאיז נישט מסכים מיט איר רעדט זי אבער זייער צום זאך און זאגט גוטע נקודות
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
yesiknow
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 462
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 14, 2020 5:25 pm
האט שוין געלייקט: 314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 279 מאל

שליחה דורך yesiknow »

כלבאשבוע האט געשריבן:כהאב הנאה פון איר צוגאנג, אפילו מאיז נישט מסכים מיט איר רעדט זי אבער זייער צום זאך און זאגט גוטע נקודות

Just listened to the whole podcast she is making a very good job to reveal the loopholes and
manipulatedd data in the veker.

In my opinion they are both manipulated to a certain extent.
יש ענין שנתהפך הכל לטובה , ריווייער יור ברעין ענד אלל וויל change.
נײגעריגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 148
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אוגוסט 29, 2020 11:35 pm
האט שוין געלייקט: 97 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל

שליחה דורך נײגעריגער »

פון א ריינע שפראך פּערספּעקטיװ;
כ'האב זעך אוטערגעהאלטן װי זי פאָרט אזוי געשמירט צװישן גירסא דינקותא (אױסער "האזינוּ" װאס זי זאגט װי די ליטװישע...) און פּראָפעסיאָנעלן ענגליש. מ'קען זאגן מערסטנס ענגליש, װי זי זאָגט עס אליין באַם אנהייב אז זי רעדט דא װיזוי זי טראַכט. פאר צען יאר צוריק װאָלטעך לכאו' נישט געקענט פארשטיין דעם תוכן... כ'מיין אז מ'דארף באַזיצן א שיינע ידיעה אין ענגליש עס צו פארשטיין.

כ'בין נייגעריג װי אזוי דאס הערט זיך פאר עמיצער װאס קען נישט קיין װארט אידיש :lol:

יעדנפאלס, אויב פרידא לייענט דאס:
כ'האב שטאַרק גענאָסן און מיר װילן מעהר! סע געשמאַק צו הערן װי איר רעדט אױף מאַמע לשון.

------------------
איהר װידיאָו איבער די קאָװיד סיטואַציע אין הערבסט (די צװייטע כװאַליע)
https://www.youtube.com/watch?v=qlI-qs8kwbo


דא איז פאַרהאַן א שמועס איבער איהרע טורס אין װמ"ס
viewtopic.php?f=54&t=13660

פרידא איז א יקר המציאות, איינע װאס שטרעבט צו זיין באמת אָביעקטיװ. (װי װייט מעגלעך)
הערט דא װי זי איז מסביר פארװאס זי פארטיידיגט חסידים https://www.youtube.com/watch?v=EWmu0V1N3-s
כ'בין זייער מעריך איר ארבעט און געדאנקען-גאנג!
Just another nerd
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

איך האב ליב די לעצטע ליין
האטס מיר און זייטס מיר!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

פיינע נייעס,

טענה'ט אז יידל איז פארעקשנ'ט קעגען דער לאגישע טענה אז מען קען נישט בויען קיין סטאטיסטיק אויף בלויז 15 געשטארבענע פין קרית יואל, עס איז צו א קליינע סעמפעל, און בכלל אז אונזערע מענער האבען נישט קיין געזונטע לייף סטייל, און אנדערע סיבות וואס עס קען זיין.

און לגבי די אנדערע חשבון פין איברעגע געשטארבענע אין די זומער, האט זי א פשוטע טענה אז אונז האבען געלעבט נארמאל אין די זומער און ממילא איז געוועהן נארמאלע מתים פין די געוועהנליכע פגעי הזמן, לעומת די גוים וואס זענען געוועהן איינגשפארט זומער.

און די עיקר וואס איז נוגע איז דער סוף פין אירע ווערטער, ווי זי ברענגט פין א געוויסע שווארצער שרייבער וואס האט געשריבען אז די ערגסטע זענען געוועהן די שווארצע פאליציי וואס האבען געדארפט ווייזען פאר די אנדערע פאליציי אז זיי זענען נישט אזוי ווי די אנדערע שווארצע, און ממילא זענען זיי געוועהן גרעסערע אכזרים וכו'.

און דאס זעלבע זאגט זי איז מיט די "אויפגעקלערטע חברה" זיי מיינען אז דורך ווייזען אז זיי זענען נישט אזוי ווי די אנדערע אידען און זיי זענען בעסער פין זיי וועלען זיי עפעס באקומען, און זיי זענען גרייט צו ווארפען זייערע ברודער אונטער די באס אבי צו ווייזען אז זיי זענען אנדרעש.

דער לעצטער פונקט איז מן הסתם די בעסטע אין די גאנצע פאדקעסט.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 391
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1302 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל

שליחה דורך רימון »

וויזעל איז זיכער א מורא'דיגער מבקר און א שטארקער מבקש אמת, פון דער אנדערער זייט, ווייל זי זוכט אזוי דעם אמת און זוכט אלעס צו מבקר זיין, איז אמאל טרעפט זי א פינטל אמת און בלאזט עס אויף און נעמט עס ארויס פון פראפארציע, א ביישפיל איז איר לעצטע פונקט אין איר פסיכא-אנאליז פארוואס דער וועקער זאל שרייבן אזא אנאליז (פארשטייט זיך מיט'ן איגנארירן די בולט'דיגסטע, אז ס'איז פשוט די סאמע ברענענדיגסטע נושא וואס פלאקערט שוין אין די גאנצע וועלט פאר א גאנצן יאר און עפעס וואס האלט יעדן פארנומען אריינגערעכנט מרת וויזעל אליין...) ווי ס'איז דא מענטשן וואס פילן זיך גוט מיט ווארפן זייער אייגענע געמיינדע אונטער'ן באס ווי זי ברענגט אן ארטיקל פון זשעימס באלדווין. פיין, נניח אז ס'איז אמת, געטראפן דעם טוטער, ס'איז דא מענטשן וואס זיי שטעלן זיך אהער ווי גאטס פארזארגער און סך הכל מיינען זיי זייער עגא. געוואלדיג. אבער דאס איז די איינציגסטע מאטיוו וואס מענטשן האבן? עפעס אנדערש איז נישט פארהאן? אפשר איז דא מענטשן וואס ס'טוט זיי זייער וויי ווען זיי מוזן מסר'ן א היימישן אדער ווארפן זייער אייגענע קאמיוניטי אונטער'ן באס און זיי טוען עס מיט גאר א שווער הארץ, און נאר טאקע במקום וואס ס'איז נישטא קיין ברירה, ווען זיי זעען די ווערטשאפט פון א נאנטן ווי אומלעגאל אדער געפארפול. אפשר איז דא א היימישער מענטש וואס האט זייער ליב אונזער קאמיוניטי און דאך וועט ער אויפהייבן א ווייגעשריי אויף אונזער רעספאנס צו קאוויד, טאקע ווייל ער האט ליב זיינע אייגענע מענטשן און ער קען נישט צוקוקן ווי מיר פירן זיך אזוי לייכטזיניג.
לאמיר נישט פארגעסן, א מענטש וואס איז א וויסל בלאוער, ער דרייט אויס דעם רוקן צו זיין אייגענע קאמיוניטי איז אין רוב פעלער א הירא. פארגעס נישט, רוב מענטשן טוען עס נישט, טאקע ווייל ס'איז אזוי שווער און די נגיעות טרייבן. פאר יעדן שווארצן קאפ וואס שמייסט זיינע אייגענע ברידער האסטו טויזנט שווארצע מענטשן וואס וועלן מחפה זיין און פארדעקן אויף גרויסע און קליינע פארברעכנס פון א "בראדער". סאו האסטו דא א מענטש וואס גייט קעגן די געווענליכע נטיות און בייעסער און זוכט זיך צו האלטן צו מאראל און עטיק און זיך שטארקן אויף דעם גרינגן וועג ארויס, ווי איז מען אזוי שנעל אנגעקומען צו טאנצן ביזן אנדערן עק אז דער מענטש שפירט זיך בעסער ווי זיינע ברידער.
נאך איין נקודה, אויב האב איך גוט פארשטאנען טענה'ט זי אז חרדים זענען נישט געשטארבן פון קאוויד גופא נאר ווייל אפשר ווייל מיר האבן שלעכטע די.ענ.עי. ווי מ'זעט אז חרדים האבן ברעסט קענסער צו פארקיסאנס און אנדערע פראבלעמען. געוואלדיג, נניח אז ס'איז אמת און מיר זענען ענדערש אויסגעשטעלט צו ליידן פון קאוויד דארפן מיר זיך הערשט באשיצן פונקט ווי יעדער פארשטייט אז עלטערע מענטשן אדער מענטשן מיט קאמפראמיזירטע אימיון סיסטעמס דארפן זיך בעסער האבן.
עס פארשטייט יעדער איינער אז וואלט געווען אין אונזער געגענט אן עבאלע אויסברוך ווי 90 פראצענט מענטשן וואס ווערן אנגעשטעקט שטארבן אויפ'ן פלאץ, וואלטן אלע שיינע תורות פון פרייהייט און קאנפארמיטעט און ליבעראליזם און עקסעסיוו מאכט פון די רעגירונג ארויסגעפלויגן פון פענסטער און וויזעל וואלט געווען דער ערשטער זיך צו באהאלטן אונטער'ן בעט און נישט ארויסקוקן פון פענסטער אפילו איינמאל אויך נישט. אלע תורות הייבן זיך אן טאקע ווייל די טויט ראטע איז נישט אזוי הויך און נאר ביי געוויסע סעקטארס פון פאלק, נו, אויב מיר זענען פון אזעלכע וואס זענען אומשטאנד צו ליידן מער, צי צוליב אונזער לעבנסטיל פון שול און גרויסע משפחה און שמחות נאכט נאך נאכט, צי ווייל מיר האבן נישט קיין גוטע די.ענ.עי., צי ווייל אונזער היגענע איז נישט אזוי איי איי איי (ווי זי האט די גאטס צו זאגן, א זאך וואס דער פארשאלטענער ניו יארק טיימס וואלט זיך נישט געוואגט צו זאגן, נאר אז מיר קאמפלייען נישט און האלטן נישט ביים גיין קיין מאסקעס, וואס פאר דעם קומט זיך פאר'ן ניו יארק טיימס לויט וויזעל מיתה בידי שמים און מיתה בידי אדם), צי ווייל אונזערע מענער זענען נישט טשינאש (לאלא) און נאר די פרויען זענען טשינאש, צי פאר סיי וועלכע אנדערע סיבה, דאס אלעס איז סיבות צו נעמען די ווירוס ערנסטער און נישט צו מזלזל זיין דערין.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

ווער עס קען די מוסרים ווייסט אז נישט וואס וויזעל נישט וואס די זאגסט איז די סיבה, נאר זיי זענען פשוט'ע רשעים.

אבער וועגן די "אויפגעקלערטע חברה" האט זי ר שטארקע פאונט, זיי זוכן זיך צו פונאדערטיילען פין דער כלל נישט נאר פין יעצט, זייער היסטאריע ווייסט אויף עס, קוק אין אלע וועקערס ביז היינט, און זי איז ליידער גערעכט.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

אישתישבי האט געשריבן:ווער עס קען די מוסרים ווייסט אז נישט וואס וויזעל נישט וואס די זאגסט איז די סיבה, נאר זיי זענען פשוט'ע רשעים.

און ווער עס קען די שרייבערס פין די ארטיקל ווייסט, אז זי האט געשלאגן די נאגל און קאפ מיט אירע סייקא-אנאלעסעס
א גרויס חלק איז איגנערענס און דערנאך איז דא פשוט נישט זיין intellectual honest

זעט אויס דאס איז נישט פין די שלוש חומרת וואו למשל פלעגעריזעם רח"ל

@רימון יא אר מיסאינג די פוינט
די שרייבר וויל אויפווייזען אז אינזער הנהגה איז שילדיג, והא ראיה מיר האבן מער געליטן, אויף דעם זאג זי, זאל שוין זיין אז דיין נערישע ציפערען זאגט עפעס, זאגט דאס אבער בכלל נישט וואס דו מיינסט ס'זאגט.

וואו אזוי זיך יא צו היטען פין די ווייראס דאס איז דיבעטעבל - און די שרייבר איז סטאק מיט סירקעלער ריזענינג - הנחת המבוקש
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
yesiknow
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 462
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 14, 2020 5:25 pm
האט שוין געלייקט: 314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 279 מאל

שליחה דורך yesiknow »

הקטן האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:ווער עס קען די מוסרים ווייסט אז נישט וואס וויזעל נישט וואס די זאגסט איז די סיבה, נאר זיי זענען פשוט'ע רשעים.

און ווער עס קען די שרייבערס פין די ארטיקל ווייסט, אז זי האט געשלאגן די נאגל און קאפ מיט אירע סייקא-אנאלעסעס
א גרויס חלק איז איגנערענס און דערנאך איז דא פשוט נישט זיין intellectual honest

זעט אויס דאס איז נישט פין די שלוש חומרת וואו למשל פלעגעריזעם רח"ל

@רימון יא אר מיסאינג די פוינט
די שרייבר וויל אויפווייזען אז אינזער הנהגה איז שילדיג, והא ראיה מיר האבן מער געליטן, אויף דעם זאג זי, זאל שוין זיין אז דיין נערישע ציפערען זאגט עפעס, זאגט דאס אבער בכלל נישט וואס דו מיינסט ס'זאגט.

וואו אזוי זיך יא צו היטען פין די ווייראס דאס איז דיבעטעבל - און די שרייבר איז סטאק מיט סירקעלער ריזענינג - הנחת המבוקש

-ראו הדברים למי שאמרן די זאגסט זייער גיט ברידער!
יש ענין שנתהפך הכל לטובה , ריווייער יור ברעין ענד אלל וויל change.
פארשפארט