בלאט 1 פון 3
פלאפ'ס...
נשלח: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 6:44 pm
דורך זר זהב
איך קום נארוואס אהיים פון בעקעריי מיט 3 שיינע גרויסע חלות נאר צו טרעפן 2 שיינע קריספי חלות אויפ'ן טיש. -- מיין שווער ברענגט אונז יעדע פאר וואכן קעיקס, חלות, קאלטס קאטס און נאך, מיין מי ימצא אפדעיט מיר געווענליך וואס מ'דארף נישט קויפן. היינט האט זי אבער פארגעסן.
וואס טוה איך מיט די 3 חלות? כ'האב נישט קיין פלאץ אין פריזער.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 6:54 pm
דורך שמואל הלוי
אהער דערמיט, איך האב וואס צו טון דערמיט.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 6:57 pm
דורך זר זהב
אקעי, כ'וועל עס שיסן צו דיר. וואו אין קר"י ביזטע פונקטליך? איך וויל ציהלן גוט.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 7:01 pm
דורך שמואל הלוי
ליפא פריעדמאן קארנער מרדכי שעהר.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 7:04 pm
דורך זר זהב
נשלח: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 7:05 pm
דורך נולד מאוחר
אלץ בעסער ווי טרעפען זיך מיט איינס אנשטאט צוויי.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 7:06 pm
דורך שמואל הלוי
ערנסט גערעדט; פרעג א שכן צו מ'קען עס האלטן אין פריזער ביז נעקסטע וואך, איך גלייב אז כאטשיג איין גוטער שכן וועט האבן פלאץ.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 7:16 pm
דורך זר זהב
הלוואי. כ'וואוין אינדרויסן פון געגענט, בלויז איין שכן אונטער מיר און ער איז אין קאנטרי.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 7:22 pm
דורך שמואל הלוי
בדיעבד קען עס זיין גאנץ שבת אן א פריזער, און נאך שבת ווען דער שכן וועט צוריקקומען וועט ער עס האפענטליך ארייננעמען צו זיך אין פריזער.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 7:25 pm
דורך זר זהב
מיין שכן איז א כלי קודש, ער ארבעט אין די פלאץ וואו מ'הארגעט קאצן.
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 11, 2012 10:48 pm
דורך שמואל הלוי
וואס האסטו למעשה געטון?
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 11, 2012 10:54 pm
דורך זר זהב
דערווייל שימעלט'ס. אפשר וועט מען מאכן באנדאש דערפון אדער חלה קוגעל.
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 11, 2012 11:07 pm
דורך itsnotme
זר זהב האט געשריבן:איך קום נארוואס אהיים פון בעקעריי מיט 3 שיינע גרויסע חלות נאר צו טרעפן 2 שיינע קריספי חלות אויפ'ן טיש. -- מיין שווער ברענגט אונז יעדע פאר וואכן קעיקס, חלות, קאלטס קאטס און נאך, מיין מי ימצא אפדעיט מיר געווענליך וואס מ'דארף נישט קויפן. היינט האט זי אבער פארגעסן.
וואס טוה איך מיט די 3 חלות? כ'האב נישט קיין פלאץ אין פריזער.

גוט וואך
ווען איך זע דעס פאר שבת וואלט איך עס געקענט ניצן!!!
איך האב געמיינט מיין ברידער גייט מיר קויפען חלות
למעשה האט ער פארגעסן
ווען נישט מיינע גיטע נעבערס וואלט איך געגעסן מצה דעם שבת
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 11, 2012 11:08 pm
דורך זר זהב
מיינע חלות וואלט איך דיר קיינמאל נישט געקענט געבן ווייל מ'קען דאך צו דיר נישט צוקומען . ודו"ק
נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 2:02 pm
דורך itsnotme
זר זהב האט געשריבן:מיינע חלות וואלט איך דיר קיינמאל נישט געקענט געבן ווייל מ'קען דאך צו דיר נישט צוקומען . ודו"ק
וק"ל
נשלח: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 3:37 pm
דורך קורץ און שארף
היינט צופריה האב איך ארויסגעשיקט א וויכטיגע אימעיל [דורכן פאון] פון די נישט ריכטיגע אימעיל אדרעס

נשלח: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 3:43 pm
דורך לעמיל
אריין געסיינט אין קאווע שטיבעל מיט די אנדרע ניק...
דיסקלעמער איך האב נאר איין ניק דא.....
נשלח: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 3:48 pm
דורך שמואל הלוי
לעמיל האט געשריבן:אריין געסיינט אין קאווע שטיבעל מיט די אנדרע ניק...
דיסקלעמער איך האב נאר איין ניק דא.....
מיינסט אוודאי צו זאגן נאר איין ניק אויסער לעמיל

נשלח: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 5:38 pm
דורך געפילטע פיש
קורץ און שארף האט געשריבן:היינט צופריה האב איך ארויסגעשיקט א וויכטיגע אימעיל [דורכן פאון] פון די נישט ריכטיגע אימעיל אדרעס

טאמער שיקט מען עס צו איינעם וואס מ'וויל בלייבן אנאנים פון די געהעריגע אימייל אדרעס איז טאקע א פלאפ, דאס קען וויי טוהן א באנטש!
נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 5:36 pm
דורך No_name
געפילטע פיש האט געשריבן:קורץ און שארף האט געשריבן:היינט צופריה האב איך ארויסגעשיקט א וויכטיגע אימעיל [דורכן פאון] פון די נישט ריכטיגע אימעיל אדרעס

טאמער שיקט מען עס צו איינעם וואס מ'וויל בלייבן אנאנים פון די געהעריגע אימייל אדרעס איז טאקע א פלאפ, דאס קען וויי טוהן א באנטש!
ספעשעלי ווען מ'שיקט עפעס אן אפישעל אימעיל פון די ביזנעס, און מ'שיקט עס פון א בחור'ישע נארישער נאמען.
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 03, 2012 7:32 pm
דורך זר זהב
איך האמיר טועה געווען אינעם זמן הדלה"נ און בטעות געלייגט א תגובה נאך 15 מינוט פונעם ריכטוגן זמן.

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 03, 2012 7:57 pm
דורך שמעקעדיג
טארסט נישט הנאה האבן דערפון בכדי שיעשו
און דארפסט תשובה טאן...
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 03, 2012 8:33 pm
דורך מומחה
הייסט עס אז מ'טאר אים נישט לייקן...