בלאט 1 פון 1
אינגערמאן טראגיש אומגעקומען אויף רח׳ שבטי ישראל
נשלח: זונטאג פעברואר 28, 2021 2:46 pm
דורך כלבאשבוע
א טנדר, טעקסי ווען, איז אריינגעפארן מיט כח אין א יונגערמאן אויף רח׳ שבטי ישראל נאכדעם וואס מהאט בלאקירט אדער אטאקירט די ווען און די דרייווער, די יונגערמאן איז קריטיש געשעדיגט געווארן און נישט איבערגלעבט די וואונדן ה״י
די אומשטענדן ארום די מעשה איז נאך נישט 100 פראצענט קלאר, אבער די מוסר השכל איז יא, די אזויגערופענע הפגנות און נערישע שטיק פון בלאקירן טרעפיק איז געפערליך מסוכן און האט היינט געקאסט דאס לעבן פון א אומשולדיגען בייגייער ר״ל
גראפישע ווידאו פון די עקסידענט אטאקע, WARNING: not for the faint of heart
https://streamable.com/7cf5av
נשלח: זונטאג פעברואר 28, 2021 2:52 pm
דורך yesiknow
Very strange he does not know the story but he
....knows already the moral of the story
נשלח: זונטאג פעברואר 28, 2021 3:02 pm
דורך כלבאשבוע
One doesn’t need to know the exact circumstances to know that blocking traffic physically is extremely dangerous, if it’s
man vs. machine, the machine will always win
What I wrote is, that it isn’t clear from the video what compelled the driver to bulldoze live pedestrians, it seems like he was attacked and responded in kind but it isn’t 100 percent clear yet
נשלח: זונטאג פעברואר 28, 2021 3:18 pm
דורך תרמב
איך פלעג מיטהאלטן אסאך הפגנות ביינאכט אויף ככר השבת, וואס פלעגט זיך אסאך מאל אנהייבן פאר נאו גוד ריעזאן, זייער אסאך מאל האט זיך עס אנגעהויבן דורך 12 צו 14 יעריגע אינגלעך, וואס כפי הנראה האבן זייערע עלטערן זיי נישט געקענט לייגן שלאפן, זענען זיי געגאנגען האצקענען אויפן גאס למען כבוד שמו יתברך, אפטמאל האב איך מיטגעהאלטן ווי פרויען וויינען זיצענדיג אויפן באס, ווייל זיי האבן זיך ערגעץ געיאגט און אומאחריותדיגע יונגען האבן נישט געהאט א בעסערע אקטיוויטי ווי אפשטעלן גאסן, און טאמער איז עס געווען א געלונגענע נאכט איז איינער ארויסגעקומען שרייען אדער שלאגן, דעמאלטס האט מען זיך מחיה געווען, יויש האט יענער געכאפט, ווער רעדט נאך ווען די פאליציי די נאצים זענען געקומען, האט מען געהאקט א לעבן.
נשלח: זונטאג פעברואר 28, 2021 5:56 pm
דורך כלבאשבוע
פרישע וידיאו ווייזט די מינוטען פאר די דרייווער איז איבערגעפארן דעם יונגערמאן, די יונגערמאן וואס איבערגעטרעטן געווארן איז געווען 47 יאר אלט ע״ה, זיי זאגן אז די דרייווער איז פון די בני הישמעאלים
https://streamable.com/11cjwi
Re: אינגערמאן טראגיש אומגעקומען אויף רח׳ שבטי ישראל
נשלח: מאנטאג מערץ 01, 2021 11:43 am
דורך פאליטיקאנט
עס טוט זייער וויי, אבער איך מיין אז פונעם צווייטן ווידיאו זעט אויס ווי די דרייווער איז טאקע אטאקירט געווארן און האט געהאט רעכט זיך אויפצופירן פארלוירן.
נישט אנדערש ווי ווען אומשולדיגע ישראלים ווערן אטאקירט אין ראמאללא וואס דאן איז פשוט אז זיי מעגן זיך נעמען פארן ווילד זיך ארויסצוזען...
ווי כלבא שבוע און תרמב האבן שוין ערווענט איז אפשטעלן די טראפיק געפערליך שלעכט און אומאחריותדיג, און די מנהיגים פון די דארטיגע קהילות וואלטן זיך געדארפט נעמען דערצו....
נשלח: מאנטאג מערץ 01, 2021 1:40 pm
דורך פיינע פלייכעס
זייערע מנהיגים שיקן זיי
נשלח: מאנטאג מערץ 01, 2021 1:43 pm
דורך קאך_לעפל
פיינע פלייכעס האט געשריבן:זייערע מנהיגים שיקן זיי
עה....
נשלח: מאנטאג מערץ 01, 2021 5:32 pm
דורך [NAMELESS]
דער וואס איז געשטארבן איז א באקאנטער בעל תשובה פון די געגנט.
נשלח: מאנטאג מערץ 01, 2021 8:02 pm
דורך תרמב
פיינע פלייכעס האט געשריבן:זייערע מנהיגים שיקן זיי
רוב פון די חברה האבן נישט קיין מנהיגים, זיי דאווענען אין די שטיבאלאך שבת, און אין די וואכן מאכט מען הפגנות.
נשלח: מאנטאג מערץ 01, 2021 8:04 pm
דורך מפיל קינד
די גאנצע ווידיא ווייזט אז דער דרייווער איז געווען צולאזט נאך פאר מ'האט אים אטאקירט. ער איז געפארן ווילד א שטיק צייט פארדעם.
נשלח: דינסטאג מערץ 02, 2021 2:03 pm
דורך [NAMELESS]
וכן הוא מנהג רבותיהם
נשלח: דינסטאג מערץ 02, 2021 2:13 pm
דורך כלבאשבוע
מפיל קינד האט געשריבן:די גאנצע ווידיא ווייזט אז דער דרייווער איז געווען צולאזט נאך פאר מ'האט אים אטאקירט. ער איז געפארן ווילד א שטיק צייט פארדעם.
די צד פונעם דרייווער טענהט אז ער איז געפארן ווילד ווייל ער איז קודם געווארן אטאקירט
סהאנדלט זיך דא פון שובו בנים יונגאטשן וועלכע האבן א היסטארי פון אטאקירן פרעמדע וואס קומען אין זייער געגענט, בפרט אראבער
https://streamable.com/2ki6ox
נשלח: דינסטאג מערץ 02, 2021 2:25 pm
דורך תרמב
איך האב אמאל אריינשפאצירט אין רחוב חומה השלישית, אין די שובו בנים געגענט, אזוי גייענדיג האט א בחור אריינגעזעצט אין מיר על לא דבר, די משוגעים ווייסן נישט וויאזוי מ'וואקט גראד.