בלאט 1 פון 7

נשלח: זונטאג פעברואר 28, 2021 10:39 pm
דורך [NAMELESS]
ווער איז די בחור?? וואס האט מען געטוהן וועגן אים? קום אריין מיט מער פרטים

נשלח: זונטאג פעברואר 28, 2021 10:53 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
ער איז ארעסטירט געווארן אויפן פלאץ.

נשלח: זונטאג פעברואר 28, 2021 11:26 pm
דורך חד גדיא
מ'ווייסט א נאמען? (פון דעם בחור. נישט דעם קינד)

נשלח: זונטאג פעברואר 28, 2021 11:30 pm
דורך יהודי פשוט
אבן מקיר האט געשריבן:עס איז באלד אריינגעגאנגען אין קראפט א אקציע צו פארשטילען די שרעקליכע מעשה.

און דו טוסט פשוט א טובה פאר דעם קינד אז דו דערציילסט פאר יעדן איינעם....

ס'נישט געוועהן קיין שום אקציע, ס'פשוט נישט קיין טובה פון קיינעם אז מ'זאל רעדן דערפון, מ'האט דעם מנובל געטראגן אין חד גדיא, דאס קינד וועט האפענטליך באקומען פון זיינע עלטערן וואס ער דארף האבן צו קענען אדורך גיין די מצב, און שוין.

דאס אז אבן מקיר וואלט זיך באשמוטשקעט מיט א שיינעם ווידיאו פון די מעשה נבלה און אויב נישט קיין ווידיאו זאל מען כאטשיג אביסל פלאודערן דערוועגן... דאס מיינט נישט אז ס'איז ריכטיג אזוי צו טוהן.

נשלח: זונטאג פעברואר 28, 2021 11:48 pm
דורך כלבאשבוע
יהודי פשוט האט געשריבן:דאס קינד וועט האפענטליך באקומען פון זיינע עלטערן וואס ער דארף האבן צו קענען אדורך גיין די מצב, און שוין.

פון די עלטערן? די עלטערן זענען אויך פארגוואלדיקט געווארן, נישט משיג צו זיין וואס עלטערן גייען נעבעך דורך נאך אזא רציחה, זיי אליין דארפן אויך טערעפי

די "און שוין״"מענטעליטי האט שוין צוגעברענגט ליידער אז א קינד זאל זיך נעבעך נעמען דאס לעבן ר"ל, טאקע באותו מקום.

נשלח: מאנטאג מערץ 01, 2021 12:42 am
דורך פיינע פלייכעס
כלבאשבוע האט געשריבן:די "און שוין" מענטעליטי האט שוין צוגעברענגט ליידער אז א קינד זאל זיך נעבעך נעמען דאס לעבן ר"ל, טאקע באותו מקום


קוק אויף זיין פראפייל פיקטשער העסטו שוין פארשטיין די "און שוין מענטעלעטי" ;)

נשלח: מאנטאג מערץ 01, 2021 12:53 am
דורך שמעון וואלף
יהודי פשוט האט געשריבן:און דו טוסט פשוט א טובה פאר דעם קינד אז דו דערציילסט פאר יעדן איינעם....

ס'נישט געוועהן קיין שום אקציע, ס'פשוט נישט קיין טובה פון קיינעם אז מ'זאל רעדן דערפון, מ'האט דעם מנובל געטראגן אין חד גדיא, דאס קינד וועט האפענטליך באקומען פון זיינע עלטערן וואס ער דארף האבן צו קענען אדורך גיין די מצב, און שוין.

פארציילן די מעשה טוט א טובה פאר די קינד און פאר אלע אנדערע קינדער, זייערע טאטעס זאלן וויסן וואס קען אלץ פאסירן און ח"ו נישט לאזן די קינדער הפקר. אויך זאל מען עדיוקעטן די קינדער אז טאמער שפירט מען זיך באדראעט זאל מען מאכן קולות.

נשלח: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:25 am
דורך הקטן
שמעון וואלף האט געשריבן:פארציילן די מעשה טיט א טובה פאר די קינד

פינקטליך ווי אזוי?
איז דאס בדרך סגולה?

נשלח: מאנטאג מערץ 01, 2021 5:28 am
דורך אינגערמאנטשיקל
חד גדיא האט געשריבן:מ'ווייסט א נאמען? (פון דעם בחור. נישט דעם קינד)

יא. מוצאי שבת האב איך שוין באקומען בילדער פונעם רוצח און פונעם נרצח (בנפש) הי"ד.

נשלח: מאנטאג מערץ 01, 2021 5:36 am
דורך אינגערמאנטשיקל
פארציילן די מעשה ברענגט א געוויסע סארט אווערנעס וואס קען ליידער נאר געשען 'אל תמות כדרך שמת פלוני'. ויה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו.

נשלח: מאנטאג מערץ 01, 2021 6:34 am
דורך מפיל קינד
נישטא קיין איין באבובער וואס האט נישט געוואוסט פון די מעשה דעם שבת. יעדער האט מיטגעהאלטן די זוך אקציע און טראגישע ענדע.

וואס נאך זאל מען טון? הענגען צעטליך מיט זיין בילד? ער איז שוין אונטער גראטעס. ביידע האבן משפחה און קרובים און ס'נישט קיין טובה פאר קיינעם. בעסיידס וואס יעדער דארט ווייסט גענוי ווער ער איז.

איך גלייב אז דער רב וועט נעמען די זאך אין האנט אריין אז די קינדער זאלן זיך נישט דרייען ליידיג בשעת די טישן.

נשלח: מאנטאג מערץ 01, 2021 7:26 am
דורך שמעקעדיג
איך האב שוין ליידער געהערט אז פורים, ווען די עלטערן זענען אנגעטרינקען, איז א שעת הכושר פאר די שקצים זיך צו צופירן די הענט און טון די מעשי רשע, ווייל ביז דער טאטע נעמט אינאכט אז דאס קינד איז נישט דא, און ער הייבט זיך אן צו אויסניכטערן, איז שוין ליידער לאחר המעשה און די דעמעדזש איז דאן!

יעדע ביהמ"ד וואלט געדארפט האבן שומרים, בפרט אין אזעלכע וואלנארעבל צייטן.

נשלח: מאנטאג מערץ 01, 2021 9:16 am
דורך ליב צו וויסן
נישט געאייגנט פאר סענסיטיווע הערצער

אזא מעשה ברויך שטופן דאס לעגאליזירן פראסטיטוציע וכדומה.. (נישט אז אן דעם וואלט די איסור געווען בארעכטיגט)

א הונגעריגער וועט טוהן אלעס אין די וועלט זיך צו באזעטיגן.. און אויב איז די איינציגסטע אויסוואל קליינע קינדער וועלן אסאך עס נישט קענען ביישטיין.

נשלח: מאנטאג מערץ 01, 2021 9:23 am
דורך בת קול
ליב צו וויסן האט געשריבן:נישט געאייגנט פאר סענסיטיווע הערצער

אזא מעשה ברויך שטופן דאס לעגאליזירן פראסטיטוציע וכדומה.. (נישט אז אן דעם וואלט די איסור געווען בארעכטיגט)

א הונגעריגער וועט טוהן אלעס אין די וועלט זיך צו באזעטיגן.. און אויב איז די איינציגסטע אויסוואל קליינע קינדער וועלן אסאך עס נישט קענען ביישטיין.


בכלל נישט ריכטיג, דאס זענען 2 באזינדערע נושאים.
איינער וואס האט א תאווה צו קינדער איז פשוט קראנק.
ער זיכט נישט צו צאלן אן ערוואקסענע.
(אויסער דעם וואס פריי פון אפצאל מיט די צושטימונג פון ביידע איז בכלל נישט אומלעגאל.)

נשלח: מאנטאג מערץ 01, 2021 9:28 am
דורך ליב צו וויסן
יש ויש... ס'איז פאראן אלע סארטן...
פריי פון אפצאל ברויך זיין אן אנדער זייט וואס זאל דאס וועלן...

נשלח: מאנטאג מערץ 01, 2021 10:00 am
דורך עוקר הרים
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:ער איז ארעסטירט געווארן אויפן פלאץ.

דער בחור איז אויך א באבובער? ווי אלט?

נשלח: מאנטאג מערץ 01, 2021 10:06 am
דורך אינגערמאנטשיקל
ניין ער איז נישט.
בערך 30.

נשלח: מאנטאג מערץ 01, 2021 10:10 am
דורך קורקלענד
ווען ס'וואלט געווען א באבובער בחור מיינט איר מ'וואלט איהם ארעסטירט?

נשלח: מאנטאג מערץ 01, 2021 10:13 am
דורך מפיל קינד
זיכער אז יא. קיין ספק נישט. נאכדערצו אז די גאנצע קהילה האט שוין מיטגעהאלטן אז מ'זוכט אים. שומרים איז שוין דארט געווען אקטיוו אין די זוכעריי און מ'האט שוין געוואלט אנהייבן זוכן אין גאנצן שטאט.

נשלח: מאנטאג מערץ 01, 2021 10:19 am
דורך צום טאקט
גיי ווייס וויפיל קינדער א בחור פין 30 קען שוין האבן מסדר געווען ה“י

נשלח: מאנטאג מערץ 01, 2021 11:28 am
דורך אישתישבי
ער הייסט שפערבער. שייכות מיט בעלזא.

נשלח: מאנטאג מערץ 01, 2021 11:42 am
דורך שמעקעדיג
מען האט געטראפן דעם בחור מיטן קינד אינאיינעם?

נשלח: מאנטאג מערץ 01, 2021 11:57 am
דורך אישתישבי
איך מיין אז יא. דער טאטע האט גערופען פאליציי, און דער קינד איז אפגעפירט געווארען אין שפיטאל, דער שפערבער אין סטאנציע, און די פאליציי זענען געבליבן ביז מען האט זיי געגעבן די ווידיאס.

אין בין גראדע מסכים צו וואס איינער שרייבט דא, אז עס כמעט זיכער אז ווען דער בחור איז א באבאווער וואלט מען לכאורה נישט געלאזט טוהן די זעלבע.

און דאס איז דער פראבלעם, נישט אז מען וואלט דאס מאל אויך נישט געדארפט מיטארבעטן מיט די פאליציי, נאר מען וואלט אייביג געברויכט.

געוועהן אמאהל איינער דייטש א בעלזער וואס האט געהאט דער מזל און מאלעסטעט א באבאווער (אין בעלזא אויף פופצען) און מען האט אים פיין מסדר געוועהן ער האט זיך שפעטער געג'ט.