בלאט 1 פון 1

חודש שנים עשר הוא חודש אדר

נשלח: מאנטאג מערץ 01, 2021 10:10 pm
דורך עובדיה
וועלעכע חודש אדר מיינט מען? האט דען המן געמאכט זיין גורל לויט דעם אידישע לוח, לויט דעם וואלט אויסגעקומען אז דער טאג איז געווען תלוי ועומד ווען בי"ד וועט מקדש זיין דעם חודש [עכ"פ אויב מ'נעמט אן ווי רוב ראשונים אז מ'האט אייביג מקדש געווען ע"פ ראיה] מאכט עס דען סענס אז מ'זאל שיקען בריווען צו אלע גוים און זיי זאלן זיך נאכפרעגען ווען ס'געפאלט אויס יג' אדר, נאר וואס דען לכאו' מיינט מען דעם בבלי'שן חודש אדר, כידוע אז שמות חדשים עלו מבבל ווי דער רמב"ן איז מאריך פרשת בא, לויט דעם איז בכלל נישט מוכרח אז ס'איז אויסגעפאלען אויכט אין דעם אידישען יג' אדר. דער שאלה איז צו מוז מען זאגען אז ס'איז יא פונקט אויסגעפאלען אין דעם אידישען יג' אדר [און ס'איז נישט קיין דבר רחוק ווייל ס'איז לכאו' געלאפען מער ווייניגער צוזאמען] אדער אפילו אז נישט מאכט מען א זכר צו דעם בבלי'שן יד' אדר מיט אונזער יד' אדר?

נשלח: מאנטאג מערץ 01, 2021 10:32 pm
דורך קורקלענד
אדער אפשר איז די גורל געלאפן אויף די גויאישע חדשים מיט גוי'אישע נעמען נאר די מעשה ווערט פארציילט פאר אידן אויף די אידישע שפראך און לוח?

נשלח: דינסטאג מערץ 02, 2021 12:08 am
דורך עובדיה
כ'הער נישט שלעכט אבער כ'מיין אז ס'איז נישט פשוט פשט.

נשלח: דינסטאג מערץ 02, 2021 12:11 am
דורך רביה''ק זי''ע
דו ווילסט הערן פשוט פשט אדער דו ווילסט הערן א פשט וואס שטימט מיט׳ן פרומען נאראטיוו? לויט׳ן פשוט׳ן פשט האבן אידן אדאפטירט די נעמען פון די חדשים (ווי אויך א גרויסע טייל פונעם געבוי פונעם קאלענדער) פון די בבליים, די פרסיים האבן געהאט אן אנדערע סארט קאלענדער.

נשלח: דינסטאג מערץ 02, 2021 2:52 am
דורך עובדיה
דאס אז די אידן האבן אדאפטירט די בבלי'שע נעמען האב איך דאך געשריבען, זאגסט אז אויך די געבוי פונעם לוח קען זיין, אבער לכאו' איז עס געלאפען אפגעריקט פונעם בבלי'שן לוח עכ"פ מיט עפעס שינויים פון עיבור החודש והשנה וואס איז תלוי אין בי"ד, אויסער אויב מ'וועט זאגן אז זיי האבן אינגאנצען אנגענומען דעם בבלי'שן לוח דלא כירושלמי אז ירמיה הנביא האט מעבר געווען און גלות, דאס וואס דו זאגסט אז די פרסיים האבן געהאט אן אנדערע לוח אפשר אין שושן האט מען נאך גענוצט דעם בבלי'שן אדרבה זאג דו פשט.

נשלח: דינסטאג מערץ 02, 2021 9:19 am
דורך [NAMELESS]
זייער פשוט, המן האט געמאכט א גורל, און עס אוז אויסגעקומען, בחודש שנים עשר-פון די גוים, אויף דעהם שרייבט די מגילה, הוא-יענע שנים עשר קומט אויס ביי אונז, חודש אדר

נשלח: דינסטאג מערץ 02, 2021 10:12 am
דורך אישתישבי
עובדיה האט געשריבן:דאס אז די אידן האבן אדאפטירט די בבלי'שע נעמען האב איך דאך געשריבען, זאגסט אז אויך די געבוי פונעם לוח קען זיין, אבער לכאו' איז עס געלאפען אפגעריקט פונעם בבלי'שן לוח עכ"פ מיט עפעס שינויים פון עיבור החודש והשנה וואס איז תלוי אין בי"ד, אויסער אויב מ'וועט זאגן אז זיי האבן אינגאנצען אנגענומען דעם בבלי'שן לוח דלא כירושלמי אז ירמיה הנביא האט מעבר געווען און גלות, דאס וואס דו זאגסט אז די פרסיים האבן געהאט אן אנדערע לוח אפשר אין שושן האט מען נאך גענוצט דעם בבלי'שן אדרבה זאג דו פשט.


לויט די חוקרים איז דער אידישער לוח צושטאנד געקומען אין מיטען בית שני.

נשלח: דינסטאג מערץ 02, 2021 11:21 am
דורך קאצקע ציקער
עמקות המחשבה האט געשריבן:זייער פשוט, המן האט געמאכט א גורל, און עס אוז אויסגעקומען, בחודש שנים עשר-פון די גוים, אויף דעהם שרייבט די מגילה, הוא-יענע שנים עשר קומט אויס ביי אונז, חודש אדר

אלעס שטימט אבער די גוישע חודש אדר איז פונקט די צוועלעפטע חודש?