בלאט 1 פון 1
נייע רב אין שיכון וויזניץ ב"ב
נשלח: דאנערשטאג מערץ 04, 2021 11:06 pm
דורך לך לך
היינט ביים יארצייט טיש פון ישועות משה האט מהר"י אויפגענומען בנו ר' ח"מ פון ב"פ איידעם ביים באטערער פאר רב אין שיכון וויזניץ בני ברק
סימן טוב מזל טוב
נשלח: פרייטאג מערץ 05, 2021 2:49 am
דורך שמעון וואלף
וויפול פראצענט פון איינוואינער האבן געשטימט פאר אים?
נשלח: מאנטאג מערץ 08, 2021 10:19 pm
דורך טיכטיגער
ער גייט מופן פון בארא פארק, אדער ס'נאר א שיינער טיטל?
Re: נייע רב אין שיכון וויזניץ ב"ב
נשלח: מיטוואך מערץ 17, 2021 2:03 pm
דורך אליעזר מארקס
מוז מען דאך דערציילען א שיינע מעשה אינעם שבח פונעם נייעם רב שליט''א, אז דער ספינקער-ב''פ איז דאך דער שווער פון ח''מ הגר מענדל'ס, האט ער איינמאל געפרעגט דעם באטור'ער: מיילא, וואס איך האב מיך טועה גיווען און געמיינט אז מיין איידעם ער גייט זיין דער רבי פונעם רוב ויז'ניצער ציבור, פון ווי וואלט איך געקענט ווען חלומען אזא זאך, אז די רעידל וועט זיך פלוצים איבערדרייען, אבער דו, פון וואו האסט געוואוסט צו נעמען דעים איידעם, וואס ווי ס'זעהט אויס, וועט ער איבערנעמען רוב וויז'ניץ? ענטפערט אים דער באטור'ער: "טראסט מיר, צו בהמה פלייש בין איך א מבין.....''
Sent from my SM-T290 using Tapatalk
נשלח: מיטוואך מערץ 17, 2021 2:51 pm
דורך לך לך
.
נשלח: מיטוואך מערץ 17, 2021 2:51 pm
דורך לך לך
אליעזר מארקס האט געשריבן:מוז מען דאך דערציילען א שיינע מעשה אינעם שבח פונעם נייעם רב שליט''א, אז דער ספינקער-ב''פ איז דאך דער שווער פון ח''מ הגר מענדל'ס, האט ער איינמאל געפרעגט דעם באטור'ער: מיילא, וואס איך האב מיך טועה גיווען און געמיינט אז מיין איידעם ער גייט זיין דער רבי פונעם רוב ויז'ניצער ציבור, פון ווי וואלט איך געקענט ווען חלומען אזא זאך, אז די רעידל וועט זיך פלוצים איבערדרייען, אבער דו, פון וואו האסט געוואוסט צו נעמען דעים איידעם, וואס ווי ס'זעהט אויס, וועט ער איבערנעמען רוב וויז'ניץ? ענטפערט אים דער באטור'ער: "טראסט מיר, צו בהמה פלייש בין איך א מבין.....'' Sent from my SM-T290 using Tapatalk
האהא די מעשה
נשלח: דאנערשטאג מערץ 18, 2021 6:57 pm
דורך שבת אחים
אליעזר מארקס האט געשריבן:מוז מען דאך דערציילען א שיינע מעשה אינעם שבח פונעם נייעם רב שליט''א, אז דער ספינקער-ב''פ איז דאך דער שווער פון ח''מ הגר מענדל'ס, האט ער איינמאל געפרעגט דעם באטור'ער: מיילא, וואס איך האב מיך טועה גיווען און געמיינט אז מיין איידעם ער גייט זיין דער רבי פונעם רוב ויז'ניצער ציבור, פון ווי וואלט איך געקענט ווען חלומען אזא זאך, אז די רעידל וועט זיך פלוצים איבערדרייען, אבער דו, פון וואו האסט געוואוסט צו נעמען דעים איידעם, וואס ווי ס'זעהט אויס, וועט ער איבערנעמען רוב וויז'ניץ? ענטפערט אים דער באטור'ער: "טראסט מיר, צו בהמה פלייש בין איך א מבין.....''
Sent from my SM-T290 using Tapatalk
מוחה! נישט שיין!
דער נייער רב ר׳ חיים מעיאר קען איך שוין פערציג יאהר! נישט נאר ער איז נישט קיין בהמה נאר ער איז א גאר א וויואלער מענטש. צווישן אלע היינטיגע רביס איז ער פון די קלענסטע בהמות... א אמתער וויואלער מענטש. א עניו. א פשטן. מיינט נאר גוטס. האט ליב יעדען איד אן קיין חשבונות!
וואס איז ער אנדערש ווי אלע אנדערע היינטיגער רבנים?
ער איז כאטש א פיינער אמתער מענטש.
די סיבה פארוואס דער נירבאטור און די ספינקער און אלע אנדערע האבן זיך משדך געוועהן מיט וויזניץ איז פשוט ווייל וויזניץ האט די מערסטע יחוס מסתם פון אלע חסידישע הויפן. זיי שטאמען פון אסאך גרויסע תלמידי הבעש״ט. ווי דער מעזריטשער מגיד, דריי מאל לכה״פ אייניקלעך פון ר׳ פנחסל קוריצער, אפאר מאל אייניקלעך פון די מאור עינים, די רוזינער, הרה״ק ר׳ יעקב קאפיל מתלמידי הבעש״ט, קאסוב, וויזניץ, ראפשיץ, דזיקוב, ראחמאסטריווקא וכו׳
נשלח: דאנערשטאג מערץ 18, 2021 10:42 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
איך וויל נישט פארדרייען די אשכול, אבער קאנגרעטס שבת פאר'ן אראפנעמען די 'נאט מיי פרעזידענט' שילד.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 18, 2021 10:46 pm
דורך רביה''ק זי''ע
הערשט יעצט וואלט ער עס געדארפט ארויפלייגן, נישט אזוי? א פארקערטע וועלט...
נשלח: פרייטאג מערץ 19, 2021 4:10 pm
דורך יעקב מעקסוועל
שבת אחים האט געשריבן:די סיבה פארוואס דער נירבאטור און די ספינקער און אלע אנדערע האבן זיך משדך געוועהן מיט וויזניץ...
די סיבה איז פשוט... דו האסט נישט פארשטאנען די מעשה, מען זאגט נישט דער רב איז א בהמה, ער פארשטייט וואו די פרענטשעס וועלן האבן פלייש. און דאס דאך די אמת'ע סיבה פארוואס די יחוס איז אזוי חשוב.
נשלח: זונטאג מערץ 21, 2021 1:36 am
דורך בן ישי
.
נשלח: זונטאג מערץ 21, 2021 1:43 pm
דורך לאמדיש
א עכטע חסיד
נשלח: זונטאג מערץ 21, 2021 11:20 pm
דורך שבת אחים
יעקב מעקסוועל האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:די סיבה פארוואס דער נירבאטור און די ספינקער און אלע אנדערע האבן זיך משדך געוועהן מיט וויזניץ...
די סיבה איז פשוט... דו האסט נישט פארשטאנען די מעשה, מען זאגט נישט דער רב איז א בהמה, ער פארשטייט וואו די פרענטשעס וועלן האבן פלייש. און דאס דאך די אמת'ע סיבה פארוואס די יחוס איז אזוי חשוב.
אה אז די חסידים זענען בהמות מעג מען יא זאגן?
דאס דערמאנט מיר די אלט ווארט וואס מ׳פלעגט זאגן אינדערהיים. וואס א חילוק פון א רב ביז א שוחט? די שוחט לויפט נאך די בהמות ווידער די רב לויפן די בהמות נאך אים.