בלאט 1 פון 2
די סטרעס פון ערב פסח
נשלח: פרייטאג מערץ 05, 2021 6:10 am
דורך בונה של טוב
איך בין נייגעריג צו הערן פון אייך וואס זענען מיטלען וועלכע פארגרינגערן דעם מצב ביי אייך אין שטוב. מיין קינדער זענען שוין נישט קליין אבער איך געדענק ווען זיי פלעגן אהיימקומען דערציילן וועגן חבר׳טעס וואס זייער מאמע האט שוין געענדיגט פסח-מאכן אלע שלאף-צומערן און א צווייטע וואס האט שוין די גאנצע הויז פסח׳דיג וכו׳ און נאכדעם נענטער צו פסח איז געווען א קאמפּעטישן ווער ס׳האט שוין אפגעקאכט א גאנצע טאפ זופ און קאמפאט און פאלשע פיש א.ד.ג אדער אפגעבאקן פרישע פסח קעיק און כל מיני מטעמים. איך מיין אז די סטרעס קען ווערן אומדערטרעגליך און ס׳קען שאדן מאכן די קינדער און די מאמע און אפילו די שלום בית ווילאנג מ׳נעמט נישט די מיטלען צו פארמינערן די סטרעס די מערסטע וואס נאר מעגליך. איך וואלט געוואלט הערן אויב האט איר סיי וועלכע עצות וואס איר האט איינגעפירט אין אייער שטוב צו פארגרינגערן פאר די בני בית.
איך האב געזעהן אין א גרופ אויף פייסבוק ווי ס׳איז געווארן א רעדע וועגן דעם, און איין יונגערמאן האט זיך בארימט אז ביי אים אין שטוב איז זייער ״טעיק איט איזי״ און איך האב זיך שטארק געוואונדערט וויאזוי ער האט דאס געמאכט. וויאזוי טוט מען דאס? איך וואלט שטארק מכיר טובה געווען אויב האט איר סיי וועלכע עצות וואס איר קענט מיטטיילן
אגב די שמועס האט זיך געמאכט פון א ווידיאוי וואס איינער האט גע׳פּויסט ווי שפרה לאווען שפילט איבער די געפילן וועלכע זי האט געהאט ווען זי איז נאך געווען פרום און זי טיילט מיט איר פארלעגנהייט ווי זי וויל נישט מאכן פון די קינדער א קרבן פסח אבער די אנגעצויגנקייט איז נישט צום אויסהאלטן.
איך ווייס אז דא האט זיך לעצטנס געמאכט א שמועס וועגן די פרוי ווי אנדערע האבן גע׳טענה׳ט אז זי האט געטון אן אומפארגעבליכע אקט קעגן איר שווער, נאר איך גלייב ס׳דא אסך מער צו די מעשה פון וואס מ׳הערט אויפ׳ן פּאדקעסט ווייל פון וואס כ׳האב געהערט פון איר איז זי א גוטהארציגע מענטש און ס׳שטייט נישט אויס אז ס׳זאל זיין אזוי סימפּל ווי ס׳קוקט אויס פון איר מאן׳ס עקאונט. איך בין נייגעריג צו הערן פון איר אליין, ווייל לויט ווי איך האב געהערט האט איר שווער שטארק חרטה פאר די גאנצע מעשה פון אריינקוקן אין פענסטער (איינער פון טאהש האט מיר דאס דערציילט עטליכע יאר צוריק) ממילא ווארט איך נאך צו הערן מער פון איר אליין וואס האט איר צוגעברענגט צו טון עפעס אזא משונה׳דיגן ״סוד״ צו דערציילן איר מאמע׳ן. איך האב געהערט דאס פּאדקעסט עטליכע מאל און איך האב אויך געזעהן ס׳געווען היפש אביסל רעאקציעס ממילא האף איך זי וועט עס נאך אדרעסירן אז איך זאל דאס קענען בעסער פארשטיין it just doesn’t make sense
אין אלענפאלס, if you still want to check out the YouTube clip לייג איך דא צו די לינק
https://youtu.be/JDQJNA-5fWg
נשלח: פרייטאג מערץ 05, 2021 11:53 am
דורך הקטן
.
נשלח: פרייטאג מערץ 05, 2021 2:02 pm
דורך yesiknow
אין לכם מושג החורבן הנורא שנשים גורמים לבעליהם ולכל משפחתם בגלל שהם חושבים שהם עושים רצון הבורא זה דברים שכל אחד מאיתנו יכול להעיד על זה אוי להם מיום הדין הגדול והנורא לכאורה זה גזרה מן השמיים
נשלח: פרייטאג מערץ 05, 2021 3:17 pm
דורך תרמב
הכל בידי שמים חוץ מיראת שמים!
נשלח: זונטאג מערץ 07, 2021 10:19 am
דורך yesiknow
רבי שמואל ניימן יש לו שיעור חזק על זה מאות אנשים (ונשים)מעידים שזה עזר להם בגדול לקבל את החג זמן חרותינו מתוך חירות ושלוות הנפש.
Re: די סטרעס פון ערב פסח
נשלח: זונטאג מערץ 07, 2021 2:42 pm
דורך פאליטיקאנט
איך האב געהערט זאגן אז די חזון איש האט ממש גארנישט גע'דאגה'ט פאר פסח, אזוי ווייט אז שבת הגדול האט ער געמאכט לחם משנה מיט זיין חלה און א מצה וואס ער האט גענוצט אויף פסח!
נשלח: זונטאג מערץ 07, 2021 2:57 pm
דורך איך אויך
ער האט אויך נישט מקפיד געווען צו נוטצן פרישע בליט אין די מצות און טאמער איז איבערגבליבן פון פאראיאר האט מען נישט געהרגט נאך א קריסטליך קינד.
אגב, מען זאגט נאך פונעם חזו''א אז אלעס וואס מען זאגט נאך בשמו איז שקר.
נשלח: זונטאג מערץ 07, 2021 3:06 pm
דורך yn.NY
איך אויך האט געשריבן:ער האט אויך נישט מקפיד געווען צו נוטצן פרישע בליט אין די מצות און טאמער איז איבערגבליבן פון פאראיאר האט מען נישט געהרגט נאך א קריסטליך קינד.
אגב, מען זאגט נאך פונעם חזו''א אז אלעס וואס מען זאגט נאך בשמו איז שקר.
דאס וואס דו זאגסט יעצט נאך פון איהם, איז אויך שקר?!
נשלח: זונטאג מערץ 07, 2021 3:09 pm
דורך yesiknow
[quote="איך אויך"]ער האט אויך נישט מקפיד געווען צו נוטצן פרישע בליט אין די מצות און טאמער איז איבערגבליבן פון פאראיאר האט מען נישט געהרגט נאך א קריסטליך קינד.------------------
אגב, מען זאגט נאך פונעם חזו''א אז אלעס וואס מען זאגט נאך בשמו איז שקר.דאס אליינס איז שקר...
נשלח: זונטאג מערץ 07, 2021 3:22 pm
דורך איך אויך
ב''ה עטץ כאפטס די פוינט.
נשלח: זונטאג מערץ 07, 2021 6:24 pm
דורך yesiknow
כמה שלום בית בעיות התחיל בזמנים כאלה הגיע הזמן לעשות משהו על זה.
נשלח: מאנטאג מערץ 08, 2021 11:26 am
דורך אישתישבי
ווי עס זעהט אויס איז נישט די חומרות וואס מאכט אהן דער סטרעס, עס איז סתם נערווען, און ווען מען איז מקיל אין פארשידענס מאכט עס נאר מער סטרעס, ווייל יעצט געדענקט זי שוין נישט אויב מען דארף אפילו מחמיר זיין.
נשלח: מיטוואך מערץ 10, 2021 1:56 am
דורך בונה של טוב
yesiknow האט געשריבן:אין לכם מושג החורבן הנורא שנשים גורמים לבעליהם ולכל משפחתם בגלל שהם חושבים שהם עושים רצון הבורא זה דברים שכל אחד מאיתנו יכול להעיד על זה אוי להם מיום הדין הגדול והנורא לכאורה זה גזרה מן השמיים
די פראבלעם הייבט זיך אן אין סקול.
מען בּאקט אריין אין די מיידלעך א פאנאטישקייט פון ״נאכפאלגן דעם רצון הבורא״ און גיין דערמיט אין וואנט אריין. מען געוואוינט זיי איין צו גיין נגד השכל נאך גאר יונג און עס פעדימט איין א מין פארשטאפטקייט צו עני ריזענינג.
ווי באקאנט: ווען א מענטש וויל אויסרייסן א פון לאנג-איינגעפלאנצטע מהלך, דארף מען זיך דערגרינטעווען: וואס זענען די בּענעפיטן וואס האלטן דעם מענטש ״סטאָק״ אין די אלטע וועגן.... עס איז אלעמאל דא א short term reward וואס מאכט עס אין מח אויסזעהן ווי א לוינבארע זאך (אפילו אויב מ׳ווייסט אז באמת איז עס נישט קיין טובה און די תוצאה קען אפילו זיין א ביטערע.
א גוטע ביישפיל איז ווען א מענטש וויל אפּפאלן וואג. נישט קיין חילוק ווי שטארק מ׳זאל נאר נישט פרובירן וועט מען אלעמאל צוריקפאלן אויב טוט מען נישט היילן די יסוד פון דעם פראבלעם. ווי למשל אויב אלס קינד האט די מאמע׳ס טשאקלאד קעיק געדינט ווי א בארוהיגונג פון א שווערע טאג, דאן איז אפט די פראבלעם אז אינ׳ם מח איז איינגעבאקן געווארן א מין פריינטשאפט מיט עסן וואס ווערט ווי אן עיר מקלט ווען אומער מ׳האט א שווערן טאג, און נישט קיין חילוק וויפיל דו ווילסט ארבעטן מיט׳ן באוואוסטזיניגן מח און זאגן עס איז נישט גוט פאר דיר, junk food קען זיין א פראבלעם פאר׳ן געזונט- אבער ווילאנג אונטערן באוואוסטזיין איז דא די אימפּרעשן אז די סארט עסן ברענגט comfort, קענסטו גיין האקן א טשייניק און אלע תחבולות זענען אומזיסט, ווייל די סאָבּקאנשעס דיקטירט דאס מערסטע פון אונזערע באשלוסן. מ׳מיז אדרעסירן דעס יסוד מיט איינע פון די מעטאדן וואס היילן די subconscious belief
אויפ׳ן זעלבן אופן איז פסח מאכן נישט דער פראבלעם וואס מ׳מיינט ס׳איז. מ׳קען זאגן די ווייב ביז מארגן נאכ׳ן קוגל אז דאס דארף מען נישט טון פאר פסח, אדער אז ס׳מאכט א חורבן, אבער די פראבלעם הייבט זיך אן אויף א subconscious level וואס דיקטירט די באשלוסן
די פראבלעם ווערט אסך פארערגערט מיט די ביטערע מיספארשטענדענישן צווישן מאן און פרוי ווען ביידע האבן אזויפיל עגמת נפש פון באשולדיגן איינע די צווייטע אנשטאט איינצוזען אז ס׳איז נישט דיין ווייב וואס איז שולדיג, ס׳איז די חינוך וואס מען האט איר געגעבן און איר איינגעוואוינט און יעצט פילט עס ווי א פסח׳דיגע שטוב וועט בארוהיגן איר געוויסן און דערצו איר מאכן פילן ווי א בעל הבית׳טע און געבן א sense of belonging צווישן אירע פריינט און משפחה.
Bottom line מ׳דארף גיין צום יסוד, דרש׳ענען און טענה׳ן איז ווערטער אין וואסער אריין און צומאל מאכט איר נאר פילן ווי you just don’t get it וואס איז בּעיסיקלי אמת
מ׳דארף אויפהערן באשולדיגן און אנשטאט דעם זיכן ווי מען קען געפינען הילף צו געבן איר א sense of belonging און זיך פילן compétent אן צו דארפן זיך אויסהארעווען די נשמה און נעבעך מאכן פון די קינדער א קרבן פסח
נשלח: מיטוואך מערץ 10, 2021 9:30 am
דורך רימון
לאווענס prank מיט דעם טעראפיסט איז זייער מיאוס.
נאכן הערן דעם בלבול פאדקעסט און זען דעם מושחתדיגן פרענק, איז דאס פארפאלק זייער ווייט פון אן אינספיראציע.
נשלח: מיטוואך מערץ 10, 2021 2:07 pm
דורך איך אויך
ווי קען איך עס זעהן?
נשלח: מאנטאג מערץ 22, 2021 1:18 am
דורך בונה של טוב
נשלח: מאנטאג מערץ 22, 2021 1:35 am
דורך רביה''ק זי''ע
אינטערעסאנט צוצוצייכענען די סוגיא פון די פארשימעלטע ברויט (הפת שעיפשה) אין גמרא מסכת פסחים דף ז. וואו מ׳זעהט אז אין די גמרא׳ס צייטן פלעגט מען האלטן די מצות אינעם זעלבן באקס וואו מ׳האט געהאלטן די ברויט אגאנץ יאר, מ׳האט פשוט ארויסגענומען די אלטע ברויט און אריינגעלייגט די מצות און געגאנגען ווייטער... #ירידתהדורות
די סטרעס פון ערב פסח
נשלח: מאנטאג מערץ 22, 2021 1:43 am
דורך דורש אמת
וואס איז געווען די מחלוקת צווישן בית שמאי און בית הלל? זאגט הרה״ק ר׳ הערשעלע ליסקער:
בית שמאי האט געוואלט ווי מער עבודת ה׳, ווי מער חומרות אלס מער מצוות… אבער בית הלל האבן געהאלטן אז מען דארף ארייננעמען דעם גאנצן כלל; דערפאר האלטן זיי נאר פון איסורים און חומרות וואס יעדער קען מיטהאלטן. כדי ס׳זאל זיין אהבה ואחדות.
פארדעם פסקנ׳ט מען טאקע לויט בית הלל. פרומקייט איז נישט קיין אויפטו אויב נישט יעדער קען עס אנהאלטן, און עס קען ברענגען סיי וועלכע פירוד!
נאך שארפער זאגט דער מלבים׳ס אייניקל (און תלמיד):
בית שמאי שטעלן די עיקר דגוש אויף בין אדם למקום און אויף יענע וועלט
ווידעראום בית הלל לייגן מער דגוש אויף בין אדם לחברו און אויף עולם הזה- די טובה פון די מענטשהייט אויף דעי וועלט!
נשלח: מאנטאג מערץ 22, 2021 6:16 pm
דורך בונה של טוב
yesiknow האט געשריבן:כמה שלום בית בעיות התחיל בזמנים כאלה הגיע הזמן לעשות משהו על זה.
איך האב געהערט וועגן א פרומע יונגערמאן וואס די בני בית זיינע האט געהאט גרויסע דאגות וועגן נאכגיין אלע חומרות וואס זי האט געזעהן ביי איר מאמע’ן אין שטוב;
איר מאן האט איר מסביר געווען אין א רוהיגן מאמענט אז מיר זאגן דאך פסח ביינאכט אין די הגדה מתחילה עובדי עבודה זרה היו אבותינו ווייל א יסוד אין אידישקייט איז צו געדענקען אז יעדער מענטש קען באגיין א טעות און דאס איז געווען די ערשטע זאך וואס אברהם אבינו האט אונז געלערנט ווען ער האט געלייקנט אין אלס וואס זיין טאטע האט זיך איינגערעדט.
אברהם איז געווען פארעכנט ווי דער קל שבקלים - א כופר! ער האט אוועקגעמאכט אלעס וואס זיינע זיידעס ביז אים האבן געהאלטן פאר הייליג (אודאי האט דער יונגערמאן נישט אנגעהויבן מיט דעם לכתחילה; דאס האט ער נאר צוגעלייגט אלס חיזוק ווען ער האט געזעהן ווי שטארק זי מוטשעט זיך: פון איין זייט וויל זי זיין רוהיגער צו די קינדער און זיך ווייניגער משוגע מאכן, און מצד שני האט מען איר געלערנט אין ״סקול״ אז נאכלאזן אפילו א האָר פון מסורת אבותינו איז גאר הארב, און אזוי האבן זיינע ווערטער איר געהאלפן בארוהיגן דאס געוויסן)
איך ווייס נישט אויב איר וואלט געגאנגען אין דעם מהלך אבער אין יעדן פאַל איז גוט אמאל מסביר צו זיין אז אלע מנהגים און חומרות וואס מיר האבן מקבל געווען פון אונזערע עלטערן און זיידעס און באבעס, קען זיין אז ס׳איז גוט געווען פאר די פריערדיגע דורות, אבער ווי דער חזון איש האט שוין זאגט, אין די היינטיגע דורות זענען זאכן זייער אנדערש, בפרט מיט די גרויסע משפחות וואס מ׳האט היינט, און די גאנצע לעבנסשטייגער איז גאר אנדערש (ווער רעדט שוין די עקסטערע לחץ וואס קומט נאך צו יעצט וועגן די קאראנא)
Re: די סטרעס פון ערב פסח
נשלח: מאנטאג מערץ 22, 2021 9:50 pm
דורך דורש אמת
נשלח: מאנטאג מערץ 22, 2021 11:23 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
זאת ועוד
ווי מען האט געפרעידיגט אלע יארן אז מען דארף זיך האלטען צום מסורה אלס דעם "ואל תטוש תורת אמך"
דארף מען קלאר וויסן וואס גייט אריין אין די גדר פון ואל תטוש,
דאס איז אמאל זיכער אז וואשען זאכן מקום שאין מכניסים בו חמץ גייט זיכער אריין אינעם גדר פון תורת משוגעיך.
יעצט אפגלאנצען חמץדיגע טעפ וואס מען גייט נישט ניצען אום פסח איז אויך נישט נארמאל [ס'דא אסאך אידענעס וואס טוהען עס מיטן גאנצען פלייס און למעשה נאר דער גוי וואס קויפט די חמץ ער האט א ניצן פון די גלאנצעדיגע טעפ...] ווייל אמאל פלעגט מען נעמען די זעלבע חמץדיגע טעפ און עס כשר’ן לצורך פסח.
ווען מען קוקט צוריק אויף די אמאליגע זהירות אין פסח במשך הדורות איז עס געווען בעיקר אויף מאכלים און נישט אויף קלינען פון חמץ
אלא ע"כ איטס עי סעלף מעיד סטרעס
נשלח: דינסטאג מערץ 23, 2021 2:35 am
דורך צפור בודד
דער יודישער פאר-פסח

- פון פאר-פסח.JPG (95.87 KiB) געזען געווארן 2232 מאל
נשלח: דינסטאג מערץ 23, 2021 4:28 pm
דורך נחום הסופר
כ'לעצטנס געזעהן, אז רבי יהושעלע קוטנער האט אמאל געזאגט פאר זיין ווייב זי זאל שוין אויפהערן פסח'יג צו מאכן די ספרים (אויך עפעס אן אומפארשטענדליכע מנהג וואס דער עלטערער דור פלעגט טוהן, פסח'יג מאכן ספרים וואס מ'נוצט נישט אגנאץ יאר...)
הקיצור, זי האט זיך צובייזערט און שרייט איהם צוריק "ווען כ'זאל ווען פאלגן דיך מיטן שולחן ערוך וואלט מ'שוין לאנג געגעסן חמץ אין פסח"...