בלאט 1 פון 1

שיהא פיך וקולמוסך שווים

נשלח: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 7:39 pm
דורך זר זהב
בין איך ראנג? זעמיר דען באצאלטע צייטונג שרייבער? ארבעטן מיר דען אין מעלות? אפשר איז צייט צו קאטן די באלאני?
---------------------------------
איך בין געווען היינט אין 'געשעפט' (סטאר בלע"ז) און צו מיין פרייד (ווען האסטו דאס לעצטע מאל געזאגט פאר איינעם "צו מיין פרייד"?) זעה איך מיין אלטער גוטער פריינד (פרענד
בלע"ז).
שוין איך קום (כ'קום בלע"ז) אהיים זעה איך ווי דאס גאנצע הויז פליעט, איך האב (כ'האב) זיך זייער געעגבערט (עגבערט? אפשר מיינסטע אינגבער?-- גערעגט בלע"ז)

אה שלום עליכם נייער ניק, וואס מאכט איר (וואס מאכסטע! בלע"ז) פילט אייך היימיש דא (פיל זיך היימיש דא)

ער פרעגט מיר וויזוי איך גלייך די אטמאספערע... זאג איך אים (זאגעכעם) געלויבט דער פון אויבן (ב"ה בלע"ז)

א גוטן שבת (טשאבעס! בלע"ז)

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 11, 2012 11:00 pm
דורך טעלעפאן
דיסלייק x 100

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 11, 2012 11:03 pm
דורך זר זהב
טעלעפאן האט געשריבן:דיסלייק x 100

איר מיינט אוודאי צו זאגן אז איר גלייכט עס נישט הונדערט מאל

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 11, 2012 11:11 pm
דורך יידל
זר, אז מיר רעדן ווי אמעראצים מיינט נאך נישט מיר קענען נישט האבן א סאפיסטיקירטע שפראך ביים שרייבן.

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 11, 2012 11:13 pm
דורך זר זהב
נו אפשר נעמט מען זיך רעדן ווי פראפעסיאנאלן?

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 11, 2012 11:21 pm
דורך איך אויך
ווער עס פארשטייט א ווארט וואס דא שטייט זאל ביטע אויפהייבן זיין הענט.

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 11, 2012 11:22 pm
דורך יידל
זר זהב האט געשריבן:נו אפשר נעמט מען זיך רעדן ווי פראפעסיאנאלן?

ווער זאגט איך רעד נישט ווי א פראפעסיאנאל?

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 11, 2012 11:24 pm
דורך זר זהב
אויש! ס'וואלט מיר געווען אינטערעסאנט צו רעדן מיט דיר! כ'האב אבער נישט אזויפיל צייט...........

נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 12:05 am
דורך קווארטין
נערע זומיע

נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 12:12 am
דורך איך אויך
קווארטין האט געשריבן:נערע זומיע

witch lngage iz dis?

נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 12:17 am
דורך קווארטין
נאכן אריינטראכטען ר' זר, דאכטזעכמער אז כ'פארשטיי שוין יא אויף וואס די באציסטזיך,(כ'אב אנגארישע דזשינס) נו, קודם ס'יז "קאווע שטיבל לענגוויטש", והשנית, רוב קאווע שרייבערס, שרייבן פון זייער "טאשן קאמפיוטער", נו ז'גרינגער ז'מען שרייבט בדרך קצרה.

ר' איך אויך, נערע זומיע, איז פויליש מיינט "כ'פארשטיי נישט", געהערט כמה פעמים פון די פוילישע שקראבעס וואס ארבייטן ביי אונז.

נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 12:30 am
דורך שמעקעדיג
קווארטין, איך פארשטיי אז ער וויל אז יעדער זאל לכתחילה שרייבן מייט די דרך קצרה, גענוי ווי מ'רעדט.
הענס די קעפל, שיהא פיך וקולמוסך שווים.

נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 4:23 am
דורך אזוי גאר
אוי יוא וועט נעמען צייט אפצוליינען אפאר שרות
פאר אנעקזעמפעל

כבין געווענאפען באסיז משיענקל ארויפגעקןמיזיינבוחרל וכו...

נשלח: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 12:39 am
דורך zurich
"אלענפאס"[איך זאג עס גוט?] ס'מיינט עניוועיס,
"פארט"איז עס, איינער ווייסט וואסעמיינט?
"איינצוגוואז" וואס מיינט עס?
איינער האט נאך ווערטער?ווער האט געמאכט די אלע משוגענע ווערטער? די שטערן אדער מנחם מענדל?אדער די מלמדים?זאגסט אלע צוזאמען ואשה א פייערהאפער ,והנה און אט,
באחו און די ווי...זע!!

נשלח: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 12:47 am
דורך זר זהב
אלענספאל מיינט אין יעדע פאל. ווי איינער זאל זאגן נו לאמיר הערן די באטטאם ליין, נישט קיין חילוק וויאזוי מ'איז דא אנגעקומען...
פארט מיינט דאך
איינצוגסוואז מיינט באזונדער

נשלח: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 1:06 am
דורך zurich
זר זהב האט געשריבן:אלענספאל מיינט אין יעדע פאל. ווי איינער זאל זאגן נו לאמיר הערן די באטטאם ליין, נישט קיין חילוק וויאזוי מ'איז דא אנגעקומען...
פארט מיינט דאך
איינצוגסוואז מיינט באזונדער

וואס מיינט באחו האסטע נישט מסביר געווען :lol:

נשלח: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 1:37 am
דורך זר זהב
דאס דאפסטע פרעגן אייזיק וויזעל...

נשלח: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 1:51 am
דורך אזוי גאר
זר זהב האט געשריבן:דאס דאפסטע פרעגן אייזיק וויזעל...

שרעקעדיגע זכרונות זר הא

נשלח: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 1:59 am
דורך זר זהב
נאר פון אים הערן ביים עסן אויף די מייק, ער איז נישט געווען מיין מלמד... ביים עסן האט ער געהאט די מייק אין לאנטש רום, זיין אויפרוף אז ווער עס זעהט מער ווי 2 לויזע אייער ביים חבר זאל ער צוקראכן די דריטע... ליגט מיר נאך אין די ביינער.