בלאט 1 פון 1

עיון ולומדות

נשלח: מאנטאג מערץ 08, 2021 5:51 am
דורך [NAMELESS]
איך עפן דא א אשכול, עס זאל זיין א פלאץ, צו שמיעסן אביסל אינטערעסאנטע נושאים און סוגיות ולומדות. פארשטייט זוך נאר אויב עס דא א עולם וואס איז אינטערעסירט אין דעהם, אויב איז דאס אינטערסאנט פאר אייך, דאן אדער לייק, אדער שרייב אין א תגובה

נשלח: מאנטאג מערץ 08, 2021 7:41 am
דורך פיינע פלייכעס
אוודאי פארוואס נישט, קום נאר אריין קלאר מיט עפעס א געשמאקע סוגיא, אז ס׳זאל זיין אינטערסאנט, נישט טיפת חלב, דבר שיש לו מתירין, הואיל. אדער איינע פון דעי אנדערע אויסגעדראשענע אינגערישע סיגיות, וואס מען האט געבלעטערט און סענדס סטריט פאר די קרעפל פשעטל פונעם רבין

נשלח: מאנטאג מערץ 08, 2021 8:01 am
דורך אישתישבי
אז מען רעדט פין הואיל, קען מען זאגען הואיל לגבי שבת?

למשל, די קאנסערוואטיוו אידן האלטען אז מען מעג פארען א קאר אין שבת, אבער נאר אין בית המדרש. קומט דאך אויס, אז מען מעג פאר אלעס פארען א קאר, הואיל טאמער איך וועל פארען אין בית המדרש.

נשלח: מאנטאג מערץ 08, 2021 8:07 am
דורך אישתישבי
איך דערמאן מיך א ווערטעל פין ר' מאיר צוויבל שליט"א

באמת וואלט מען געדארפט מתיר זיין אלע איסורי שבת צוליב הואיל, הואיל עס וואלט געוועהן א חולה שיש בו סכנה וואלט אלס געוועהן מותר. זאגט תוס' אז א חולה שיש בו סכנה איז נישט שכיח. דאס מיינט דער פסוק, כי לא יטוש ד' את עמו, דער אויבערשטער פרוסט נישט אידישע קינדער, און מוז אויסהיילן אלע חולאים, פארוואס? ווייל אויב נישט וועט דאך זיין חולאים שכיח, און עס וועט נישט זיין קיין שבת, בעבור שמו הגדול, איז שבת, ווייל שבת שמא דקודשא בריך הוא, כי הואיל, ווייל אויב נישט וועט מען זאגן הואיל.