בלאט 1 פון 2
קעניג קאומא - פיינט אדער פריינט
נשלח: מאנטאג מערץ 08, 2021 11:40 am
דורך אישתישבי
דא איז נישט געוועהן א אשכול וואס רעדט וועגן דער לעצטע באשולדיגונגען קעגן דער גאווערנער, בקיצור ער ליידט אויך צוויי פראנטן, איינס, די נערסונג האום סקאנדאל, אז ער האט געטוישט די נומערן פין די געשטארבענע, סיי צו דער צבור, און סיי צו דער אַסעמבלי. צוויי, די פרויען וואס קומען קאמפלעינען מיט **** באשולדיגונגען.
דער נערסינג האום סקאנדאל מאכט שטיקעל סענס, מען ווייסט שוין דערפין א לאנגע צייט, ביז דער די עי האט עס פיינאלי אויך געזאגט, און דעמאלטס האט זיך אנגעהויבן זיין אמת'ע נפילה.
די פרויען וואס קומען קעגן אים, זאגען באמת גאר קליינע באשולדיגונגען, קיינער איז נישט למעשה, אלץ איז אזעלכע זאכען וואס מען האט אויך געוויסט ביז היינט. און פרעזידענט ביידען האט געטוהן דער זעלבע, און עס זעהט נישט אויס ווי די דעמאקראטען אלץ א פארטיי באדערט באמת אזא סארט הנהגה.
נאר וואס דען?
עפעס איז דא געשעהן וואס די חברה האבן זיך אנגעקלערט אז עד כאן. מען גייט דער קאומא מסדר זיין.
דאס איז נישט קיין קאנספיראציע, דאס איז א דבר ברור וואס מען דארף זיין בלינד צו גלייבען אז עס איז באמת די צוויי סקאנדאלן וואס זענען פונקט יעצט ארויסגעשווימען.
וואס דער סיבות זענען, דאס קען זיין דמיונות און חלומות.
ווייסט איינער וואס דא איז געשעהן? פארוואס האבן די דעמאקראטען אזא שנאה באקומען צו דער קאומא?
נשלח: מאנטאג מערץ 08, 2021 12:17 pm
דורך מפיל קינד
מאנכע זאגן אז די דעמאקראטן זוכן די פרויען באשולדיגונגען כדי צו פארדעקן די נורסינג האום סקאנדאל, ווייל נאך אפאר דעמאקראטישע גאווערנארס האבן ענליכע קאוויד סקאנדאלן. אויב ער גייט פליען צוליב דעם, גייען אנדערע אויך ליידן. דעריבער ווילן זיי אויסדרייען די מעשה און פאקוסירן אויף די פריוואטע שמוץ.
נשלח: מאנטאג מערץ 08, 2021 1:29 pm
דורך הקטן
ווער קען שטיין אין וועג פאר קאמאלע-הערעס און די לינקע אגענדע?!?
הע??!!
מען דארף אים מאכן אימשעדליך בעצייטנס 2024 איז אראנד-די-קארמער
ווער ס'האט מיטגענאלטן זיין דרשה ביים קאנווענשען וואו ער האט נאר גערעדט פין זיך און די לעצטע סקאנדעס נאר אינדארסט ביידן
נשלח: מאנטאג מערץ 08, 2021 2:24 pm
דורך קורקלענד
איך האב שטארק פיינט דער קאומא.
אבער. פאר ווער ס'האט די אויגן אפען זעהט אז די גאנצע אקציע איהם אראפ צו ברענגען איז א סטראטעגישע איבערווארף וואס איינער מיט מער כח ווי איהם דרייט אן. און ס'איז קלאר אז די סיבה אונטער דעם איז נישט ********* באלעסטיגן און אויך נישט די ברוטאלישע מערדערייען וואס ער האט אויסגעפירט. דעריבער ווייס איך נישט צו ס'איז גוט אדער שלעכט אז מ'ווערט פון איהם פטור.
נאך איין זאך איז זיכער אז ער האט זיך קע''ה אויפגעבויט אסאך שונאים איבער די יארן. און דאס העלפט אסאך ארויס זיין מצב.
לדעתי. זאל ער נישט גיין. ס'איז נישט יושר צו מאכן איינער אויפגעבן א פאזיציע בלויז אויף באשולדיגן.
נשלח: מאנטאג מערץ 08, 2021 4:19 pm
דורך אישתישבי
רבי האסידיק אויף טוויטער זאגט אז די דעמאקראטען טוען עס וויל אזוי וועלען זיי נאכדעם טוהן די זעלבע זאך צו ביידען, אזוי אז העריס וועט ווערען פרעזידענט.
נשלח: מאנטאג מערץ 08, 2021 4:32 pm
דורך כלבאשבוע
סאיז א אגענדע פון די שטארק לינקע און ליבעראלע דעמאקראטן בראשות AOC
קאומא האט זיך זיינע פעלערן און אונזער קאמיוניטי האט אים ליב צו האסן אבער מכאפט זיך נישט אז נאך אים קען קומען סאך ערגערס, מוולעמיר זיך בענקן נאך קאומא איין טאג
נשלח: מאנטאג מערץ 08, 2021 4:32 pm
דורך תרמב
מייקל סעוועזש טענה’ט אז זיי ווילן אריינברענגען מער ראדיקאלע לינקע אנשטאט די וואס זענען יעצט אין טשארזש, וועגן דעם ווילן זיי אונטערברענגען קאומא און ניוסעם,
גראדע איז אפירגעקומען נאך עפעס קעגן קאומא, אז ער האט ארומגעפאטשקעט עפעס מיט די מאריא קאומא בריזש, אז ס’רעגנט גיסט.
נשלח: מאנטאג מערץ 08, 2021 4:39 pm
דורך קורקלענד
גארנישט אפיר געקומען וועגן דער בריק. ס'איז אלטע פארשימעלטע סחורה וואס זיי האבן אצינד ארויסגענומען פון די שאפע זעהנדיג אז די אנדערע געווער זייערע האט נאכנישט אויסגעפירט. ס'איז צייט מיר זאלן איינערקענען אין די פאלשקייט פונעם פרעסע.
נשלח: מאנטאג מערץ 08, 2021 4:40 pm
דורך קורקלענד
כלבאשבוע האט געשריבן:סאיז א אגענדע פון די שטארק לינקע און ליבעראלע דעמאקראטן בראשות AOC
קאומא האט זיך זיינע פעלערן און אונזער קאמיוניטי האט אים ליב צו האסן אבער מכאפט זיך נישט אז נאך אים קען קומען סאך ערגערס, מוולעמיר זיך בענקן נאך קאומא איין טאג
צו טראמפּ בענקט איר זיך נאכנישט?.......
נשלח: מאנטאג מערץ 08, 2021 5:51 pm
דורך כלבאשבוע
קורקלענד האט געשריבן:כלבאשבוע האט געשריבן:סאיז א אגענדע פון די שטארק לינקע און ליבעראלע דעמאקראטן בראשות AOC
קאומא האט זיך זיינע פעלערן און אונזער קאמיוניטי האט אים ליב צו האסן אבער מכאפט זיך נישט אז נאך אים קען קומען סאך ערגערס, מוולעמיר זיך בענקן נאך קאומא איין טאג
צו טראמפּ בענקט איר זיך נאכנישט?.......
אבסאלוט נישט, כמיין אבער אז CNN בענקט זיך
נשלח: דינסטאג אוגוסט 03, 2021 1:39 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
אטורני דזשענעראל לעטישא דזשעימס מעלדט אז איר אויספארשונג צייגט אז קאומא איז טאקע באגאנגען די פארברעכן.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 03, 2021 6:47 pm
דורך היכי דמי
שטארקע פאליטיקאנטן זענען ארויסגעקומען מיט א רוף פאר א קאומא רעזיגנאציע איבערהויפט פרעזידענט ביידען.
ווארט מיר צו זעהן וואס וועט זיך אויסלאזן דא.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 04, 2021 9:27 pm
דורך תרמב
איך האב הנאה אז קאומא כאפט אריין אין באבנס באבן אריין, ווייל איך האב אים פיינט פאר פארשידענע סיבות, אבער איך קען נישט פארשטיין פארוואס ביידען און אלע דעמאקראטן ווארפן אים אונטערן באס, וואס זענען זיי אזוי ברוגז אויף אים, ס’קוקט אויס ווי זיי האבן געווארט אים צו צופליקן אויף שטיקער, ער איז דאך געווען א שטיצער פון ביידען, איך האב אלץ געמיינט אז די רעפובליקאנער זענען מעהר עלול צו טון אזעלכע זאכן.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 04, 2021 11:21 pm
דורך אלע צוזאמען
זיי ווילן אים ארויסזעהן אויף די 'מיסבאהאנדלן איינגעשטעלטע' סקאנדאל, ווייל אויב נישט גייט עווענטועל צירוק ארויפשווימען זיין אנדערע סקאנדאל, דהיינו דאס מיאוס באהאנדלן די מגיפה, און בעיקר אין די נורסינג האומ'ס, און די מעשי רציחה האט פאסירט ביי נאך עטליכע דעמאקראטישע גאווענער'ס, און דעמאָלט גייט די פראבלעם זיין פיל ערגער.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 05, 2021 6:43 am
דורך berlbalaguleh
אינטרעסאנט איז אז די אלע יחידים און גרופס וועלכע האבן הנאה געהאט פון דעם גאווערנאר ענדרו קואמא ווען ר'איז נאך געווען ברומו של עולם. וויללן איהם נישט קענען בעת צר...!
דער גרעסטער דזשאוק איז אז דער גרויסער צדיק און טויגליכער מעיאר פון נ.י. סיטי בילל דע בלאזיא יר"ה רופט פאר זיין באלדיגע רעזיגנאציע...! ווען ער וואלט געהאט א ביסל שכל וואלט ער זיך באגראבן זיין פנים פאר בושה. ער האט גענומען א שטאט וועלכע האט גוט פונקציאנירט, סיי אונטער דעם מעיאר רודי דזשוליאני. און אויך אונטער בלומבערג. און ער האט עס אינגאנצן חרוב געמאכט. אריינגערעכנט די עקאנאמיע. ער האט חרוב געמאכט די פאליס און זייער כח א ביסל אפצושרעקן די ווילדע קרימינאלן וועלכע זענען א טייל פון די אפרא-אמעריקאנער באפעלקערונג. און ער שטעלט נאך א פנים ווי א תם. צוערשט האט ער געזאגט אז די שטאט איז זייער ..."סעיף"...נאכדעם האט ער שוין מודה געווען אז ..."מ'מוז עפעס טון"...אפצושטעללן די ווילדע קרימינאלן וועלכע שרעקן זיך פאר גארנישט...!
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 05, 2021 7:04 am
דורך אישתישבי
מען דארף אויך געדענקען דער יד השם, ער האט גערעדט מיט א גאות קעגן דער אויבערשטער, ובלשון טומאתו
GOD DIDN'T DO IT
כאפט ער יעצט זיינע עשר מכות שלא כדרך הטבע
די נארישע מעשה'לעך מיט די פרויען זענען שטותים
א. ער טוט עס שוין פין לאנג
ב. מען רעדט פין גארנישט געפערלעך.
איך וואלט געוואלט נישט געגלייבט די פרויען וואס זאגט דאס אפיציעל.
כן יאבדו כל מנאציך.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 05, 2021 11:40 am
דורך סעגאל
שנעל זאל איינער מוחה זיין אז ר'בערל זאגט אז עס איז דא אפרא-אמעריקאנע פארברעכער.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 05, 2021 1:01 pm
דורך תרמב
דיבלאזיא פארשטיי איך הונדערט פראצענט, קאומא האט אים גענוצט פאר א פאנטשינג בעג, ער האט אריינגעהאקט אין אים וויפיל ער האט געקענט, יעצט אז ס'האט זיך געמאכט א געלעגנהייט פאר די מאיאר צו טון אביסל נקמה זאל ער זיך נישט צוכאפן דערצו? ס'איז דאך די זיסטע זאך וואס ס'איז דא....
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 05, 2021 1:09 pm
דורך אלע צוזאמען
די צוויי פארטראגן זיך שוין נישט פאר לאנגע יארן, נאך פון ווען זיי ביידע האבן געארבעט אין די קלינטאן אדמיניסטראציע.
און צווייטענס, דעבלאזיא'ס טערמין אלס מעיאר ענדיגט זיך און עטליכע חדשים, איז מיט קאומאו אינדרויסן, קען ער לויפן פאר גאווענער.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 10, 2021 12:12 pm
דורך לך לך
ביי ביי קעניג קאומא
נשלח: דינסטאג אוגוסט 10, 2021 12:12 pm
דורך תרמב
ברוך שפטרנו!
Re: קעניג קאומא - פיינט אדער פריינט
נשלח: דינסטאג אוגוסט 10, 2021 12:57 pm
דורך nespresso
תרמב האט געשריבן:ברוך שפטרנו!
איך האף אז דער וואס קומט יעצט זאל נישט זיין ערגער ווי קאומא די לעצטע תקופה וואס ער איז געווען א לעם דאק
נשלח: דינסטאג אוגוסט 10, 2021 2:08 pm
דורך תרמב
ס'האט דיר ערגעץ געשטערט אין דיין לעבן?