בלאט 1 פון 1

היסטארישע שבת - וויזניץ

נשלח: דאנערשטאג מערץ 11, 2021 12:35 am
דורך good news
די שבת גייט זיין זייער היסטאריש אין מאנסי. אלע אכט רבי'ס גייען זיין אינאיינעם לכבוד שבת יארצייט פון זייער טאטע. די שוהל ווערט ספעציעל צוגעגרייט און פארברייטערט צו אקאמענדירן דעם גרויסן ציבור. ווער עס האט בילדער, נייעס און באריכטן, זאל ביטע מעלדן פארן עולם.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 11, 2021 12:48 am
דורך יין שרף
תן חלק לשבעה וגם לשמונה..

נשלח: דאנערשטאג מערץ 11, 2021 4:04 am
דורך [NAMELESS]
א משנה מפורשת: מראות נגעים אחת שהם שמונה.......

נשלח: דאנערשטאג מערץ 11, 2021 8:46 pm
דורך תרמב
איך האב געזעהן א ווערטל וואס איז ארומגעפארן, אז לעצטע וואך איז געווען די יארצייט פון די שווער פון אלע רבי’ס (ר’ משה’לע), די וואך גייט זיין די יארצייט פון די טאטע פון אלע רבי’ס (ר’ מאטעלע).

נשלח: דאנערשטאג מערץ 11, 2021 8:53 pm
דורך מפיל קינד
דער נעפיו מוויזניץ בארא פארק גייט מסתמא באקומען גלילה שבת נאכמיטאג אדער הגבהת הכוס ביי הבדלה...

ס'גייט זיין אינטערעסאנט מיטצוהאלטן אזא טיש ליל שבת, נישט ווייל אכט בעקיטשעס גייען זיצן אינאיינעם, נאר די 8 מאל קידוש, די כיבודים, תורה זאגן, גייט זיין אינטערעסאנט מיטצולעבן.

נשלח: זונטאג מערץ 14, 2021 6:16 am
דורך [NAMELESS]
אז עס איז דא א קיבוץ פון רעבּע׳ס זענען די חסידים דא...

נשלח: זונטאג מערץ 14, 2021 2:41 pm
דורך אבשלום בן מעכה
עפעס נייעס פון שבת?

נשלח: זונטאג מערץ 14, 2021 2:55 pm
דורך cictim

נשלח: זונטאג מערץ 14, 2021 3:05 pm
דורך אבשלום בן מעכה
ס'אמת אז מאנסי רבי האט געהייסן זיינע חסידים מאכן א תענית דיבור דעם שבת? - ער איז גוט!

Re: היסטארישע שבת - וויזניץ

נשלח: מאנטאג מערץ 15, 2021 7:24 pm
דורך nespresso
אבשלום בן מעכה האט געשריבן:ס'אמת אז מאנסי רבי האט געהייסן זיינע חסידים מאכן א תענית דיבור דעם שבת? - ער איז גוט!
ער האט געבעטן די בחורים צו מאכן איין מאל א וואך א תענית דיבור גארנישט מיט די וואך

Sent from my SM-A015V using Tapatalk

Re: היסטארישע שבת - וויזניץ

נשלח: מאנטאג מערץ 15, 2021 7:25 pm
דורך nespresso
אבשלום בן מעכה האט געשריבן:עפעס נייעס פון שבת?
די נייעס איז אז עס איז נישט דא קיין נייעס וואס דאס איז א חידוש

Sent from my SM-A015V using Tapatalk