בלאט 1 פון 1

קאראנא-ווירוס שטודיע פון היימישע דאקטוירים

נשלח: דאנערשטאג מערץ 11, 2021 9:36 am
דורך העניך
עס איז די וואך ארויסגעקומען א שטודיע פון עטליכע היימישע דאקטוירים פון ברוקלין און ניו-דזשערזי וואס באשטעטיגט וואס מיר אלע האבן שוין געוואוסט אז פורים תש"פ האט געברענגט אן אומגעהויערער צאל פון היימישע אינפעקטירטע, און אלס רעזולטאט גאר אסאך טויטע ר"ל.

דער ארטיקל ברענגט ארויס די ערליך-פארדינטע קריטיק קעגן די ערוועלטע פאליטיקאנטן וועלכע האבן נישט גענוג געטון צו פארזיכערן אז דער ציבור נעמט די רעקאמענדאציעס און רעגולאציעס ערנסט. אבער דער ארטיקל איגנארירט די ראלע וואס אונזערע רבנים און אישי הציבור האבן געזאלט שפילן אין היטן דעם ציבור – וואס נישט נאר האבן זיי נישט געטון זייער פליכט, נאר זענען געווען די גרעסטע פארשפרייטער פונעם ווירוס דורכאויס פורים תש"פ ווען מ'האט שוין געקענט וויסן אז מ'דארף זיך היטן. און אפילו זעענדיג די שרעקליכע חורבנות וואס זענען ארויסגעקומען פורים, זענען זיי ווייטער אנגעגאנגען מיט'ן איגנארירן אלע רעגולאציעס דורכאויס דעם גאנצן יאר, וואס האט געברענגט נאך צענדליגער טויטע.

נאך א נקודה וואס די שטודיע ווייזט – אויב פארשטיי איך גוט וואס זי זאגט – אז אין דער פורים תש"פ תקופה האבן אזויפיל ווי 32.5 פראצענט פונעם היימישן ציבור באקומען דעם ווירוס. דאס איז אן אסטראנאמישן ציפער אין פארגלייך צו דער אלגעמיינער פאפולאציע, אבער פרעגט שטארק אפ אונזער שעדליכער און טויטליכער איינרעדעניש – וואס ברענגט נאך יעצט אום אחינו בני ישראל – אז "יעדער האט עס שוין געהאט."