בלאט 1 פון 1
היימישע גנבים איינגעבראכן אין סאטמערער ת"ת אין וויליאמסבורג
נשלח: דאנערשטאג מערץ 11, 2021 4:32 pm
דורך [NAMELESS]
C/P
די סאטמארער הנהלת הישיבה איז אויפגעשוידערט געווארן פונעם פרעכן בייזוויליגן אקט פון אפאר מחרחרי ריב און עקסטרעמע הפקר יונגן, וואס האבן נעכטן באישון לילה זיך אריינגעבראכן אינעם בנין הת"ת אויף טרופ עוועניו, און אויפגעבראכן עטליכע אפיסעס און ארויסגעכאפט פון דארט ענגלישע ביכער, וואס זענען מכלומרשט נישט אויסגעהאלטן לויט זייערע עקסטרעמע פארדרייטע שיטות, מיט'ן ציל ווייטער צוצולייגן שוועבל צום פייער און אויפהעצן אומשולדיגע יונגעלייט, תמימי לב, מיט בייזוויליגע פאבריצירטע שקרים און בלבולים אויף אונזער ערליכן ריינעם חינוך, וואס זיי אליין ווייסן ווי פאלש און לופטיג דאס איז און האט נישט קיין שום תוקף, וויבאלד יעדע זאך בעניני לימודי חול ווערט געטון בלויז אונטערן אויפזיכט און פולקאמע פון כ"ק רבינו שליט"א והגאוה"צ חברי הביד"צ שליט"א ועל פיהם ישק כל דבר, אבער זייער איין איינציגער פארשלייערטער ציל פארהייליגט אלע ערליי געמיינע מיטלן און טעראר אקטן צו צוברעכן און פארניכטן כל הקודש לנו אן קיין שום פאראנטווארטליכקייט.
אין אפיס פון די מוסדות, איז די הנהלה היינט געזעצן און באהאנדלט א ריי ערנסטע שריט וואס גייט געטון ווערן בעוד מועד אז אזא מעשה נבלה זאלן זיך מער נישט איבער'חזר'ן אין דער צוקונפט.
עס איז ממש אומגלויבליך צו זען די "זיכערהייטס קעמרעס", וואס האט לעבעדיג רעקארדירט די גאנצע טעראריסטישע אבלאווע, ווי נידריג אין תהום די מהרסים ומחרחרי ריב האבן זיך אראפגעלאזט, אלעס כדאי צו שטיפן זייערע נגיעות'דיגע פארפוילטע אגענדעס, און וואס אלס די אנשי רשע וגסי הרוח זענען גרייט צו טון צו טשעפענען מיט אונזערע הייליגע מוסדות און קיום פון אונזערע תשב"ר, אן קיין שום געווינסביסן. ישראל כשיורדין יורדין עד לעפר!
א טאג ביפאר זענען די משחיתים אריינגעגאנגן אין א כיתה אימיטן לערנען אין אוועקגענומען פון א קינד
יואל יעקב מייזעלס
משה לויפער
יואל יצחק בערגער
אלי קליין
https://drive.google.com/file/d/1xeSYfs ... p=drivesdkhttps://drive.google.com/file/d/1xgYSxT ... p=drivesdk
נשלח: דאנערשטאג מערץ 11, 2021 8:01 pm
דורך מפיל קינד
איך בין גראדע אומרואיג מיטן פאקט אז מ'פארהאנדלט מיט די רעגירונג אויף אונזער חינוך. אין דעם הינזיכט האלט איך אז די פאן טרעגער וואלטן געדארפט אראפשטעלן א פוס און זאגן טרעט אפ פון אונז, מיש דיך נישט אריין.
איך האב ביז היינט געקלערט אז די קנאישע גרופע, ווי משוגע זיי זענען, זענען מסתמא די עכטע סאטמארע תלמידים און זיי טוען וואס הרה"ק מסאטמאר וואלט געטון אזא צייט.
אבער נאכן זען אזעלכע און ענליכע שריט ווער איך מער איבערצייגט אז ס'קען נישט זיין אז די משוגעים און גנבים האבן די אמת'ע דעת תורה און אלע אנדערע זענען זיך טועה און קריכן אוועק מדרך האמת.
איי, סאטמאר האט דאך טעראריזירט אלע יארן ווער ס'איז נישט געגאנגען אין שפאן? זייער גוט געפרעגט, אבער במציאות איז דאס נישט געווען דעם רצון פון סאטמאר רב, ער האט נישט געגליכן קיין מעשה נבלה.
אפי' ער איז אויך אפטמאל ארויס פון די גלייזן מחמת אורייתא דקא מירתחא ליה איז ער קיינמאל נישט געגאנגען צו טעראר. משא"כ דא, וואס די גאנצע מערכה ווערט געפירט דורך נבזים ושפלים, גנבים וגזלנים.
און א ווארט צו כולל נייעס, איך האב מיך געעקלט פון דיינע טוויטס ביז היינט אין די נושא, פארוואס אראפרייסן א גרופע ערליכע אידן וואס האלטן אנדערש? אבער אויב זיי קענען זיך דערקייקלען אזוי ווייט בין איך מיט דיר. איך האב היינט צום ערשטן מאל מסכים געווען צו דיין מערכה קעגן די כת.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 11, 2021 8:41 pm
דורך תרמב
אז יענער גייט נידריג דארפסטו נישט טוהן די זעלבע זאך, אז זיי גנב’נען דארף מען נאך נישט שרייבן ווי א בהמה אויף טוויטער.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 11, 2021 8:44 pm
דורך מפיל קינד
פארדעם טו איך עס טאקע נישט, איך לאז אים...
זיין שפראך איז טאקע זייער נידריג און עקלהאפטיג.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 11, 2021 8:46 pm
דורך תרמב
איך האב נישט געמיינט דיר חלילה וחס.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 11, 2021 9:00 pm
דורך [NAMELESS]
מפיל קינד האט געשריבן:איך בין גראדע אומרואיג מיטן פאקט אז מ'פארהאנדלט מיט די רעגירונג אויף אונזער חינוך. אין דעם הינזיכט האלט איך אז די פאן טרעגער וואלטן געדארפט אראפשטעלן א פוס און זאגן טרעט אפ פון אונז, מיש דיך נישט אריין.
איך האב ביז היינט געקלערט אז די קנאישע גרופע, ווי משוגע זיי זענען, זענען מסתמא די עכטע סאטמארע תלמידים און זיי טוען וואס הרה"ק מסאטמאר וואלט געטון אזא צייט.
אבער נאכן זען אזעלכע און ענליכע שריט ווער איך מער איבערצייגט אז ס'קען נישט זיין אז די משוגעים און גנבים האבן די אמת'ע דעת תורה און אלע אנדערע זענען זיך טועה און קריכן אוועק מדרך האמת.
איי, סאטמאר האט דאך טעראריזירט אלע יארן ווער ס'איז נישט געגאנגען אין שפאן? זייער גוט געפרעגט, אבער במציאות איז דאס נישט געווען דעם רצון פון סאטמאר רב, ער האט נישט געגליכן קיין מעשה נבלה.
אפי' ער איז אויך אפטמאל ארויס פון די גלייזן מחמת אורייתא דקא מירתחא ליה איז ער קיינמאל נישט געגאנגען צו טעראר. משא"כ דא, וואס די גאנצע מערכה ווערט געפירט דורך נבזים ושפלים, גנבים וגזלנים.
און א ווארט צו כולל נייעס, איך האב מיך געעקלט פון דיינע טוויטס ביז היינט אין די נושא, פארוואס אראפרייסן א גרופע ערליכע אידן וואס האלטן אנדערש? אבער אויב זיי קענען זיך דערקייקלען אזוי ווייט בין איך מיט דיר. איך האב היינט צום ערשטן מאל מסכים געווען צו דיין מערכה קעגן די כת.
אין איך קען יא פרעזנליך אפאר יונגען פין דעי כת, כהאב אפאר משפחה מיטגלידער וואס זענען פין די פירער, אין איך ווייס א רוב פין די הויפט אנדרייערס זענען ליידיגע יונגען, אין מיינען זילטש לש"ש, וואס איך זעי פין זייערע אופירינגען אינדערהיים, אין פין אלע זייערע מעשים וואס איז נישט אפען פין די גאס, וד"ל
טייל פין די חברה וואס האבן זיך איינגעבראכן נעכטן, האבן נאך די קינדער אין סאטמער, ווען זי מיינען עפעס אמתדיג נעמען זיי ארויס די קינדער זאלן ח"ו נישט לערנען קיין כפירה, אנשטאט זענען זיי נאר פארנימען יענעם איינציטיילן וואס צי טיען,
קנאת אין קענען זיך אהערשטעלן אלס פרימער, אין איינטיילן יענם וואס צי טיען, איז א תאווה פינקט ווי עסן פיצא, די איינציגסטע חילק אז זיי רעדן דיך איין אז זי מיינען הייליגקייט,
Re: היימישע גנבים איינגעבראכן אין סאטמערער ת"ת אין וויליאמסב
נשלח: פרייטאג מערץ 12, 2021 1:22 am
דורך אונטער חכם
די קנאים זענען בערך די זעלבע הייליג ווי די אדמיניסטראטארן אינעם מוסד, און וואס זיי האבן יעצט געטון איז נישט קיין צענטל פון אלע הייליגע מעשים וואס זענען שוין אפגעטון געווארן דורך די "נארמאלע" אדמיניסטראטארן.
נשלח: פרייטאג מערץ 12, 2021 12:51 pm
דורך [NAMELESS]
איך וויל פארשטיין איין זאך, אויב האלטן די חדרים אז עס איז נישט דא קיין שום פראבלעם מיט זייערע בוקס, דעמאלטס פארוואס געבן זיי עס נישט ארויס אין פאבליק נארמאל, מען זאל זיך נישט דארפן איינברעכן.
נשלח: פרייטאג מערץ 12, 2021 1:03 pm
דורך [NAMELESS]
אבער די אריינברעכערס זענען סתם אזוי באוויסט אלץ ווילדע מאנקיס, דער בערגער האט נישט וואס צו טוהן מיט זיין ליידיגן טאג, די עולם געדענקט מסתמא ווען ער האט האט געבלאזן שופר אין א גרינע דינסטאג ביי לוי יצחק ריבא, אין זיין דורכגעפאלנע פראטעסט ביי סאנרייז בין הזמנים. בקיצור מען דארף דעם זכר טרעפן א דשאב
נשלח: פרייטאג מערץ 12, 2021 1:48 pm
דורך [NAMELESS]
עמקות המחשבה האט געשריבן:איך וויל פארשטיין איין זאך, אויב האלטן די חדרים אז עס איז נישט דא קיין שום פראבלעם מיט זייערע בוקס, דעמאלטס פארוואס געבן זיי עס נישט ארויס אין פאבליק נארמאל, מען זאל זיך נישט דארפן איינברעכן.
די ביכער זענען גארנישט באהאלטן, קענסט בעטן יעדע יונגעל ער וועט איך עס גערן ווייזען, אבער די ביכער זענען גאווערמענט פאנדעט איו א חלק פין זייערע רולס מעג מען עס נאר לערנען אין די סקולס, אין סאיז די אחריות פין מוסדות אכטונג צי געבן דערויף, מימלא וועגן דעם לאזט מען עס "אפיציעל" נישט אהיימנעמען, באט ווייסט דאך ווי שטארק אינז יודן זענען מקפיד אויף געזעצן....
BTW דעי רול פין נישט לאזן אהיימנעמען די בוקס איז שוין געווען פאר 20 יאר צוריק ווען איך בין געווען אין חדר, אין דענמאלס האט מען נאך געלערנט אין די אפיציעלע הייליגע בוקס,
נשלח: פרייטאג מערץ 12, 2021 2:04 pm
דורך מה בכך
c/p כולל נייעס
די איינברעכער נאכן כאפן וואס זיי האבן אפגעטאן, זעהענדיג אז עס איז כלתה עליהם הרעה האבן באשלאסן צו ארומגיין מיט די ביכער און זוכן וואס צו באשמיצן די מוסדות, צו זייער שלעכט מזל האבן זיי גענומען פשוט'ע "ריעדינג בוקס" וואס מען האט אלע יארן געלערנט מיט די קינדער, און אנגעהויבן זוכן ווי מען קען טרעפן א בילד פון א קאץ אדער מאנקי, עף בי איי אדער פאליציי, וואס אויב איינער קוקט אריין אינעם ביכל קען ווערט ממש ערשטוינט ווי שטארק מען גיבט אכטונג וואס שטייט דארט, גייען זיי ארום צו די רבנים מיט די ביכער וואס זיי האבן ארויסגענומען.
זענען זיי געווען נעכטן ביי כ"ק אדמו"ר מגלאנטא שליט"א, און געוויזן אז מען לערנט רציחה מיט די קינדער, דהיינו עס איז דא א בילד ווי א קאץ בייסט א מייז, האט זיך דער גאלאנטער רב אנגערופן: אנטשולדיגט, איך האלט ביי מיר אין שטוב אויך אזא ביכל, איך זעה נישט וואס איז שלעכט דערמיט.
די חברה זענען פארגליווערט געווארן
דער רב הייבט זיך אויף פון בענקל אין זיין ספרים שטוב, גייט צום ספרים שאנק, נעמט ארויס אן הגדה, און מישט אויף ביי ואתא שונרא ונשך לחוטרא, און דערביי דא א בילד דערפון (א קינדער הגדה) און פרעגט זיי, דא לערנט מען אויך רציחה מיט אונזערע קינדער?
די חברה האבן געהויבן פיס
נעכטן ביי די מאנטיווידעא אויספארקויף, האבן עטליכע מיט אביסעלע שכל געפרעגט הערשל קלאר ווי פונקטליך מען זעהט די כפירה, האט דער חכם עתיק אנגערופן יענקעלע כהן אויף ספיקער און שרייט ר' יענקל דער עולם וויל וויסן וואו איז די כפירה וואס זאל איך זיי ווייזן??
יענקעלע שרייט צוריק איך האב נישט קיין אנונג איך האב דאס נישט געזען אבער איך הער ס'איז דא א בילד פון א עף בי איי, ווייז זיי דאס און לייג עס אראפ אז מען וויל מחנך זיין די קינדער צו ווערן עף בי איי...
בור כרה ויחפרהו...
נשלח: מוצ"ש מערץ 13, 2021 9:29 pm
דורך berlbalaguleh
בקיצור: דער גאנצער טומל ארום די לערן ביכער איז איין שטיק חוזק. אנגעפיהרט דורך א באנדע ליידיגייערס, וועלכע האבן נישט וואס צו טון מיט'ן טאג. איך וואלט זיי אנגערופן א באנדע לצים. אבער זיי טוען דאך קרימינאלע שטיק און מאכן אן געלט שאדנס...!
מיינע טעכטער האבן געלערנט אין בית רחל. איך קען עדות זאגן אז איך בין עטליכע מאל ארויפגעגאנגען אין אפיס. איך האב אייביג געזעהן איינעם פון די חשוב'ע אידן פון די הנהלה האט איבערגעקוקט אלע לערן ביכער. און ר'האט אויסגעמעקט סיי וועלכע סצענע ס'האט נישט געטויגט פאר אידישקייט...!
Re: היימישע גנבים איינגעבראכן אין סאטמערער ת"ת אין וויליאמסב
נשלח: מוצ"ש מערץ 13, 2021 10:48 pm
דורך nespresso
וואס דער כולל נייעס כאפט נישט אז די חינוך וואס די חברה האבן באקומען איז פון טרופ חדר, נאר אמאל האט מען עס געטוען פאר פרעמדע היינט טיט מען עס פאר די היימישע
די עיקר איז ווי לאנג עס איז אין די נאמען פון קנאות
נשלח: זונטאג מערץ 14, 2021 5:58 pm
דורך צפור בודד
וואס איז דען דער חידוש? אף הוא ראה גלגולת אחת צפה על פני המים... און סאטמאר באקומט א טעם פון זייער אייגענער מעדיצין.