בלאט 1 פון 1

זענט איר נאך נייגעריג אין פרישע קאראנא שטודיעס?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 11, 2021 8:27 pm
דורך מפיל קינד
לאור די שטינק באמבע תגובה דא

העניך האט געשריבן:[tag]הקטן[/tag], הער אויף ארומלויפן אין אלע אשכולות ווארפן דיינע איין-שורה'דיגע שטינק-באמבעס. אז דו האסט עפעס צו זאגן, זאג עס געהעריג בטוב טעם ודעת. אנדערש וועל איך פארמעקן דיינע הודעות אין מיינע אשכולות.

בתקוה להבנה.

בין איך נייגעריג צו הערן דעם דעת הקהל, אויב איר זענט אינטערעסירט אין נאך שטינק באמבע אשכולות, מיט האר אויפשטעלנדע שטודיעס איבער וויאזוי מנהיגי ישראל האבן אונז פארראטן (אפי' על צד ס'איז אמת!) אדער צו גיין ווייטער אין לעבן און אויפהערן באשמיצן די גאנצע אידישע וועלט.

איך פארשטיי אז זיי זענען רוצחים און וועלן קיינמאל נישט ארויסגיין פון גן עדן, אבער פארוואס איבערקייען צואה און זיך ווייקן אין יענעמס דורכפעלער טאג און נאכט?

דער עולם איז מיט מיר אדער נישט?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 11, 2021 8:32 pm
דורך תרמב
איך בין נישט ממש מיט דיר, אז דו האסט נישט ליב וואס ער שרייבט, לייען עס נישט, אבער דאס יא, קאראנע גייט מיר שוין פון די נאז, מיט אלע שטודיעס, און ברעקינגס.

נשלח: זונטאג מערץ 14, 2021 5:04 am
דורך שמעקעדיג
איך בין אויך פארווע, הגם כ'וואלט געקענט באשטיין צו אויפהערן, אבער למעשה אינטרעסירט עס מיך נישט און שטערט מיך נישט... האועווער, איך זעה נישט וואס איז אזוי ראנג מיט הקטנ'ס באמבעלעך.

Re: זענט איר נאך נייגעריג אין פרישע קאראנא שטודיעס?

נשלח: מאנטאג מערץ 15, 2021 12:32 am
דורך קנדה
איך בין אזוי נייגעריג צו למעשה העלפן די לאקדאונס צו די קאראנא איז סייענטיפיק מער שעדליך ווי אנדערע וויירוסעס ווייל איך ווער influenced פון אונזערcommunity וואס האלט זיך העכער די טבע און העכער א יעדן איינעם

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk