בלאט 1 פון 1

נשלח: דאנערשטאג מערץ 11, 2021 11:21 pm
דורך מי אני
אלס איינער וואס לייגט אויך אריין (עפעס) ארבעט אין מיינע תגובות/אשכולות, פארשטיי איך דאס 100%. נאר אין מיין פאל איז עס אפשר אביסל מער עסאטעריש וממילא טראָלט מען דארט נישט ארום אזוי...

וכאן המקום להודות אויף דיינע אשכולות ותגובות וואס זענען קילורין לעינים וכמים קרים על נפש עיפה. חזק ואמץ און ביטע זיי ממשיך.

נשלח: מוצ"ש מערץ 13, 2021 11:28 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
אלץ איינער וואס לייגט נישט אריין קיין כוחות אין מיינע אשכולות, עגרי איך מיט דיר 100 פראצענט מדין ק״ו בן בנו של ק״ו.

נשלח: מוצ"ש מערץ 13, 2021 11:49 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
יאפ, אודה ולא אבוש עס קומט מיר נישט אן גרינג... איבערמידליכע כוחות, און נאכדעם קומט א שטינק באמבע און אלעס ווערט אנגעשטינקן. כהאב נישט געכאפט ביז היינט אז איך קען מעקען אין ״מיינע״ אשכולות.

נשלח: זונטאג מערץ 14, 2021 3:43 am
דורך קורקלענד
אודה ולא אבוש אז איך האלט זיך איין פון רעאגירן אין 'זיינע' אשכולות אויס מורה נישט חלילה וויי צו טוהן זיינע געפילן אויף סיי וועלכע אופן.

נשלח: זונטאג מערץ 14, 2021 12:07 pm
דורך הקטן
העניך האט געשריבן:
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:אלץ איינער וואס לייגט נישט אריין קיין כוחות אין מיינע אשכולות, עגרי איך מיט דיר 100 פראצענט מדין ק״ו בן בנו של ק״ו.

כ'קען דיר נישט גלייבן, ווייל ס'איז קעגן א בפירוש'ער חז"ל, האומר לא יגעתי ומצאתי אל תאמין.
אדער אפשר איז נשתנו הטבעים.

די תירוץ ליגט טאקע אין די נשתנו הטבעים
ס'דא מענטשן וואס בטבע האבן א געוויסער טאלאנט ...

בענדזשאמין'ס תחינת הנפש איז מער אן ארטיסטישע וואו דיינער
די ביסט מער אנעליטקעל (לעפט-ברעין) און ער איז מער וויזיאל (רייט-ברען)
ס'דא אויף וואס ער דארף אריינלייגן שטארקע יגיעה

נשלח: זונטאג מערץ 14, 2021 1:13 pm
דורך צפור בודד
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:אלץ איינער וואס לייגט נישט אריין קיין כוחות אין מיינע אשכולות, עגרי איך מיט דיר 100 פראצענט מדין ק״ו בן בנו של ק״ו.

אלץ איינער וואס חלומ'ט נישט צו זיין א שריפטשטעלער לא בזה ולא בבא, עפר אני תחת כפות רגליכם ודיו של עטכם והרני מקבל מרות וכל מה שאומר לך בעל הבית עשה... ומה שהקשו על ר' העניך מלא תחסום שור בדרשו, כבר דשו בזה גדולי האחרונים עד מקום שדש האבר ותרצו דמיירי דווקא בדורש ועושה אבל בדורש ואינו עושה אמרינן כל הדורש לעצמו הוא דורש וזקן ממרא באשכול אינו לוקח חלקו ובדד ישב מחוץ למחנה עד ביאת ינון כשאי"ש תשב"י יתרץ קושיות ואבעיות ואזי נוציאו מאפילה לאורה. אכי"ר.