בלאט 1 פון 1

ציפערן פון אידן אין פוילן און די אידן פראגע אין אמעריקע

נשלח: דינסטאג מערץ 16, 2021 9:49 pm
דורך פארשטאנד
ליינענדיג דעם בוך "יענקל'ס קרעטשמע" איבער אידישע קרעטשמעס אין פוילן, האב איך געלעהזט וואס ער שרייבט אין די הקדמה (הערה 18), אז די דורכשניטליכע גרויס פון א אידישע פאמיליע אין תקע"ה (1814) איז געווען 4.5! צו א טאטאל פון 212,944 אידן אין פוילן.

דאס אליין איז מיר געוועהן א חידוש, איך האב אלס געטראכט אז אידן האבן געהאט גרעסערע משפחות (אריינגערעכנט די געשטארבענע קינדער ל"ע). איך וואלט געוואלט הערן צו איינער האט עפעס צוציגעבן דערויף? (אגב אינעם זעלבן בוך, אז א פויליש גוי'איש פאמיליע האט געהאט 2.5 קינדער דאן, אויך מיר געווען א חידוש).

למעשה, הונדערט פופציג יאהר שפעטער האט מען אומגעבראכט א דריי מיליאן פוילישע אידן. וואס ברענגט מיר צו טראכן, ווי האלט מיר יעצט אין אמעריקע נומערן-ווייז, און צו וועט באחד מין הימים זיין א ברייטפארצווייגטע 'אידישע פראגע' אין אמעריקע?

ווי אימער אין די וועלט א מיניאריטעט שטייט ארויס צו שטארק, ווערן זיי אן אישו, וועט די אידישע באפעלקערונג אין אמעריקע - אדער ניו יארק - זיין א דיסקוסירטע אישו?

נשלח: מיטוואך מערץ 17, 2021 9:59 am
דורך פארשטאנד
איך ווייס נישט. די נומערן קומט פון רפאל מאהלער.
אויב איז עס אקוראט, וועל איך צוטרעפן אז מ'רעדט פון קינדער.

אגב, די לינק אויבן איז אפדעטעד צו א פרייע ווערסיע פון די בוך.

נשלח: מיטוואך מערץ 17, 2021 4:25 pm
דורך תרמב
מ’פלעגט מפיל זיין מער און כמעט יעדע משפחה האט געהאט אפאר פארשטארבענע קינדער, ס’איז פשוט נישט שייך געווען צו האבן מער, איך גלייב נישט אז ס’איז געווען במכוון

נשלח: מיטוואך מערץ 17, 2021 4:27 pm
דורך תרמב
פארוואס דארף ווערן א אידן פראגע רח’’ל? סאיז עפעס דא אן אראבער פראגע דא אין אמעריקע? זיי וואקסן פונקט אזוי, אויב נישט שנעלער.