בלאט 1 פון 1

הרב יו"ט גלעזער

נשלח: מיטוואך מערץ 17, 2021 5:29 pm
דורך החוקר
נעכטן האב איך באגעגנט א יוטוב ווידאו פון איינער ראביי יו"ט גלעזער.

זיין אויסקוק איז פון א טיפישע חסידישער איד, מיט א בארד און לאנגע פיאות, א ווייסע העמד און וועסטל כאחד החרדים. אבער ווי נאר ער האט געעפנט זיין מויל און אנגעהויבן צו רעדן, האט גלייך געצייגט אז מען רעדט דא גאר פון אן אנדערע סארט חסיד. ער רעדט א געשליפענעם ענגליש, האט א ברייטן מח און טיפען פארשטאנד, וואס איז כרחוק מזרח למערב פון א 'טיפישע' חסידישע רב/משפיע.

זוכענדיג אויפ'ן געוועב אביסל מער פרטים איבער אים, שטעלט זיך ארויס אז מען רעדט טאקע גארנישט פון א געווענדליכער חסיד, ער קוקט אויס צו זיין א קאלירפולער פערזענליכקייט. ער האט א בעטשלערס פון UCSB, ער איז א פראפעסיאנאלער כוואליע רייטער, א בייקער און שפילער.

אויב איינער ווייסט מער פרטים איבער אים, וואלט איך הנאה געהאט צו הערן. קומט אריין און זייט אונז מהנה.

Re: הרב יו"ט גלעזער

נשלח: מיטוואך מערץ 17, 2021 5:42 pm
דורך פאליטיקאנט
ער איז א בעל תשובה.
א גאר גוטע רעדנער און טיפע טראכטער, א תלמיד פון ר' נח וויינבערג ז"ל, ער איז א מגיד שיעור אין ישיבת 'אש התורה' אין אלט שטאט ירושלים ווי ער האט געלערנט.

ער וואוינט אין נחלאות געגנט פון ירושלים, און דאכצעך מיר ער האלט זיך אלס א פינסק קארלינער חסיד, די מערסטע באקאנט איז ער פאר זיין The Possible You סעמינאר וואס ער רעכט אפ יעדע שטיק צייט, און איז א חידוש פון א מהלך.

https://rabbiyomtov.com/

נשלח: מיטוואך מערץ 17, 2021 7:21 pm
דורך הקטן
ביסט אמאל געווען ביי די סעמענאר (איך גלייב ס'איז א ווארקשאפ)?
ער האט אויך שוין גערעט ביי שבת קרבתנו - און א גיטע קיטאר שפילער

נשלח: דאנערשטאג מערץ 18, 2021 1:10 am
דורך גרעפיקסער
כ׳האב געהערט גאר גוטע גריסן איבער זיין ווארק-שאפ

Re: הרב יו"ט גלעזער

נשלח: דאנערשטאג מערץ 18, 2021 1:43 am
דורך moneyminded
ער איז א בעלז'ע חסיד

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג מערץ 18, 2021 3:12 am
דורך נולד מאוחר
...

נשלח: דאנערשטאג מערץ 18, 2021 3:13 am
דורך נולד מאוחר
...

נשלח: דאנערשטאג מערץ 18, 2021 10:25 am
דורך ישעיה
moneyminded האט געשריבן:ער איז א בעלז'ע חסיד

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

לא נכון

נשלח: דאנערשטאג מערץ 18, 2021 5:10 pm
דורך יין שרף
moneyminded האט געשריבן:ער איז א בעלז'ע חסיד

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

איך מיין דו מישט אים אויס מיט אביחי כהן.
יו"ט גלזר איז א פינסק קרלין חסיד (by accident..)

נשלח: דאנערשטאג מערץ 18, 2021 8:52 pm
דורך תרמב
איך האב אים אמאל געזעהן אויף די פארענטשע’ס אין פינסק קארלין.

נשלח: פרייטאג מערץ 19, 2021 1:19 am
דורך אלע צוזאמען
ער איז זייער א טיפע מח, און ער האט אן אינטערסאנטע מהלך המחשבה, ער גייט אסאך 'סורפען' אויפן וואסער ביים עלות השחר

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 04, 2021 9:13 pm
דורך בר גיורא
הקטן האט געשריבן:ביסט אמאל געווען ביי די סעמענאר (איך גלייב ס'איז א ווארקשאפ)?
ער האט אויך שוין גערעט ביי שבת קרבתנו - און א גיטע קיטאר שפילער

יאפ איך בין אמאל געווען ביי זיין סעמינאר און ס'איז א חידוש פון א מהלך!
די וועג ווי אזוי ער העלפט זיך באפרייען פון די פראבלעמען "איז מורא'דיג".
כ'קען פערזענליך אסאך מענטשן וואס האבן זיך געטוישט נאך די סעמינאר מן הקצה אל הקצה.
עס קאסט $750 און געווענטלעך גייט עס פאר ארום 30 שעה און ס'איז ווערט יעדע פעני!!

איך פערזענליך וואלט עס רעקאמענדירט פאר יעדן וואס שפירט אז ער איז סטאק מיט געוויסע זאכן פון זיין עבר
און פילט אז ס'אפעקטירט זיין יעצטיגע לעבן/רילעשענשיפ'ס ענקזייענטי אד"ג.
אבער נישט פאר איינעם וואס האט ערענסטע פראבלעמען וואס דארף געהעריגע טערעפי (נישט אז דעס קען שאטן, נאר ס'איז נישט קיין גענצליכע לעזונג פאר סיריעס פראבלעמען).

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 04, 2021 9:17 pm
דורך בר גיורא
און לגבי די מענטש אליינס ער איז א פייערדיגע פינסק קארלינער חסיד וואס מאכט קולות ביים דאווענען אין די קארלינער ביהמד אין בית ישראל....
אבער פון די אנדערע זייט א טיטשער און אש התורה און א פראפעסאינעל surfer
בקיצור א חידוש פון א מענטש

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 05, 2021 8:37 am
דורך berlbalaguleh
בר גיורא: ס'איז דא א כלל אין די גמ' (אנהייב מס' גיטין. און אנדערע פלעצער)..."אין אדם עומד על דבר הלכה אלא אם כן נכשל בה"...ד.מ. אז אויב דער הרב גלאזער איז אזא ..."פערפעקטער"... מענטש, מוז זיין אז ער איז א ..."בעל תשובה"...ער האט א ברייטערן פערספעקטיוו. ווייל איינער וואס איז אויפגעוואקסן און האט באקומען זיין חינוך (בלויז) אין די חרד'ישע ישיבות, איז זייער שטארק באגרעניצט אין זיין הילוך המחשבה.

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 06, 2021 2:22 pm
דורך בר גיורא
יאפ בערל האסט גוט ציגעטראפען! ער איז א בעל תשובה פון LA

נשלח: זונטאג נאוועמבער 07, 2021 2:16 am
דורך הקטן
בר גיורא האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:ביסט אמאל געווען ביי די סעמענאר (איך גלייב ס'איז א ווארקשאפ)?
ער האט אויך שוין גערעט ביי שבת קרבתנו - און א גיטע קיטאר שפילער

יאפ איך בין אמאל געווען ביי זיין סעמינאר און ס'איז א חידוש פון א מהלך!
די וועג ווי אזוי ער העלפט זיך באפרייען פון די פראבלעמען "איז מורא'דיג".

קענסט געבן אביסעל מער פרטים איבער די מהלך?
אדער אפשר לאזט ער נישט פארציילן