[justify]אין די תורה ווערט פארציילט, אז איינ'ס פון די פיר טייכן וואס קוועלן ארויס פון דעם גארטן אין עדן ווערט אנגערופן פישון. און וואו לויפט דער פישון? דער פישון נעמט ארום דאס גאנצע לאנד פון חוילה, דאס חוילה וואו עס געפונט זיך די געהיימע גאלד גרובער.
ווייטער אין פרשת חיי שרה פארציילט אונז די תורה הק': אז די קינדער פון ישמאל האבן זיך באוואוינט פון חוילה ביז שור, וואס ליגט הארט אינעם האריזאנט פון לאנד מצרים, אויפן וועג גייענדיג קיין שור.
און ספר שמואל געפונען מיר אויך אז שאול האט געשלאגן דעם עמלק, פון חוילה גייענדיג קיין שור, אינעם האריזאנט פון לאנד מצרים.
אין פרשת נח געפונען מיר אז איינער פון די קינדער פון כוש האט געהייסן חוילה.
וואו געפונט זיך דאס ארץ החוילה? איז פארהאן איין חוילה אדער גאר צוויי? וואו איז דער טייך פישון? איז דארט אין חוילה ווירקליך פארהאן גאלד?
לויט רש''י און סעדיה גאון, איז די פישון דאס טייך נילוס וואס לויפט ביים לאנד מצרים. לויט דעם שטימט טאקע זייער גוט. חוילה איז הארט לעבן מצרים, און דארט האבן געוואוינט זיי די קינדער פון ישמאל, ווי די תורה פארציילט אין פרשת חיי שרה, און אויך שפעטער עמלק, ווי דער פסוק פארציילט אין שמואל. און דארט אין מצרים געפונט זיך ווארשיינליך א סאך גאלד. אלזא די רעדע איז פון איין ארט.
אין פרשת שלח געפונען מיר, אז די שטאט חברון איז געבויעט געווארן זיבן יאר איידער די שטאט צוען אין מצרים. און די גמרא וואונדערט זיך טאקע, ווי קאן דען געמאלט זיין אז חם האט ערשט אויפגעבויעט די שטאט חברון, פאר זיין קלענערע זון כנען, איידער ער האט אויפגעבויעט די שטאט צוען, פאר זיין עלטערער זון מצרים? ווי עס זעט זיך אויס פון דעם איז, אז די קינדער פון נח האבן אויפגעבויעט שטעט אין די עהרע פון זייער זון און זיי האבן גערופן די שטעט אויף זייערע נעמען. דאס באדייט אז דאס לאנד חוילה איז געבויעט געווארן דורך כוש אין די עהרע פון זיין זון חוילה. איי חוילה ווערט דאך נאך דערמאנט אין די תורה ביים וועלט באשאף? יארן איידער חוילה איז געקומען צו זיין פאטער אין די געדאנקן, וועט מען מוזן איינזעצן אז דאס לאנד האט שוין אזוי געהייסן צוליב איר צוקונפט, אדער גאר אז כוש האט א נאמען געגעבן פאר זיין זון ווי די לאנד חוילה וועלכע האט שוין אייגענטליך עקזעסטירט!
דער רמב''ן איז ביי די מיינונג אז ניין, ער ארגומענטירט אז ס'איז פארהאן צוויי באזונדערע לענדער מיטן נאמען חוילה. דעריבער באצייכנט די תורה דייטליך, אז דער טייך פישון נעמט ארום דאס לאנד חוילה וואו עס געפונט זיך דאס גאלד, און נישט דאס לאנד חוילה וואס געפונט זיך לעבן מצרים, וואו די קינדער פון ישמאל און עמלק האבן געוואוינט! לויט דעם איז דער טייך פישון נישט די נילוס, און עס דארף נישט באדייטן אז מצרים איז רייך אין גאלד, בדלח און שהם שטיינער! און כוש האט טאקע אויפגעבויעט דאס לאנד אין די עהרע פון זיין זון חוילה.
דער אבן עזרא איז ביי די זעלבע מיינונג ווי דער רמב''ן, און ער רייסט גאר שטארק אראפ סעדיה גאון פארן זאגן אז דער פישון איז דער נילוס, און אז חוילה איז א לאנד לעבן מצרים. אלזא, וואו איז יא דער טייך פישון, און וואו איז דאס מיסטיריעזע לאנד חוילה, וואס איז אזוי רייך אין גאלד? דער אבן עזרא זאגט נישט וואו יא, ער זאגט בלויז אז ס'איז ווייטער מזרח...
אייגנטליך, די דריי אנדערע טייכן וואס שטורמען ארויס פון עדן, די פרת, חידקל, אונעם גיחון, ווייסן מיר וואו זיי געפונען זיך, אבער די פישון איז איינגעהילט אין א געהיימע מיסטיריע...
דער ריב''ש ( רבי יוסף בכור שור) זאגט א סברא, אז חוילה איז ערגעץ וואו לעבן אופיר. געבויעט אויף דעם וואס דער פסוק רעכנט אויס די קינדער פון כוש, אופיר, חוילה און יובב אינאיינעם. און ער לייגט נאך צו אז אין אופיר איז טאקע רייך אין גאלד. אזוי ווי מיר געפונען אז שלמה מיט זיין הארץ-פריינד חירם דער קעניג פון צור האבן נאכאנאנד אהין געשיקט זייערע קנעכט אהיים צו ברענגן אוצרות פון גאלד. אזוי אויך זיין אייניקל יהושפט האט געלאזט אויפבויען מאסיווע פראכט שיפן צו ליפערן גאלד פון אופיר. ס'האט זיך נאר נישט אויסגעארבייט צוליב דעם ווייל די שיפן זענען צובראכן געווארן אין די האפן פון עציון גבר, נאך איידער זיי האבן זיך געקענט ארויס לאזן אויפן ים קיין אופיר.
אייגענטליך פונעם פאקט אז יהושפט האט געוואלט שיקן זיינע שיפן קיין אופיר פון די וואסער ברעגעס אין עציון גבר וואס ליגט ביים רויטן ים – ים סוף, קענען מיר ארויס-לערנען אז אופיר איז ערגעץ וואו ביי ברעגעס פונעם רויטן ים, אדער אינעם אראבישער האלב-אונזל אדער אין די האָרן פון אפריקע, און נישט ביים מיטעללענדישער ים. אבער גענוי וואו ווייסט מען נישט! און אז מיר ווייסן נישט וואו אופיר איז, ווייסן מיר נישט וואו חוילה איז, און וואו די מיסטיריעזע טייך פישון געפונט זיך, דאס גאלד איז פון אונז גענצליך פארהוילן.[/justify]
וואו געפונט זיך די געהיימע אוצרות גאלד?
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 838
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
- געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
- האט שוין געלייקט: 1835 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
[justify]עס לייגט זיך מיר נישט אויפן שכל, אז אופיר זאל זיין קארליפארניע, צוליב עטליכע אורזאכן.
1. ווייל ווי ערווענט, האט יהושפט געוואלט שיקן זיינע שיפן קיין אופיר דורך דעם רויטן ים. אויב איז אופיר ווירקליך קארליפארניע, וואלט ער זיך ווען ענדערש באנוצט מיטן מיטללענדישער ים, וואו די שיפן וואלטן דורכגעשניטן דעם גיבראלטאר אפגאס אויף זייער וועג אריין צום אטלאנטישן ים, און דאן וואלטן זיי ווען געדארפט ארום קרייזן צפון אדער דרום אמעריקע. א וועג וואס וואלט ווען גענומען יארן לויט די פרימיטיווע אומשטענדן פון די פארצייטישע זעגל שיפן. און אז מ'נעמט אין באטראכט האט דאס פאנאמא קאנאל נאך דאן נישט עקזעסטירט.
2. שלמה המלך האט געברענגט פון אופיר אויסער גאלד, אויך שנהבים - עלעפאנט-ציינער, תוכים - פאפעגייס, און קופים - מאלפעס. און ווי ווייט מיר ווייסן געפונען זיך נישט אין קארליפארניע קיין עלעפאנטן און פאפעגייס אדער מאלפעס. אבער אין אפריקע יא!
3. אין די שטאט חלב וואס געפונט זיך אין סיריא, איז פארהאן אן איר אלטער בית מדרש מיטן נאמען בית הכנסת יואב בן צריה. לויט ווי ס'איז מקובל ביי די זקני חלב, איז דאס בית המדרש נאך געבויעט געווארן דורך יואב בן צריה, אלס א ארט וואו צו דאווענען פאר די אידישע זעלנער פון די ארמיי פון דוד המלך, וואס האבן אקופירט ארם צובה וועלכע איז די היינטיגע שטאט חלב.
וואס מיר דרינגן ארויס פון דעם איז, אז די אידישע זעלנער פון די קעניגן דוד און שלמה, זענען נישט געווען קיין חדר אינגלך, נאר זיי זענען געווען אמת'ע ערליכע אידן. דערפאר איז שווער צו גלייבן אז שלמה המלך וואלט געשיקט הייליגע אידישע זעלנער צו אזא געמיין ארט ווי קארליפארניע...
(סארקאסיסטיש גערעדט)[/justify]