בלאט 1 פון 1
פסח תשפ"א אויסגאבעס
נשלח: מיטוואך מערץ 24, 2021 7:15 pm
דורך טיכטיגער
יעדעס יאר יו"ט קומט פאר אן אומנויטיגע געיעג צווישן אלע אויסגאבעס, בפרט ביי די אידישע, ווער עס קען אהערשטעלן רייכערע, גרעסערע און שענערע אויסגאבעס.
ס'איז כמעט אוממעגליך פאר די ליינער זאלן קענען נאכיאגן דעם פלייץ פון אויסגאבעס.
היי-יאר אבער איז עס אנגעקומען צו א קלימאקס, היות עס האבן דורכ'ן יאר ארויסגעשפראצט צענדליגע נייע צי איבערגעארבעטע אויסגאבעס (גלאק, שטיבל פון דער בליק, הונדערט-קינדליין, נייע רעדאקציע אין מאמענט, בחצרות סאטמאר), דערפאר האבן זיך אידיש ליינער געטראפן אין א הויכער טייך פון אויסגאבעס פון אלע סארטן.
נשלח: מיטוואך מערץ 24, 2021 7:17 pm
דורך טיכטיגער
היי יאר האבן זיך די צייטונגען אויך אנגעשלאסן אינעם פארמעסט
נשלח: מיטוואך מערץ 24, 2021 7:19 pm
דורך טיכטיגער
משפחה - עמי
נשלח: מיטוואך מערץ 24, 2021 7:38 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ואנה יכנס כל הפשתן הזה?
נשלח: מיטוואך מערץ 24, 2021 7:42 pm
דורך [NAMELESS]
וויפיל פעידזשעס האט די בליק און די וואך?
נשלח: מיטוואך מערץ 24, 2021 7:48 pm
דורך תרמב
דער עולם ווערט עזשוקעיטעד!
נשלח: מיטוואך מערץ 24, 2021 8:40 pm
דורך מפיל קינד
חתם סופר האט געשריבן:וויפיל פעידזשעס האט די בליק און די וואך?
נאכנישט אלעס געעפנט, אבער די שריפט ביכל פון די וואך האט כמעט 400 זייטן.
סתם צודרייט צו מאכן אזא גראבע בוק וואס מ'קען נישט ליינען נארמאל. וואס איז שלעכט פון מאכן נאך א בוק אדער צוויי אזוי ווי יעדער אנדערע מאגאזין??
די זעלבע קשיא האב איך אויף די ענגלישע משפחה.
נשלח: מיטוואך מערץ 24, 2021 8:43 pm
דורך תרמב
ס’איז מסתם ביליגער צו פרינטן אזוי
נשלח: מיטוואך מערץ 24, 2021 9:56 pm
דורך לבי ובשרי
תרמב האט געשריבן:ס’איז מסתם ביליגער צו פרינטן אזוי
זיכער קאסט גלו ביינדינג טייערער. אסאך טייערער.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 25, 2021 4:50 am
דורך אגרות צפון
בקהילה האט יעצט ארויסגעגעבן נאך א צייטונג מיט פרשנות אויף די תוצאות הבחירות
נשלח: דאנערשטאג מערץ 25, 2021 6:20 am
דורך שמעקעדיג
אויף אייוועלט וויצלט זיך איינער אז זיין געשעפט האט אנגעהויבן טשארדזשן די פסח אויסגאבעס לויט די וואג...
נשלח: דאנערשטאג מערץ 25, 2021 11:21 am
דורך להבדיל
חתם סופר האט געשריבן:וויפיל פעידזשעס האט די בליק און די וואך?
נישט געציילט די בלעטער, אבער וואך האט כמעט דאפלט פעידזשעס ווי א בליק, און אויך מער ווי דאפלט ארטיקלען און פראיעקטן. אבער קיין באזוך אין מאראקא האבן זיי נישט...
נשלח: דאנערשטאג מערץ 25, 2021 6:29 pm
דורך תרמב
די וואך טשארזשט מער
נשלח: מיטוואך מערץ 31, 2021 11:02 pm
דורך מרדכי מרדכי
איך האב עס נאכנישט געליינט אבער דער שטערן איז זייער איבערוואגיג
נשלח: מיטוואך אפריל 07, 2021 2:08 am
דורך berlbalaguleh
איך האב געליינט זייער שטארק אינטרעסאנטע ארטיקלען אין מאמענט. און אין משפחה. פארשטייצעך אז כ'האב נישט אלעס געליינט. ווייל למשל אין משפחה זענען געווען עטליכע ארטיקלען איבער ווי שטארק שיין תורה און חסידות איז אין גער. דאס האביך נישט געליינט. ווייל ס'איז א שאד די צייט. דאס אז תורה און חסידות איז שטארק אין גער איז נישט קיין שום חידוש. אויף דעם דארף איך נישט קיין נייעס מעגעזין. ס'פונקט אזוי ווי דער דזשואיש פרעס אין זיין אנהייב תקופה (און אפילו שפעטער) פארציילט ווי פיין און ווי וואויל און גערעכט די גאווערנמענט פון מדינת ישראל איז. אויף דעם דארף איך נישט קיין צייטונג. דאס ווייס איך אליין. נאר אין משפחה האביך געליינט עטליכע גאר אינטרעסאנטע ארטיקלען. און כ'האב אויסגעפונען נייעס. למשל איבער דעם הויפט רב אין איראן. אדער איבער די סודות פון מוסד. אויך דעם איטערוויו מיט נתן שאראנסקי. כאטש איך האלט אז נישט אלעס וואס ער זאגט דארט איז 100% אמת. ער טרייבט א ביסל איבער. אבער ס'איז דאך אינטרעסאנט וואספארא אינטעלעקטואל ער איז...!