אונז זענען פראים, שומרים ווי זענט עטץ?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

אונז זענען פראים, שומרים ווי זענט עטץ?

שליחה דורך אישתישבי »

לעצטענס איז דא אסאך קריטיק אויף שומרים, הלמאי מען האט זיי געזען זיך שלאגן מיט בחורים ביי ר' יחזקאל ראטה'ס לוי', ועוד.

היינט ביי שרפת חמץ, ווען איך בין דארט געוועהן האבן געפלאצט צוויי באטלעך וואס מענטשן האבן אריינגעווארפן, און א יונגעל איז צומזיק'ט געווארען, און מען האט גערופן הצלה.

די פייער דעפארטמענט איז געקומען און פארלאשן די פייער.

אמאהל וואלט שייך געוועהן צו טענה'ן, אונז זענען איידעלע מענטשן, אונז דארפען נישט קיין פאליס, מיט דער מיעוט פראבלעמען וואס איז האבן קענען מיר זיך אליין און עצה געבען.

היינט אבער, איז ליידער דער מציאות, אז א מיעוט דמינכר ביי אונז, זענען פשוט פראים, אומערצויגענע, אהן קיין וויסענשאפט בכלל צו פארשטיין cause-and-effect , סתם איינגרעדטע מענטשען אהן א חינוך פין דעת, ווען עפעס געשעהט דארף מען זאגען תפילה.

דער יונגל וואס איז ל"ע ניזוק געווארן, איז פריער געשטאנען ביים פייער אין אריין געווארפן ענגליש בוקס. בעיני ראיתי.

ח"ו, עס קומט אין נישט קיין עונש, אבער דער יונגל וואס ווארפט אריין ביכער און דער שוטה וואס ווארפט אריין באטלעך אין פייער, איז א תוצאה פין דער פרא אדם'קייט וואס קומט פין נישט האבן קיין גוטע חינוך, א חינוך פין מענטשליכקייט,א חינוך פין פארשטיין אז עס איז דא נאך איינער אויף דער וועלט, א חינוך פין פארשטיין אז עס דא זאכען וואס זענען א סכנה חוץ עסן פיש און פלייש צוזאמען.

פאררעכטען אונזער חינוך איז לכאורה נישט מעגליך, עס גייט אין די קדושה אריין, און די רבי'ס זענען קאנווינסט אז דורך לערנען מיט די קינדער און בחורים עפעס אנדערש חוץ פין צוויי בלאט גמרא מיט תוספותַ א זמן, איז א עצה פין די סטרא אחרא.


איז דער עצה, אונז דארפען היימישע פאליס, עס זאלען שטיין שומרים און יעדער איינער אדורך קוקען זיין בעג, וואס ווארפסט די דא אריין?

איז לעת עתה, קומט א פארדאמונג אויף אלע שומרים האקערס, ווייל ענק מאכען שוואך די שומרים, האבן זיי נישט די מוט צו מאכען סדר ביי די פייערס.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
מונטסורי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2019 12:01 am
האט שוין געלייקט: 1053 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 724 מאל

שליחה דורך מונטסורי »

ביי מיין קארנער גראדע איז געשטאנען א שומרים מעמבער און פרובירט צו האלטען סדר, ער האט נישט דורכגעקוקט די בעגס אבער ער האט אפגעהאלטען קינדער פון גיין נאנט אדער אריינווארפען אומנויטיגע באקסעס וכדומה. מען האט טאקע געהערט באטלעך קראכען דא דארט, גאט זאל אונז באהיטען פון זיינע שוטה׳לעך
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

איך בין געווען ביי א גרויסן פייער אין צענטער פון שטאט, ס'איז אויף די ליסטע פון םייערס, קיין איין מעמבער איז נישט דארט געווען. איך בין גראד אהיים פון דארט מיט מיינע קינדער.

אויב נעמען זיי אחריות זאלן זיי עס טון אינגאנצן. אויב נישט זאג מיר פאר יו"ט נישט צו ברענגען מיינע קינדער.

און אגב, האסט זיך נישט באצויגן צו שומרים בכלל צי זיי זענען פראים צי נישט, נאר אז צווישן אונז זענען דא פראים. דאס ווייסן מיר שוין לאנג. דאס האט נישט קיין שייכות מיט שומרים.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

אוודאי זענען שומרים פראים, אבער כאטש וועלען זיי סעיווען אפאר קינדער פין כאפען גלאז אין אויג.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שומר פתאים השם און אויב עפעס ברויך מען מאכן זיכער אז דאס קינדס פאטער איז סטאביל, שומרים איז אן ארגענעזאציע וואס האט ליב געהאט אמאל צו באקלאפן פארברעכער, היינט האבן זיי ליב צו באקלאפן סיי וועמען חוץ פעדאפילן און מאנסטערס.

זיי זענען איבריג לענ״ד.
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

די עולם ברענגט צו די פייערס גאנצעטע זעק און פעק, די אבערגעבליבענע עסן פון די לעצטע פאר וואכן, ס’מאכט נישט קיין סענס די גאנצע מעשה, זייט ווען דארף מען פארברענען מעינעיז און קענס טונא? איך האב געזעהן איינעם אריינווארפן א שייטל, מ’האט שוין פארגעסן וואס מיינט שריפת חמץ, סאיז א שטיקל ל’’ג בעומר חגיגה, איין יאר האב איך מיטגעהאלטן ביים ניקלשבורגע צדיק פון בארא פארק ווי ער שטעלט צו עסן און טרינקען כיד המלך, גיי פארשטיי.
פארשפארט