"מיר פאררעכטן היינט וואס אייער מאן האט נעכטן פראבירט צו פאררעכטן", דאס האב איך געזען אויפגעשריבן אויף א ווען פון א הענדי מאן.
אוי איז דאס א גוטע שפריך ווארט אפצוטיישען די חילוק צווישן א מאן און א פרוי.
האט איר אמאל געהאט צו טון מיט אייער צוויי יעריג קינד, וואס וויל זיך נאר אליין אנטון, אבער ער הייבט נישט אן צו קענען. יא, יא טאטעס, גאר אסאך פון ענק האבן דעם זעלבן פראבלעם. עפעס איז צובראכן אינדערהיים, לאמיר זאגען דער דישוואשער, און די ווייב ווייסט אז זי קען עס נישט פאררעכטן, וויל זי גלייך רופן א בעל מלאכה. דער מאן אבער, ער איז ווייט פון הייבן הענט, ער וויל עס אליין פאררעכטן, א שאד די געלט פאר א בעל מלאכה, ער קען עס טון אליינס. נא נא! אונזער בעל מלאכה וועט קומען מארגן, ווען עס וועט ווערן קליפ און קלאר אז איר הייבט נישט אן צו קענען.
איך בין איינער פון די מענטשן מיט די משוגעת פון קענען טון אלעס אליין. אין איך ווייל דא באדאנקען מיין ווייב ברבים פארן אויסהאלטן 3 חדשים אן קיין דישוואשער ביז איך האב געקענט אויספיגערען וואס איז צובראכען און עס פארעכטן. פארראכטן איין שטיקל, און נאך אפאר טעג איז א צוויטע שטיקל געגאנגען פייפן. אזא קאץ און מויז שפיל. נאכאמאל פארראכטן, און ביזדערווייל געלויבט דער פון אויבן, ארבעט עס.
למעשה, וועל איך נישט לייקענען, אז עס פילט זיך גאר געשמאק אויסצופיגערען און פאררעכטן א פראבלעם אליין. איי געסס פאר דעם האב איך דעם משוגעת.
מיר פארעכטן היינט וואס דיין מאן האט נעכטן פראבירט צו פארעכטן
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
זיו: ערשטנס וויל איך קלארשטעללן (פאר דהי רעקארד) אז דער סלאוגן איז אויפגעשריבן אויפ'ן ווען פון א באקאנטן פלאמבער אין בארא פארק. דאס פאסט ספעציעל פאר א פלאמבער. ווייל ווען איינער איז א בטלן און ער טרייט זיך צו שפילן מיט פלאמבינג זענען די רעזולטאטן נישט קיין גוטע. נאכדעם מוז ער בעל כורחו רופן א פלאמבער.
צווייטנס. דו האסט געטון די ריכטיגע זאך. איך טוה אויך אזוי. ווייל מיט א ביסל יישוב הדעת קענמען היינטיגע צייטן האבן אינפארמעישן איבער א יעדן אפלייענס. אויך קענמען באקומען אין געוויסע סטארס אלע פארטס וואס ס'פאדערט זיך. און ס'איז א שאד צו רופן א בעל מלאכה און צאללן א סאך געלט. ווייל מ'קען עס אליינס פאררעכטן. איך האב אזוי געטון מיט מיין וואש מאשין און געז רענטש. איך האב אין די מערסטע פעלער געקויפט דעם פארט און געטוישט. איין געוויסן פארט האט מען געדארפט באשטעללן פון די קאמפעני. די זעלבע האביך געטון מיט מיין עירקאנדישאנער. א סערוויס ריפעירמען האט געוואלט $300. דאללער. האביך אליינס באשטעלט דעם פארט. און געצאלט $75. דאללער ושלום על ישראל...!

- זיו
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 37
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 31, 2020 3:06 am
- האט שוין געלייקט: 575 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל
Re: מיר פארעכטן היינט וואס דיין מאן האט נעכטן פראבירט צו פאר
berlbalaguleh האט געשריבן:זיו: ערשטנס וויל איך קלארשטעללן (פאר דהי רעקארד) אז דער סלאוגן איז אויפגעשריבן אויפ'ן ווען פון א באקאנטן פלאמבער אין בארא פארק.
שכח! ר' בערל, פארן מיך דערמאנען. איך האב געדענקט דעם סלאגען אבער נישט ווי איך האב עס געזען.
berlbalaguleh האט געשריבן:צווייטנס. דו האסט געטון די ריכטיגע זאך. איך טוה אויך אזוי. ווייל מיט א ביסל יישוב הדעת קענמען היינטיגע צייטן האבן אינפארמעישן איבער א יעדן אפלייענס.
ר'בערל, דעס איז עס. איך האב געטראפן דעם אדרעס וועמען צו פרעגען ווען עפעס צוברעכט זיך ביי מיר אין שטוב. דאס איז אונזער הויך געשעצער בעל עגלה, ר' בערל הייסט ער. פערד, איז נאר דאס אנפאנג פון זיין גרויסען פארשטאנד, דאס גאנצע, קענען מיר קליינע מוחות בכלל נישט באגרייפן. לאל
נאכאמאל, שכח! ר' בערל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
זיו: איך האב געטון אזוי מיט עלעקטריק. (ניין דאס איז מיין פאך.) און פלאמבינג. אויך מיט א דראפ סיעלינג איז געווען די זעלבע געשיכטע. או. קעי. ביי דראפ סיעלינגס האביך מיך א ביסל געלערנט ווייל איך בין געווען אויף קאנסטראקשן סייטס און כ'האב געזעהן וויאזוי זיי ארבעטן.
ווען איך האב, מיט יארן צוריק גערופן א קאנטראקטאר צו מאכן א דראפ סיעלינג אין מיין דיינינג רום האט ער פארלאנגט $600 דאללער. איך האב געקויפט די מאטעריאל (נישט מיט א קאנטראקטאר'ס פרייז) פאר בלויז $85 דאללער. או.קעי. ער דארף מאכן געלט. אבער נישט אזא גרויסער חילוק.
פלאמבינג איז א ביסל שווערער. ס'זעהט אויס גרינג. אבער ס'קען זיך מאכן קאמפליקאציעס. אבער היינט איז דא אינפארמעישן אויף אלעס. מ'דארף זיך נאר אויסלערנען די בעיסיק כללים...!
אפילו אויפשטאפן א ביה"כ אויך. למשל איך האב געהאט א קעיס וואו א פלאמבער האט געבעטן $150 דאללער. איך האב געקויפט א פראפעשיאנאל סנעיק פאר $20 דאללער.
אויך קען איך אויפשטאפן א ביה"כ אדער סינק מיט א פלאנדזשער. וואס קאסט אינגאנצן $5דאללער. נאר די מערסטע מענטשן (נישט קיין פלאמבערס) ווייסן נישט וויאזוי צו ארבעטן מיט א פלאנדזשער...!

- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
אלזא ביי יעדע דשאב רופסטו קודם א בעל מלאכה צו געבן א קוואט און נאכדעם מאכסטו עס אליינס און פילסט ווי דו האסט געסעוויט א מיליאן? נישט קיין שלעכטע וועג צו לעבן. דארפסט נאר מתפלל זיין אז איין טאג זאלן אלע טאטעס מחליט זיין זיי קענען אליינס ווערן בעלי עגלה...
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
איך אויך: דו האסט מיך געמאכט זייער שטארק לאכן. חס וחלילה. איך בין נישט אזא סארט אויסנוצער. נאר צומאל ווען דער קאנטראקטאר אדער אנדער פראפעשאנאל בעל מלאכה בעט א משוגע'נעם הויכן פרייז, הייב איך אן צו טשעקן. אזוי ווי דער פאל ביי מיין עירקאנדישאנער. וואו ער האט געבעטן $300 צו טוישן א פארט וואס ער האט זיכער געקויפט פאר$30-35 דאללער. און איך האב געצאלט ..."ריטעיל"... $75 דאללער...!