בלאט 1 פון 1

א בראך - דער דוכס פין עדינבורג - געשטארבן

נשלח: פרייטאג אפריל 09, 2021 8:23 am
דורך אישתישבי
דער פאלאץ פין בוכענהיים האט געלאזט מעלדן אז דער דוכס איז געשטארבן אין רואיגקייט היינט, אין טיפען עלטער פין 99 יאר. דער דוכס, זייענדיג דער מאן פין דער מלכה יר"ה, האט געלאזט א טיפען איינדרוק אויף די גאנצע מלוכה, דורך איבערלאזן דורות ישרים ומבורכים, און מעשים טובים וואס שמם הולך בכל העולם כולו.

די נייעס קוועלער פין ענגלאנד זענען צושאקעלט פין דער שרעקליכע בשורה, און מיט גרויס יראת הכבוד רעדן זיי וועגן זיינע שיטות און שינוים וואס ער האט ברוב חסדו אריין געברענגט צו דער געוועהנליכע פאלק.


דער וועלט קוקט ארויס אויף די מעלדונגען פין די גרויסע לוויה, וואס כאטש דער דוכס האט געלאזט פונקטליכע צוואה וויאזוי זיין לוויה זאל פארקומען, וועט מען עס מוזן משנה זיין אין ליכט פין קאוויד.

ובלע המות לנצח ובא לציון גואל בב"א