בלאט 1 פון 2
נישט איבערלאזן די בלעקבערי
נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 12:56 pm
דורך אייגענארטיג
צו מיינע ברודער וועלכע האלטן זיך ביי די שיטה הקדושה פון ביבי און רירן זיך נישט אוועק דערפון קיין זיז כלשהו.
די וועלט איז נישט קיין נער, ווען מילאנען מענטשן פארלאזן מידי חודש בחודשו דעם באליבטן ביבי, מיינט עס עפעס.
ווען די סטאקס פון ביבי איז ווייניגער ווערט פון זייערע נכסים, מיינט עס עפעס.
ווען קיין נייע מענטש קומט נישט צום ביבי, מיינט עס עפעס.
ווען מ'קען נישט עפענען קיין לינקס, באדערט עס.
ווען מ'קען נישט ניצן נערמאל דעם נעט (אפילו פאר גוגל מעפס), באדערט עס.
ווען דו ווילסט כאפן א בילד, און פינקט דעמאלס פרירט עס, אדער דו ווילסט דאן ריפלייען פאר א טעקסט, אימייל וכו' און דו קענסט נישט, באדערט עס,
ווען איינער דשוינט די גרופ און די טעלעפאן איז טויט פאר די קומענדיגע פאר שעה!, באדערט עס.
ווען איינער רופט אריין בשעת דו רופסט ארויס, און די טעלעפאן גייט קאפוט, באדערט עס.
ווען דו רעדט, טעסקט מער פון א שעה, באשליסט דער טעלעפאן אז מ'האט אים שוין עביוסט, באדערט עס.
ווען אפילו אינמיטן טייפן די מעסעדש, האט עס געפרירט, באדערט עס.
ווען דו קענסט נישט האבן קיין איין נעמאלע עפ, פאר ביזנעס, פאר וואס דו ווילסט נאר, באדערט עס.
אז מ'קען אפילו נישט דאונלאדן ווי נערמאלע מענטש מוזיק, באדערט עס.
פארפאלן, ביבי איז היינט א גוטע ביפער, גארנישט מער פון דעם. עס איז אבער דא מענטשן וועלכע טוישן זיך היינט צוריף צום דאבל בריטדש גלעזער צו זיין מאדנע, אזוי אויך איז דא מענטשן וועלכע בלייבן מיט'ן ביבי כדי ווען מ'פרעגט זיי זאלן זיי קענען ענטפערן גאנצטע הסברים פארוואס זיי זענען נעבעך אזוי אדיקטעט צום ביבי אז זיי קענען זיך נישט שיידן. און אפאר חדשים ארום גייט זיין אזוי מאדנע ווער עס האט א ביבי, אזוי ווי איינער וואס האט נאך א 914 סעלפאן נאמבער.
א חוץ בבמ האט היינט ביבי גארנישט צו פארקויפן. מה עשה הקב"ה שלא השבית לנו גואל, האט אונז ערלעדיגט דעם וואטסאפ, וועלכע האט מעלות און חסרונות (אויף וואס זיי ארבעטן, והא ראיה קוק די חילוק פונעם אלטן ווערזן צום נייעם).
על כן ברודער היושב במדינת הביבי, כאפ עס אן שטארק, פארלאז עס נישט. קוק נישט קיין קליפס, האב נישט קיין בעטערי, האב נישט קיין נעט, האב נישט קיין סערוויס, האב א פארפרוינעם פאן, אבער גיב עס נישט אויף ח"ו!!!!!!!!!!!!
נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 2:04 pm
דורך itsnotme
ס'דא נאך אסך מער!!!
נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 2:09 pm
דורך אייגענארטיג

עס וועט מיר נישט וויי טון אז איינער וועט צולייגן
נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 10:26 pm
דורך טעלעפאן
אוי זאגסטו גוט
נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 11:33 pm
דורך zurich
איך פארשטיי טאקע נישט ווייסן זיי דען נישט זייערע פראבלעימען פארוואס פיקסען זיי עס נישט ווילן זיי דען נישט זיין די זאך?
למעשה האב איך ליב דעים בלעקבעררי איי ראן קנאוי וויי עפעס א מין פראקטישקייט האט עס,אין די סקרין איז זייער א קלארע,ווען איך קיק א יו טוב קליפ איז עס משוגא קלאר בעסער ווי אסאך סמארט פאנס!!
נשלח: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 12:37 am
דורך אזוי גאר
zurich האט געשריבן:למעשה האב איך ליב דעים בלעקבעררי איי ראן קנאוי וויי עפעס א מין פראקטישקייט האט עס,אין די סקרין איז זייער א קלארע,ווען איך קיק א יו טוב קליפ איז עס משוגא קלאר בעסער ווי אסאך סמארט פאנס!!
נו עפעס בחינם האט אייגענארטיג צאם געקלאפט אזא באשרייבונג?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 1:01 am
דורך אךשמח
אייגענארטיג,
דו ביסט דער מחבר פון די גוטע ווערטער?
איך האב עס באקומען פון א חבר עטליכע טעג פאר דו האסט עס אהערגעלייגט.
ווען נישט זוריך און נאך עטליכע אזעלכע וואס ווייסן אפילו נישט פארוואס זיי גלייכן דעם ביבי, וואלט רים שוין געווען פארמאכט...
פראקטיש מיט וואס?
בעסער ווי וועלכע סמארט פאון?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 1:12 am
דורך zurich
אךשמח האט געשריבן:
פראקטיש מיט וואס?
בעסער ווי וועלכע סמארט פאון?
סנישט די קינדערישע שפילצייג ווי די איי פאן אין ענדראיד!!
און נאך א מעלה, ס'קיפט דיך ביזי,יעדע פאר מיניט דארפסטו ארויסנעמען די באטערי פון פריש,איז עס דען נישט א אויפטוי?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 1:34 am
דורך טראכט
זייער שיין ארויסגעברענגט די ווייטאג וואס עס ליגט באהאלטן אין א יעדען בלעקבערי באניצער,
איך זעלבס האב אויך ב"ה לעצטענס אויפגעגעבן די בלעקבערי.. אויפגעגעבן זאג איך? אוועקגעטראסקעט!.. און איך האב זיך איינגעהאנדעלט א ענדרויד געלעקסי שאלאש, איך קען זאגן אז איך בין העכסט ציפרידן דערמיט, "אחוץ" מיט עטליכע פיוטשערס וואס די בערעלע פארמאגט און די ענדרויד האט עס נישט,
קודם כל האלט איך שוין באלט ביי צוויי חדשים וואס איך האב די געלעקסי און איך קען מיר נאך אלץ נישט ציגעוואוינען צו טייפן שנעל, מיטן בערי האב איך געטייפט כאטש 5 מאל שנעלער ווי מיטן געלעקסי,
ווי אויך פארמאגט די בערי עפעס וואס קיין איינער האט דערווייל נאכנישט באוויזן אהערצישטעלן אזוי ווי בלעקבערי האט עס אהערגעשטעלט, און דאס איז טאקע "בי בי עם", און געוויסע אנאליסטען זענען טאקע ביי די מיינונג אז דאס איז איינע פין די הויפט סיבות פארוואס בלעקבערי איז נאכנישט אינגאנצן אינטערגעגאנגען, הגם עס איז דא נאך עטליכע וואס פראבירען עס נאכצימאכן, אבער עס קומט פארט נישט צו צו וואס בי בי עם איז.
ווי אויך האט בלעקבערי זייער גיטע שארטקאטס וואס עס איז נישט אוועקצומאכן,
נשלח: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 12:11 pm
דורך לעמיל
איז נישט בלעקבערי די בעסטע פאר אימעילס? איך האב נישט קיין אינטערנעט אבער א שטיק צייט האב איך געדארפט האבען מיין אימעילס פין ארבעט אויף א סעל האט מען מיך געזאגט אז בלעקבערי איז די בעסטע פאר דעים
נשלח: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 12:21 pm
דורך שמעקעדיג
כהיום יום איז שוין נישט קיין חילוק.
מען קען באקומען אימעילס פונקט אזוי גוט אויף די אנדערע שפילצייגן.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 12:21 pm
דורך לעמיל
אזוי שיין מסודר ווי עס איז ביי בב? וועלכע עפפ?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 12:40 pm
דורך שמעקעדיג
איך קען נישט ב"ב. אבער ואס הייסט מסודר?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 12:46 pm
דורך לעמיל
זייער זייער קלאר איך ווייס נישט וויאזוי צו אראפ לייגען אבער ווען איך האב עס גענוצט איז עס געוועין די בעסטע
נשלח: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 2:32 pm
דורך No_name
איך בין א געוועזענער בב עביוזער, און נאכער בין איך געגאנען צו ענדרויד, אצינדער האב איך זיך באזעצט ביים איי פאון, דא האט איר מיינע דריי צענט.
קיין איין פאון קומט נישט צו צו די וועג וואזוי דיי אלע קמיוניקעישאנס קומען אריין אינעם בב, אויפן בב קומט אלעס אריין מסודר אויף איין פלאץ, משא"כ ענדריוד אדער איי פאון האסטו נישט קיין אנונג וואו דו האסט יעצט גערעדט צו דיין חבר אדער וואו דיין נאטיפיקאציע איז געגאנגען,
צום ביישפיל, איך האב א שמועס מיט איינעם אויף גוגל טאלק, און שפעטער וויל איך ווייטער רעדן צו יענעם אדער וויל איך אויפזוכן די שמועס וואס איך האב געהאט מיט איהם, אויף בב האב איך פשוט געדארפט אריינגיין צו "מעסעדזשעס" און ס'איז דארט, איך זעה יעדע שמועס, יעדע אימעיל און יעדע נאטיפיקעישאן וואס איך האב באקומען פון היינט ביז א חודש צוריק. אויף די אנדערע סמארט פאונס ברויך מען אויפשטעלן א גאנצער סורטש ען רעסקיו טיעם, אפשר איז עס ביי טעקסט מעסעדזשעס אפשר אויף וואטס עפפ - גוגל טאלק - אדער אפשר גאר פעיסבוק - טוויטער, א.א.וו. און דאס איז לאו דוקא אויף "שמועסן" פערסעי, אמאל איז דא א נאטיפיקאציע פון פב אדער עני אנדערע עפפ צו א אימעיל, וואס סזאל נאר זיין איז עס געווען ביים בב אויף איין פלאץ מסודר, און ביי ענדרויד - אייפאון נישט מסודר, און דו ברויכסט ארומקלעטערן זוכן וואו דאס איז.
יעצט דער פראבלעם איז אז דאס איז עקשעלי די איינציגסטע מעלה פונעם בב, ס'איז נישט קיין פאון מ'קעניש נוצן דעם בראוזער מ'קעניש נוצן קיין עפפס, מ'העמער נישט איבערחזר'ן אייגנארטיג'ס ליסטע, און דער אייפאון איז א שנעלער פאון מיט גוטע אנטערנעט, און ס'איז קלאר אז די איינע חסרון וועגט איבער אלע אנדערע זאכן.
טראכט האט געשריבן:קודם כל האלט איך שוין באלט ביי צוויי חדשים וואס איך האב די געלעקסי און איך קען מיר נאך אלץ נישט ציגעוואוינען צו טייפן שנעל, מיטן בערי האב איך געטייפט כאטש 5 מאל שנעלער ווי מיטן געלעקסי
ס'איז דא אזא זאך ווי סווייפ, מיט סווייפ האב איך מיך געקענט פארמעסטן (און איך האב) מיט די שנעלסטע בב טייפיסטן.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 2:41 pm
דורך לעמיל
זייער פיין ארויס געברענגט!
נשלח: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 2:45 pm
דורך אךשמח
קיין נאמען,
איך האב נישט אינגאנצן ארויס וואס דער פראבלעם און די מעלה פון האבן אלעס אויף איין פלאץ. עפעס האב איך נישט פארשטאנען.
ווען איך האב א שמועס מיט א גוטן פריינט, ווייס איך געווענליך אויב האב איך יענעם אין גוגל טאקל אדער אין וואטסעפפ, און איך גיי דארט אהין.
אפשר פאר דיר פערזענליך איז עס א מעלה.
אט האב איך פאריגע וואך ענדליך ענדליך אוועקגעווארפן מיין אלטן בב, נאכדעם וואס ער האט זיך עפעס נישט געוואלט לאזן, און כסדר צוריקגעקומען צום לעבן, און איך האב עס נאר געהאלטן - בנוסף צו מיין ענדרויד און אייפאון - ווייל איך האב דערפאר געצאלט בערך צען דאלער א מאנאט, און פאר דעם פרייז האב איך אנגעהאלטן א קשר מיט מיינע בבמ עדיקטס.
א קורצע צייט צוריק ווען דער בב האט אנגעהויבן ערנסט צו גוסס'ן, האב איך זיך גענומען צו וואטסעפפ און איך קען קלאר זאגן אז דער איז פילפאכיג בעסער ווי בבמ און בבג, אפילו נאר צוליב דעם איינעם מעלה אז אלע פלאטפארמעס ארבעטן גוט דערמיט.
און וואס 'טראכט' שרייבט בנוגע דעם טייפן, איז נישט ריכטיג, און ווי 'אן א נאמען' האט שוין געענטפערט איז סווייפ (אדער סליידאיט, אדער די נאך פילע אנדערע קיבארדס וואס ענדרויד איז באשאנקען) פיל בעסער און שנעלער, אבער נאר אויף ענדרויד, און נישט אויפן פארמאכטן און (לויט מיין מיינונג) צוריקגעבליבענעם אייפאון.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 2:49 pm
דורך chasid
וועלכע סווייפ קיבאורד איז גוט און בחינם?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 3:23 pm
דורך קורץ און שארף
אלס א בלעקבערי באנוצער וועל איך אריינווארפן מיינע צוויי צענט.
איך האבן שוין גוט באטראכט אייפאון'ס און ענדראויד'ס. אויב איינער וויל אסאך נוצן די וועב, קוקן ווידיאוס אא"וו, דאן איז בלעקבערי נישט פאר אים.
אבער פאר אימעיל'ס, און מעסעדזשעס דאן קומט גארנישט צו, צו דער געשמאק פון בלעקבערי.
עס האט אסאך שארטקאטס עס צו מאכן גרינגער, טייפט זיך גאר געשמאק, ליינט זיך גוט, און איז זייער מסודר.
איין פראבלעם אז א פד"פ נעמט צייט ביז עס עפענט זיך.
איינער וואס נוצט די פאון בעסיקלי פאר מעסעזשעס דאן פריזט עס נישט וכו'.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 4:00 pm
דורך חכם מחוכם
chasid האט געשריבן:וועלכע סווייפ קיבאורד איז גוט און בחינם?
סלייד איט איז זייער גוט, עס איז פרי אנפאנג נאך אפאר טעג בעט ער געלט, עס איז אבער ווערט די 3 דאלער, (אין דעם מיש איך מיך נישט אריין)
נשלח: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 4:39 pm
דורך אךשמח
אנטשולדיגט, אבער נאכן נוצן א בב פאר מיין פריימערי פאון פאר א זיבן יאר בערך, זע איך נישט מיט וואס עס איז בעסער פאר אימעילס, אבער אז די בב יוזערס ווילן זיך עקשנ'ן, געזונטערהייט, אבער איך וועל נישט לאזן מיינע ידידים זיך ארייננארן אין דעם אבסעליטן כלי.
איין זאך קען איך נישט זאגן מיט א קלארקייט, אויב איינער נוצט אן אימעיל אקאונט אויסער גי'מעיל, ווייס איך נישט אויב עס קומט אן שנעלער צום בב, אבער ביי גי'מעיל איז ביי מיר די זעלבע שנעל אנגעקומען ביי מיין ענדרויד ווי ביים בב.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 5:22 pm
דורך No_name
אךשמח האט געשריבן:
ווען איך האב א שמועס מיט א גוטן פריינט, ווייס איך געווענליך אויב האב איך יענעם אין גוגל טאקל אדער אין וואטסעפפ, און איך גיי דארט אהין.
פיין, דאס איז מיט א גוטן פריינד, רוב גוטע פריינד וויס איז אויך וואו זיי זענען, אבער איך רעד אין דזשענעראל פון יעדע אימעיל און יעדע טעקסט (מיט וואס איך בין געבענטשט יעדן טאג מיט צענדליגע, אויב נישט מער) קען עס זיין א ווייטאג אין גענאק דאס נאכצולויפן, איך העל נישט זאגן ס'איז אזא געפערליכער פראבלעם, אבער אויב מ'רעדט וואס איז בעסער אויסגעשטעלט איז קלאר אז דער בב סיסטעם פון "מעסעדזשעס" איז ס'בעסטע.
אךשמח האט געשריבן:
און נישט אויפן פארמאכטן און (לויט מיין מיינונג) צוריקגעבליבענעם אייפאון.
דאס איז שמועס פאר זיך, אדרבה עפן אויף א נעשכול און מ'עט עס דעבאטירן.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 6:21 pm
דורך בייס מיך
איך בין (אין איז נאך) א ביבי יאזער פאר כמה וכמה שנים. אין איינע פון די מעין ריזענ'ס פארוואס איך טויש נישט איז די "שליסעל ברעטעל" (קי בארד בלע"ז)
איך ווייס נישט ווי סאך ענק טייפען א טאג אויפען פאון, אבער איך קען מיך נישט זעין טייפען גאנצעטע אימעילס אויף א טאטש סקרין מיט די שנעלקייט וואס מען קען אויף גשמיות'דיגע קנעפלעך.