בלאט 1 פון 1

שעפסעל קאנאריק חזן פון פאקופסי

נשלח: זונטאג אפריל 11, 2021 11:23 am
דורך זיו
שעפסעל קאנאריק חזן פון פאקופסיhttps://m.youtube.com/watch?v=mQ7pkUZ4Nfg

א פיין שטיקעל קאמידי ווי א חזן גייט אויף פרויבע פון מייקעל ראזענבערג. די שטיקעל חזנות וואס ער לייגט אראפ איז מלא חן, און צוקער זיס.

א חבר מיינער האט עס מיר געוויזען אפאר טעג צוריק. עס איז מיר זייער געפעלען, און איך האב גאר שטארק הנאה געהאט דערפון. האב איך מחליט געווען עס מיטצוטיילען מיטן עולם דא.

איך האב מיך אויך אויסגעלערנעט אפאר זאכן פון חזנות פון דעם זיסען קליפ. בדרך אגב, מען קען זיך צומאל אסאך לערנען פון גוטע קאמעדי.

ער רעדט זייער שנעל, און עס קען זיין שווער צו הערן יעדן ווארט. עס וואלט געווען א שיינע זאך ווען איינער קען אפשרייבען אלעס וואס ער זאגט.

בקיצור וואס גייט פאר אויפן קליפ איז אזוי.

איך! גיין אויף אן אודישען (פרויבע)! בשום אין אויפן נישט. איך בין געווען די חזן פון פאקופסי פאר דריי יאר, מען האט זיך געשלאגן מיך צו הערן. איך האב גראדא אויך געכאפט א פאר פעטש. נאך דריי מינוט מיך הערן איז דער עולם געליגן אויף דער ערד. איך דארף גיין אויף פרויבע! ניין, איך גיי נישט. דער ראש הקהל האט דאך וואטע אין די אויער, ער איז טויב ווי דער וואנט, פאר אים דארף איך געבען אן אוידישען! נאר וואס דען. איך דארף דאך פרנסה. לאל

נאכדעם לייגט ער אראפ א שיינעם שטיקעל אויף, והוא יושיענו. צוקער זיס. וואטשס עס, וועט עטץ הנאה האבן.

נאך'ען וואטשען בין איך געווארן גאר נייגעריק ווער איז דער קאמידעשער חזן, און וואס נאך איז דא פון אים. האב איך געפרעגט גוגל, און באקומען די פאלגענדע. ער האט געהייסען מיקעל ראזענבערג (תר"ס - תקל"ב) און האט געשפילט אויף פארשידענע פלעיס, ווי דער חזן'ס זון, און מזל טוב אידן.

איך האב דאך אבער געוואלט האבן מער אינפארמאציע, האב איך גערויפן א חזן וועם איך קען. זאגט ער מיר אז דער מייקעל ראזענבערג איז א זון פון ר' יודל ראזענבערג וואס איז סוף ימיו געווען רב אין מאנטריאל קאנאדא. דער ר' יודל ראזענבערג האט נאך אינדערהיים פארן צווייטען קריג ארויסגעגעבן די מעשיות פון דער גולם פון פראג. היינט איז אנגענומען אז דער גולם לא היה ולא נברא, נאר ר' יודל האט דאס אליין באשאפן מיט זיין פעדער. פארפאלען, איי געס ער האט געהאט טאלאנט, און דער זון מייקעל האט געהאט פון וועמען צו יורש'נען.

עס איז דא נאך פיינע זאכן פון מייקעל ראזענבערג אויסער שעפסעל קאנאריק. למשל, געציל, זיין פעיווערד קערעקטער. ווער עס קען לינקען צו זיי, און מסביר זיין וואס דארט גייט פאר, וואלט זייער שיין געווען. שכח למפרע!

נשלח: זונטאג אפריל 11, 2021 11:27 am
דורך אישתישבי
איך מיין אז ער האט געשריבן א איבערזעצונג אויף זוהר צו לשון קודש.

נשלח: זונטאג אפריל 11, 2021 12:02 pm
דורך אישתישבי
דארט אין די קאממענטס שרייבט איינער וואס זאגט ער איז א אייניקעל פין אים.

Re: שעפסעל קאנאריק חזן פון פאקופסי

נשלח: זונטאג אפריל 11, 2021 12:55 pm
דורך זיו
אישתישבי האט געשריבן:איך מיין אז ער האט געשריבן א איבערזעצונג אויף זוהר צו לשון קודש.
יא, דאס האט דער טאטע, ר' יודל ראזענבערג געשריבען. ער פארדינט זיך אן אשכול פאר זיך.

דא האט איר פון וויקיפדייה וועגען אים.
https://en.m.wikipedia.org/wiki/Yehudah_Yudel_Rosenberg

נשלח: זונטאג אפריל 11, 2021 5:31 pm
דורך קורקלענד

נשלח: זונטאג אפריל 11, 2021 8:40 pm
דורך איך אויך
'א חזן אויף פראבע' איז א באקאנטע טעמע, א שיינע חלק פון די קלאסיק חזנים האבען זייערע טעיק דערויף.

https://www.youtube.com/watch?v=Ppz9WLV ... JewishFilm

נאך א ווערסיע.

https://www.youtube.com/watch?v=7hChMDq ... AvivIsrael

Re: שעפסעל קאנאריק חזן פון פאקופסי

נשלח: דינסטאג אפריל 13, 2021 10:22 am
דורך זיו
קורקלענד האט געשריבן:https://m.youtube.com/watch?v=bp3yd57X_mY
שכח! די קענסט מיר זאגען וואס ער זאגט דארט, ס'איז מיר שווער אויפצוכאפען.

Re: שעפסעל קאנאריק חזן פון פאקופסי

נשלח: דינסטאג אפריל 13, 2021 12:49 pm
דורך זיו
איך אויך האט געשריבן:'א חזן אויף פראבע' איז א באקאנטע טעמע, א שיינע חלק פון די קלאסיק חזנים האבען זייערע טעיק דערויף.

https://www.youtube.com/watch?v=Ppz9WLV ... JewishFilm

נאך א ווערסיע.

https://www.youtube.com/watch?v=7hChMDq ... AvivIsrael
שכח! וועגען די ערשטע לינק, לאמיר דיר פרעגען, וואס מיינען די פאלגענדע צווי טערמינען?

1. Two-step Melody
2. Black Bottom

Re: שעפסעל קאנאריק חזן פון פאקופסי

נשלח: דינסטאג אפריל 13, 2021 12:52 pm
דורך זיו
דא האט איר דעם גאנצען שטיקעל פון וואס שעפסעל קאנטריק זינגט נאר א טייל דערפון. געזינגען דורך משה עושר.
https://m.youtube.com/watch?v=cn3bThmv_G0

נשלח: דינסטאג אפריל 13, 2021 1:42 pm
דורך קורקלענד
אזויווי דער עולם האלט און איין ברענגען פרישע גאנצע.....

דא האט עטץ די 'גאנצע' צוויי פילע חלקים!

חלק א'

https://m.youtube.com/watch?v=grxxrWfM2u8

חלק ב'

https://m.youtube.com/watch?v=JxYxNgusAOw