בלאט 1 פון 1

נייע ראכמסטריווקער רב אין לעיקוואוד

נשלח: דינסטאג אפריל 13, 2021 3:16 pm
דורך תרומה
מיט גרויס איבעראשונג, איז געמאלדן געווארן אז הרב הצדיק ר' בערל טווערסקי - בן האדמו''ר מראכמסטריווקא בארא פארק - ווערט אויפגענומען אלץ 'ראכמסטריווקא רבי' אין לעיקוואוד, הוא הודה הוא זיווה הוה הדרה.

לכאורה מיט דעם איז געלייזט געווארן א שיינעם חלק פונעם חילוקי דעות וואס איז פארגעגאנגן דארט, צווישן די גבאים און מקורבים אין בארא פארקער הויף, ווען העסקן הרב קרעמער [נישט פון איי וועלט...] האט געהאט זיין אגענדע, וואס האט נישט אינגאנצן געשטימט מיט'ן יעצט נייעם געקרוינטער רב.

מ'קען שוין באלד זאגן, עיר התורה והחסידות - לעיקוואוד ''והגלילות''...

נשלח: דינסטאג אפריל 13, 2021 3:23 pm
דורך berlbalaguleh
ס'איז אינטרעסאנט צו וויסן אויב דער איצטיגער הרה"צ, הגה"ק איז אויכעט א טייל פון די עצת מריעים וואס נעמען פון טאטן $5,000 פאר א יעדן קינד וואס מ'ווילל איינשרייבן אין ת"ת...?!

נשלח: דינסטאג אפריל 13, 2021 3:35 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
און וואס איז געשעהן מיט הג"ר שלום לאווי שליט"א, טאטע פון הגאון האדיר רבי יצחק שליט"א, ער פלעגט דאך זיין די שיינע איד/רב דארט?

נשלח: דינסטאג אפריל 13, 2021 4:34 pm
דורך תרומה
אומאפציעל האט געהייסן 'אמאל' אז ר' בערל פירט די מוסדות פון ראכמיסטריווקא, און ר' דוד משה איז דער קומענדיגער רבי לאמו''ש
אבער אויב ער זייעט איין אין לעיקוואוד, מיינט דאס א נייע רעביסטעווע. לכאורה.

נשלח: דינסטאג אפריל 13, 2021 10:14 pm
דורך מחצה''ק
איך האב מיך געדרייט א שטיק צייט אין ראכמעסטריווקא איך האב קיינמאל נישט געוויסט אז עפעס דארף צי זיין מיט ר' בערל
סתם א אינטערסאנטע זאך ר' בערל האב איך געזען ערב יום כיפור מיט ווייסע זאקן אין גאנץ ראכמעסטריווקא גייט מען אזוי יום כיפור?

נשלח: דינסטאג אפריל 13, 2021 11:16 pm
דורך אישתישבי
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:און וואס איז געשעהן מיט הג"ר שלום לאווי שליט"א, טאטע פון הגאון האדיר רבי יצחק שליט"א, ער פלעגט דאך זיין די שיינע איד/רב דארט?


לאווי בלייבט וואס ער איז געוועהן. דער רב חזן שמש און מקוה איד.

איך געדענק אז ער איז געווארען אויפגענומען אלץ רבי שוין אפאר יאר צוריק, האט ער יעצט אהין געמופט?

נשלח: דינסטאג אפריל 13, 2021 11:34 pm
דורך תרומה
איינער האט א ליסטע פון די 'היימישע' רבנים וקהילות פון יענע גלילות?
לעיקוואוד, טאמס-ריווער, וכו'.

ס'דא דארט ווישניץ, סקולען, לאבין, סאטמאר, בעלז, קאסאן, ווער נאך

נשלח: מיטוואך אפריל 14, 2021 12:34 am
דורך מפיל קינד
berlbalaguleh האט געשריבן:ס'איז אינטרעסאנט צו וויסן אויב דער איצטיגער הרה"צ, הגה"ק איז אויכעט א טייל פון די עצת מריעים וואס נעמען פון טאטן $5,000 פאר א יעדן קינד וואס מ'ווילל איינשרייבן אין ת"ת...?!

קודם כל, ס'איז נישט פאר יעדע קינד, נאר פאר יעדע משפחה וואס הייבט אן שיקן דארט, אזוי מיין איך.

כמעט יעדע מוסד, בעיקר נייע מוסדות וואס האבן זיך געעפנט די לעצטע 15 יאר, האבן א קרן הבנין קאסע וואס יעדע טאטע מוז צאלן.

אין געוויסע מוסדות אין עס אפאר טויזנט באלד ביים אננעמען, (קאסאן לינדען איז 7,000) אנדערע מוסדות פארלאנגען טויזנט דאלער פער יאר די ערשטע פאר יאר פון יעדע נייע משפחה, אנדערע נעמען חודש'ליך 25 דאלער אדער מער, וואס מען געט אייביג, ווילאנג מ'בויט בנינים...

נשלח: מיטוואך אפריל 14, 2021 1:56 am
דורך berlbalaguleh
מפיל קינד: ערשטנס, איז די רחמיסטריווקא ת"ת.נישט קיין נייער מוסד. צווייטנס די מערסטע געלט איז נישט געגאנגען צו קרן הבנין. און ס'האט אויכעט נישט געהייסן אז ס'גייט פאר קרן הבנין. (ס'איז מסתמא געגאנגען אין די קעניגליכע קעשענע פון די רבנים הגאונים הצדיקים הצעירים.)...!

דריטנס. מיינע טעכטער האבן געלערנט אין בית רחל ד'סאטמאר. און דער סעקרעטאר ר' אבא הירש עליו השלום זכותו יגון עלינו האט א יעדעס מאל געפגע'ט אז איך זאלל געבן כאטש אן אלף'ל פאר קרן הבנין. האביך איהם געענטפערט אז איך האב נישט. און ווען איך וועלל האבן וועט ער נישט דארפן בעטן ביי מיר. נאר איך וועלל עס איהם אליינס ברענגען. און ער האט מיך אפגעלאזט. ס'איז נישט געווען בתנאי כפול. אז נאר אויף דעם תנאי לאזט ער אריין די קינדער.אזוי ווי אין ראכמיסטריווקא. ביי די גאונים הצדיקים שליט"א...!

נ.ב.: איך האב ב"ה קיינמאל נישט געזוכט צו שיקן מיינע יונגלעך צו זייער ת"ת. נאר איך האב מיך א ביסל געדרייט דארט. און כ'האב אלעס געזעהן און געהערט. בבחינת א גאסט אויף א ווייל זעהט אויף א מייל...!

נשלח: מיטוואך אפריל 14, 2021 9:41 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אישתישבי האט געשריבן:
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:און וואס איז געשעהן מיט הג"ר שלום לאווי שליט"א, טאטע פון הגאון האדיר רבי יצחק שליט"א, ער פלעגט דאך זיין די שיינע איד/רב דארט?


לאווי בלייבט וואס ער איז געוועהן. דער רב חזן שמש און מקוה איד.

איך געדענק אז ער איז געווארען אויפגענומען אלץ רבי שוין אפאר יאר צוריק, האט ער יעצט אהין געמופט?

איך קום צוריק מוחה זיין על עלבון ת"ח.
הרב לאווי איז עמטליך געווען רב. נישט שמש, נישט מקוה איד און נישט שלעפער.
איך האב אבער אייביג געוואוסט אז ברגע ער מאכט עס פאר א געלונגענער ביהמ"ד, וועט די נאבעלע בית טווערסקי אים געבן אזא שטויס, און אנשטאטס א ייש"כ פארן האלטן די פקדון פאר זיי, וועלן זיי גאר לייקענן זיין טעטיגקייטן.
הרב לאווי איז א זעלטענעם ת"ח און ברייטער איד, אן עובד ה' באמת ובתמים.

נשלח: מיטוואך אפריל 14, 2021 9:44 am
דורך תרומה
אז ליטוואק איז מוחה, דארף דער רב לאווי זיין א ליטוואק...

נשלח: מיטוואך אפריל 14, 2021 9:45 am
דורך תרומה
אגב, ווער איז דאס עוזר באב''ד, וואס ס'פארט ארום א קליפ פון זיין שול וכו'

נשלח: מיטוואך אפריל 14, 2021 11:22 am
דורך אישתישבי
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:און וואס איז געשעהן מיט הג"ר שלום לאווי שליט"א, טאטע פון הגאון האדיר רבי יצחק שליט"א, ער פלעגט דאך זיין די שיינע איד/רב דארט?


לאווי בלייבט וואס ער איז געוועהן. דער רב חזן שמש און מקוה איד.

איך געדענק אז ער איז געווארען אויפגענומען אלץ רבי שוין אפאר יאר צוריק, האט ער יעצט אהין געמופט?

איך קום צוריק מוחה זיין על עלבון ת"ח.
הרב לאווי איז עמטליך געווען רב. נישט שמש, נישט מקוה איד און נישט שלעפער.
איך האב אבער אייביג געוואוסט אז ברגע ער מאכט עס פאר א געלונגענער ביהמ"ד, וועט די נאבעלע בית טווערסקי אים געבן אזא שטויס, און אנשטאטס א ייש"כ פארן האלטן די פקדון פאר זיי, וועלן זיי גאר לייקענן זיין טעטיגקייטן.
הרב לאווי איז א זעלטענעם ת"ח און ברייטער איד, אן עובד ה' באמת ובתמים.


ווער האט אים פארשעמט?
ער איז מער ווי רב, ער איז דער גאנצע שאצמאץ, און עס איז נישט קיין בזיון.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 15, 2021 8:36 am
דורך תרומה
אין דעם הויף אליינס האסטו היבשע פאר קאנדידאטן איבערצונעמען די מלוכה, און פונקט ווי ספינק האט געיורען ווען מ'האט עס צעטיילט אויף צען, וועט דא ווערן נישט איין ספינק, נאר צוואנציג...

נשלח: דאנערשטאג אפריל 15, 2021 9:39 am
דורך הוגה
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:און וואס איז געשעהן מיט הג"ר שלום לאווי שליט"א, טאטע פון הגאון האדיר רבי יצחק שליט"א, ער פלעגט דאך זיין די שיינע איד/רב דארט?

ער האט לעצטע וואך געעפנט אן אייגנע קהלה/בית מדרש לתורה ותפלה, קהלת יגדיל תורה.

נשלח: פרייטאג אפריל 16, 2021 2:14 pm
דורך תרומה
דא רעדט מען פון לעיקוואוד אליינס? אדער פון די גלילות אויך.
ווייל אין די גלילות איז דאך ליידיג פון בתי מדרשים, פארוואס גייט מען נישט דארט אויפבויען פריש?

נשלח: מוצ"ש אפריל 17, 2021 11:48 pm
דורך אישתישבי
ווייל מען וואוינט זייער צושפרייט.

נשלח: מאנטאג אפריל 19, 2021 2:48 pm
דורך תרומה
איינער ווייסט ווי מ'קען גיין אויף שבת, ערגעץ אין טאמס-ריווער?