בלאט 1 פון 1

גיהנם

נשלח: מיטוואך אפריל 14, 2021 1:22 pm
דורך בונה של טוב
איך האב געליינט א מעשה אלס קינד (אפשר אין: אידישע חכמות און פקחות) אז א איד איז אמאל געקומען צו זיין רבי'ן און זיך ביטער אויסגעוויינט אויף זיינע צרות. ״רבי איך האלט עס נישט אויס״ האט ער זיך געבעטן ״דער רבי זאל מתפלל זיין אז דער באשעפער זאל מיר צונעמען די נשמה. איך וויל נישט מער לעבן. די געפערליכע מצב, לאזט מיר נישט במנוחה״ זאגט דער רבי: ״און ווער זאגט דיר אז נאכדעם וועט זיין בעסער?״

ביי מיר איז עס געווען קלאר אז נישט קיין חילוק ווי שווער ס׳איז אויף די וועלט, איז עס נאך פילפאכיג מער ביטער אויפ׳ן עולם האמת אין גיהנם.

און די אמת געזאגט, די ביטערסטע פיין וואס איך האב געהאט אין מיין לעבן קומט נישט צו צו די פיין וואס די פחד פון גיהנם און די גילט און זארג וואס מען האט איינגעבאקן אין מיר.

איך בין נייגעריג אויב איינער דא האט געהערט וואס ר׳ שמעון בר יוחאי זאגט וועגן דעם, און אויב איינער דא האט עס שוין נאכגעזאגט פאר זיינע קינדער- זיי צו פארשפּארן אומזיסטע יסורי נפש.

איך האב זיך דערמאנט וועגן די נושא היינט ווען איך האב געזעהן א ווידיאו וואס האט אין מיר אויפגעוועקט יענע פחד וועגן גיהנם. (איך ווייס נישט ווער עס האט עס פאטאגראפירט און נאך צוגעלייגט ״די טויערן פון גיהנם״ אלס א קעפל. אבער ס׳איז געווען אין די ig stories פון שפרה לאווען. בייגעלייגט איז א בילד. אבער די ווידיאו איז גאנץ דראמאטיש).

נשלח: מיטוואך אפריל 14, 2021 2:54 pm
דורך זופ מיט מאנדלען
וואו אין אבות דרבי נתן שטייט עס?

נשלח: מיטוואך אפריל 14, 2021 3:24 pm
דורך בונה של טוב
זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:וואו אין אבות דרבי נתן שטייט עס?


סימן ט״ז

נשלח: מיטוואך אפריל 14, 2021 3:37 pm
דורך דורש אמת
אין חובת הלבבות ווערט נישט דערמאנט קיין ווארט וועגן גיהנום.
נאכמער אינטרעסאנט איז אז ווען דער מסילת ישרים רעדט וועגן שכר ועונש, דערמאנט ער אויך נישט קיין אות אחת וועגן גיהנום.

נשלח: מיטוואך אפריל 14, 2021 7:09 pm
דורך ליב צו וויסן
קהלת פרק ט פסוקים ה-ו

נשלח: מיטוואך אפריל 14, 2021 9:11 pm
דורך קאצקע ציקער
בונה, זיכער נישט אין יודישע חכמות און פקחות. אלס קינד פלעגט דאס זיין מיין פעיוועריט בוק.

נשלח: מיטוואך אפריל 14, 2021 10:44 pm
דורך קנדה
פארוואס דעמאלטס אין די גמרא ווערט עס דערמאנט?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 15, 2021 12:23 am
דורך תנחום
די גמרא אין סוכה מה ע"ב א"ר ירמיהו משום רשב"י יכול אני לפטור את כל העולם כולו מן הדין. די גליון הש"ס צייכענט צו אבות דר"נ פט"ז.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 15, 2021 3:42 pm
דורך דורש אמת
קנדה האט געשריבן:פארוואס דעמאלטס אין די גמרא ווערט עס דערמאנטתּ


אויף דעם זאגט אברהם בן הרמב״ם אז חז״ל האבן נישט געהאט קיין קלארקייט איבער גיהנום. זיי האבן געהאט ספיקות און נישט קיין מסורה דערוועגן.

דער רמב״ם ווען ער רעכנט אויס די דרייצן עיקרים (וואס אויף דעם האט מען שפעטער באזירט די אני מאמין׳ס) זאגט ער דארט אז די ציורים פון גן עדן און גיהנום, קען מען פארגלייכן צו די וועג ווי מ׳איז מחנך א קינד: אויב ער פירט זיך גוט גיבט מען אים א קענדי, און אויב ער לערנט גוט גיבט מען אים נאשעריי... און שפעטער וואקסט ער עס אויס.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 15, 2021 3:46 pm
דורך רביה''ק זי''ע
שוין, רבי שמעון האט געזאגט אז אידן גייען נישט אין גיהנם, מוחאמד האט געזאגט אז מוסלומענער גייען נישט אין גיהנם, יאשקע האט געזאגט אז ווער ס׳אנערקענט אין איהם זיין הער און אויסלייזער גייט נישט אין גיהנם, ווער ס׳גלייבט אינעם Flying Spaghetti Monster גייט אויך נישט, ווער בלייבט איבער? מ׳קען שוין פארשפארן דאס גאנץ געשעפט.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 15, 2021 3:49 pm
דורך דורש אמת
נאר די חילוק איז אז לויט'ן הסבר פון רשב"י קומט זיך קיינעם נישט קיין גיהנם.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 15, 2021 7:14 pm
דורך תוהו ובוהו
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:שוין, רבי שמעון האט געזאגט אז אידן גייען נישט אין גיהנם, מוחאמד האט געזאגט אז מוסלומענער גייען נישט אין גיהנם, יאשקע האט געזאגט אז ווער ס׳אנערקענט אין איהם זיין הער און אויסלייזער גייט נישט אין גיהנם, ווער ס׳גלייבט אינעם Flying Spaghetti Monster גייט אויך נישט, ווער בלייבט איבער? מ׳קען שוין פארשפארן דאס גאנץ געשעפט.

און ווער עס גלייבט נישט, גלייבט דאך נישט אין קיין גיהנום.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 15, 2021 8:50 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ווער גלייבט דען נישט אין גיהנם?! רחמנא ליצלן מהאי דעתא! איך האב נאכנישט געטראפן קיין מענטש וואס קען זאגן מיט א הונדערט פראצענטיגע קלארקייט אז ער גלייבט נישט אין גיהנם, יעדער גלייבט אין גיהנם, מ׳דינגט זיך נאר פאר וועם ס׳געמאכט געווארן. לויט איינעם קומט גיהנם פאר׳ן עסן אום יום כיפור, לויט א צווייטן פאר׳ן עסן אום ראמאדאן, לויט א דריטן פאר׳ן הארגענען מענטשן, לויט א פערטן דווקא פאר׳ן נישט הארגענען מענטשן (עמלקים, אידן), לויט א פיפטן פאר׳ן שניידן אכט-טאגיגע אינגלעך, לויט א זעקסטן פאר גייסטליכע פירער וואס שטופן נישט פרינאפס, וכו׳ וכו׳, אבער אין גיהנם גלייבט יעדער.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 15, 2021 10:17 pm
דורך שארפןקאפ
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ווער גלייבט דען נישט אין גיהנם?! רחמנא ליצלן מהאי דעתא! איך האב נאכנישט געטראפן קיין מענטש וואס קען זאגן מיט א הונדערט פראצענטיגע קלארקייט אז ער גלייבט נישט אין גיהנם, יעדער גלייבט אין גיהנם, מ׳דינגט זיך נאר פאר וועם ס׳געמאכט געווארן. לויט איינעם קומט גיהנם פאר׳ן עסן אום יום כיפור, לויט א צווייטן פאר׳ן עסן אום ראמאדאן, לויט א דריטן פאר׳ן הארגענען מענטשן, לויט א פערטן דווקא פאר׳ן נישט הרג'ענען מענטשן (עמלקים, אידן), לויט א פיפטן פאר׳ן שניידן אכט-טאגיגע אינגלעך, לויט א זעקסטן פאר גייסטליכע פירער וואס שטופן נישט פרינאפס, וכו׳ וכו׳, אבער אין גיהנם גלייבט יעדער.

חוץ פון אסאך טיעראריקל פיזיסיסט'ס.

נשלח: פרייטאג אפריל 16, 2021 8:54 am
דורך דורש אמת
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ווער גלייבט דען נישט אין גיהנם?! רחמנא ליצלן מהאי דעתא! איך האב נאכנישט געטראפן קיין מענטש וואס קען זאגן מיט א הונדערט פראצענטיגע קלארקייט אז ער גלייבט נישט אין גיהנם, יעדער גלייבט אין גיהנם, מ׳דינגט זיך נאר פאר וועם ס׳געמאכט געווארן. לויט איינעם קומט גיהנם פאר׳ן עסן אום יום כיפור, לויט א צווייטן פאר׳ן עסן אום ראמאדאן, לויט א דריטן פאר׳ן הארגענען מענטשן, לויט א פערטן דווקא פאר׳ן נישט הארגענען מענטשן (עמלקים, אידן), לויט א פיפטן פאר׳ן שניידן אכט-טאגיגע אינגלעך, לויט א זעקסטן פאר גייסטליכע פירער וואס שטופן נישט פרינאפס, וכו׳ וכו׳, אבער אין גיהנם גלייבט יעדער.

אז מ׳וואקסט אויף אין די סיסטעם, דארף מען נישט גלייבן אין גיהנום - מ׳שפירט עס יעדן טאג בחוש.

נשלח: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:29 pm
דורך תוהו ובוהו
דורש אמת האט געשריבן:אז מ׳וואקסט אויף אין די סיסטעם, דארף מען נישט גלייבן אין גיהנום - מ׳שפירט עס יעדן טאג בחוש

https://m.youtube.com/watch?v=71WDaaRk9nk
שפתיים יושק

Re: גיהנם

נשלח: זונטאג אוגוסט 29, 2021 11:50 pm
דורך דורש אמת
אז מ׳האלט פאר די הייליגע טעג אפשר לוינט זיך מתבונן זיין און תשובה טון אויף א נייעם אופן

https://www.youtube.com/watch?v=Ll5mcuv ... V-&index=8