בלאט 1 פון 2

הגאון רבי שאול אלתר שליט"א - ראש ישיבת גור

נשלח: דאנערשטאג אפריל 15, 2021 7:22 pm
דורך חקרן
מען קען זיך נישט פארהוילן פון אזא פערזענליכקייט ווי הגאון רבי שאול אלתר שליט"א, וואס מענטשן וואס קענען אים טענה'ען אז ער איז א ריכטיגער פוילישער עילוי, אזוי ווי די אמאליגע עילויים, און ער פארשעמט נישט די גרעסעטע תלמידי חכמים בדורינו, א גאון אדיר פשוטו כמשמעו.

דאס איז באמת נישט בלויז מפי השמועה, נאר אריינקוקנדיג אין זיינע גליונות וואס קומען כסדר ארויס, בנאות דשא און אנדערע, שטעלט זיך ארויס זיין גאונות און בקיאות בכל מכמני התורה. אויסער דעם פארמאגט ער א כאריזמע און חוש הדיבור וואס באצויבערט זיינע צוהערער. מען זאגט אז אויף שלש-סעודות פארמאגט ער עולמות מיט מענטשן וועלכע קומען אים הערן און מיטהאלטן.

אויסער דעם איז ער א שטארק ווארעמער מענטש, א בעל רגש, ער פארמאגט אויך א שטיקל חוש הנגינה, אבער נישט דארט שטעקט זיין גרויסקייט. זיין עיקר גרויסקייט לדעתי, איז זיין יכולת זיך אראפצולאזן אפילו צו קינדער, און טראץ זיין גרויסקייט און העכערקייט, שפירט ער זיך נישט העכער פון קיינעם, ער פארמאגט אן ענוות חן און אן אמת'ער געשמאק אין זיך.

איך גלויב אז אזא פערזענליכקייט ווי אים איז ווערד א במה אויף אונזער שטיבל.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 15, 2021 7:37 pm
דורך אישתישבי
זיין גליון ווערט נעלם פין בתי מדרשים פאר מענטשן נעמען אפילו, ווי איז דא א לינק צו דער גליון?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 15, 2021 7:55 pm
דורך [NAMELESS]
.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 15, 2021 8:19 pm
דורך חקרן

נשלח: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:07 am
דורך גיב א שמייכעל
חקרן האט געשריבן: זיין עיקר גרויסקייט לדעתי, איז זיין יכולת זיך אראפצולאזן אפילו צו קינדער, און טראץ זיין גרויסקייט און העכערקייט, שפירט ער זיך נישט העכער פון קיינעם, ער פארמאגט אן ענוות חן און אן אמת'ער געשמאק אין זיך.

איך גלויב אז אזא פערזענליכקייט ווי אים איז ווערד א במה אויף אונזער שטיבל.

די וואס דרייען זיך אין ירושלים וועלן וויסען צו דערציילן אז ער קען שפאצירען איינער אליין אויפן גאס אנע שמשים אדער באגלייטער! אפילו היינטיגע צייטן ועען די מצב דארט איז בכלל נישט אזוי איי איי איי....

נשלח: מאנטאג אפריל 19, 2021 2:54 pm
דורך להבדיל
ער האט נישט מורא פון זיינע געוועזענע ברידער די נאטשאלניקעס?

נשלח: מאנטאג אפריל 19, 2021 2:56 pm
דורך מחצה''ק
איך ווייס פון איינעם וואס איז אריין צי עם אן רשות אין ער האט יענעם ארויס גע'זרק'ט אלץ מורא פון גור

נשלח: מאנטאג אפריל 19, 2021 3:27 pm
דורך צעיר בישראל
מחצה''ק האט געשריבן:איך ווייס פון איינעם וואס איז אריין צי עם אן רשות אין ער האט יענעם ארויס גע'זרק'ט אלץ מורא פון גור

וואס הייסט? אן רשות פון וועם?

נשלח: מאנטאג אפריל 19, 2021 4:53 pm
דורך גיב א שמייכעל
להבדיל האט געשריבן:ער האט נישט מורא פון זיינע געוועזענע ברידער די נאטשאלניקעס?

איהם פרעזענליך וועלן זיי לכאורה גארנישט טוהן... אפי' אינערהאלב גרויס גור האט ער נאך אסאך סימפאטיקער וואס האלטן פון איהם, און די שלעגער'ס ווייסען אז אויב עפעס געשעט צח איהם קען דאס זיין די שטרוי אויפן קעמל'ס ריקען וואס וועט זיי מאכן אפטראגען פון גור.

נשלח: מאנטאג אפריל 19, 2021 7:17 pm
דורך מחצה''ק
צעיר בישראל האט געשריבן:
מחצה''ק האט געשריבן:איך ווייס פון איינעם וואס איז אריין צי עם אן רשות אין ער האט יענעם ארויס גע'זרק'ט אלץ מורא פון גור

וואס הייסט? אן רשות פון וועם?

פון ר' שאול

נשלח: מיטוואך מאי 05, 2021 9:05 pm
דורך סעגאל
אינטערסאנט אז אויף קאווע שטיבל זאל מען שרייבען אזוי שיין אויף א רבי.
קען זיין ווייל ער קריגט זיך מיט א אנדערע רבי.

נשלח: מיטוואך מאי 05, 2021 9:37 pm
דורך [NAMELESS]
סעגאל האט געשריבן:אינטערסאנט אז אויף קאווע שטיבל זאל מען שרייבען אזוי שיין אויף א רבי.
קען זיין ווייל ער קריגט זיך מיט א אנדערע רבי.

די ביסט אויף ק''ש און די שרייבסט שיין אויף מהר''א מסאטמאר. פארוואס? ווייל ער קריגט זיך מיט א אנדערע רבי?

נשלח: מיטוואך מאי 05, 2021 9:40 pm
דורך דורש אמת
סעגאל האט געשריבן:אינטערסאנט אז אויף קאווע שטיבל זאל מען שרייבען אזוי שיין אויף א רבי.
קען זיין ווייל ער קריגט זיך מיט א אנדערע רבי.

דער טשארטקאָווער אין מאריענבאד איז געפארן אין א קארעטע, האט אדורכשפאצירט א מתנגדישער גאון , דער רבי לאדנט אים איין צו זיך אין קארעטע.
— שקר אין לו רגלים, זאגט דער גאון - חסידיזם איז פאלש! און וויל ניט ארויפקומען.
פרעגט אים דער צדיק:
— וויאזוי האט חסידות א המשך, עס שטייט דאך קושטא קאי שיקרא לא קאי?
— די מחלוקת און שמוץ וואס איין סעקטע ווארפט אויפ'ן צווייטן, דאס איז טאקע דאס ביסל אמת וואס ערלויבט חסידיזם אנצוהאלטן!…

נשלח: דאנערשטאג מאי 06, 2021 8:02 am
דורך א חסיד פון ווילנא
די סיבה צום סוף האט דער טשארקאווער געזאגט אדער דאס האט איר שוין צוגעלייגט?

נשלח: דאנערשטאג מאי 06, 2021 9:32 am
דורך סעגאל
חתם סופר האט געשריבן:
סעגאל האט געשריבן:אינטערסאנט אז אויף קאווע שטיבל זאל מען שרייבען אזוי שיין אויף א רבי.
קען זיין ווייל ער קריגט זיך מיט א אנדערע רבי.

די ביסט אויף ק''ש און די שרייבסט שיין אויף מהר''א מסאטמאר. פארוואס? ווייל ער קריגט זיך מיט א אנדערע רבי?


wow wow wow איך האב נישט געוויסט אז איך האב דא צוטין מיט נבוא'ים. איך האב איבער געקיקט אלעס וואס איך האב געשריבען. (נישט צו סאך)אין איך האב נישט געטראפן ווי מען זעט איך בין א חסיד מהר"א

נשלח: דאנערשטאג מאי 06, 2021 4:54 pm
דורך תרמב
אבער ער האט צוגעטראפן אדער נישט?

נשלח: דאנערשטאג מאי 06, 2021 4:55 pm
דורך אישתישבי
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:די סיבה צום סוף האט דער טשארקאווער געזאגט אדער דאס האט איר שוין צוגעלייגט?


דער מתנגדישער גאון האט עס געזאגט (לויט דער מעשה).

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 04, 2022 1:17 pm
דורך קהל'ס נער
די ראש ישיבה ר' שאול אלתר האט נעכטן אויפגענימען בצלאל סמוטריץ' די פירער פון ציונות הדתית, ברעכענדיג די סטאטוס קווא, זייענדיג די ערשטע חרדי'שע פירער צי אנערקענען די מזרחיסטן אלץ א לעגיטימע רעליגיעזע קהלה.

(כאטש רוב רבנים האלטן שוין היינט אזוי, איז ער די איינציגסטע וואס האט נישט מורא עס צי זאגן, וואס דאס מיינט א פירער, איינער וואס פירט די עולם, נישט איינער וואס דער עולם פירט עים.)

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 04, 2022 1:53 pm
דורך שמן למאור
קהל'ס נער האט געשריבן:די ראש ישיבה ר' שאול אלתר האט נעכטן אויפגענימען בצלאל סמוטריץ' די פירער פון ציונות הדתית, ברעכענדיג די סטאטוס קווא, זייענדיג די ערשטע חרדי'שע פירער צי אנערקענען די מזרחיסטן אלץ א לעגיטימע רעליגיעזע קהלה.
האט ער געלאזט פאלן ווערטער אז ער אנערקענט די מזרחיסטן אלס לעגיטימע רעליגיעזע קהילה?
סתם אויפנעמען מיינט דאך נאכנישט אז ער אנערקענט זיי...
ווען בעלזא רב האט אויפגענומען ביבי האט ער אים מיט דעם אנערקענט אלס א לעגיטימע רעליגיעזע פירער?

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 04, 2022 2:11 pm
דורך קהל'ס נער
פארוואס זאל אויפנעמען ביבי מיינען אז ער אנערקענט עים אלץ א רעליגיעזע פירער, ביבי האלט זיך נישט פאר קיין רעליגיעזע פירער, אבער יא אויפנעמען ביבי מיינט אז אנערקענט עים אלץ די פירער פון מדינת ישראל (בשעתו)

ר' שאול וואלט קיינמאל נישט אויפגענימען די פירער פון די רעפארמער, ווייל אנערקענט נישט אין זיי.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 04, 2022 2:25 pm
דורך שמן למאור
קהל'ס נער האט געשריבן:פארוואס זאל אויפנעמען ביבי מיינען אז ער אנערקענט עים אלץ א רעליגיעזע פירער, ביבי האלט זיך נישט פאר קיין רעליגיעזע פירער, אבער יא אויפנעמען ביבי מיינט אז אנערקענט עים אלץ די פירער פון מדינת ישראל (בשעתו)

ר' שאול וואלט קיינמאל נישט אויפגענימען די פירער פון די רעפארמער, ווייל אנערקענט נישט אין זיי.
בעלזא רב האט נישט אויפגענומען ביבי אים צו ווייזן לעגיטימיטעט אויף סיי וועלכע וועג, און נישט אז זיין געבן לעגיטימאציע וואלט עפעס אויסגעמאכט. ער איז די פריים מיניסטער און מען דארף צוקומען צו אים, און אויפנעמען מיינט נישט גארנישט, יענער האט מאכט און מען זיכט צו זיין אויף זיין גוטע זייט, דעטס אלל. מען קומט נישט יעצט געבן קיין הסכמה אויף זיין קיך ווען מען נעמט אים אויף.

פאקטיש זענען יעצט בן גביר מיט סמוטריץ' זייער שטארק. זיי האבן אנגעצויגן אסאך בענקלעך, און מען מוז צוקומען צו אים. ס'איז נישט מער ווי רעכט אז מען זאל אים אויפנעמען און האבן גוטע באציאונגען. ווען מען וואלט געדארפט צוקומען צו די רעפארמער אויף אזא פארנעם, און אונז וואלטן געהאט געמיינזאמע אינטערעסן וואלט מען פינקט אזוי אויפגענומען די רעפורמער. אלע רבנים דא האבן אויך אויפגענומען דעם 'פרייען' זעלדין..!
עס מיינט נאכנישט אז ר' שאול האט יעצט גע'כשר'ט די מזרחי.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 04, 2022 2:49 pm
דורך פרנס החודש
טאקע דאס הייסט לעגיטימאציע, אנערקענען אז יענער איז שטערקער פון דיר און דו ברויכסט צוקומען צו אים.

Re: הגאון רבי שאול אלתר שליט"א - ראש ישיבת גור

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 04, 2022 2:51 pm
דורך פרנס החודש
קהל'ס נער האט געשריבן:די ראש ישיבה ר' שאול אלתר האט נעכטן אויפגענימען בצלאל סמוטריץ' די פירער פון ציונות הדתית, ברעכענדיג די סטאטוס קווא, זייענדיג די ערשטע חרדי'שע פירער צי אנערקענען די מזרחיסטן אלץ א לעגיטימע רעליגיעזע קהלה.

(כאטש רוב רבנים האלטן שוין היינט אזוי, איז ער די איינציגסטע וואס האט נישט מורא עס צי זאגן, וואס דאס מיינט א פירער, איינער וואס פירט די עולם, נישט איינער וואס דער עולם פירט עים.)
פאליטיש איז עס גאר א גוטע שידוך.