בלאט 1 פון 6

פייערדיגע מחלוקת צווישן בעלזא און גור

נשלח: פרייטאג אפריל 16, 2021 10:31 am
דורך מפיל קינד
זייט פסח פלאקערט א מחלוקת וואס איז נאך לע"ע רעלאטיוו שטיל.

חול המועד האט בעלזער רב אויפגענומען הגר"ש אלתר מגור.

בעלזא עסקנים האבן געזאגט אז די באזוך איז געווען אומגעמאלדן און דער רב האט אים אויפגענומען זייער קאלט, אבער גור האט געווארט אויף אן אפיציעלן אנטשולדיגונג מבית האדמו"ר מבעלזא וואס איז נישט געקומען.

דאס קומט שוין נאך חדשים פון א הייסע קאמף צווישן אייכלער און ליצמאן איבער דעם זיץ אין כנסת. בעלזא וויל גיין פאר וויזניץ ווייל זיי האבן לכאורה מער מענטשן, אבער ליצמאן שטיצט וויזניץ צו בלייבן ערשט אזוי ווי ביז היינט.

גור האט תיכף נאך יום טוב פארשיקט אלע בעלזא יונגעלייט און פרויען וואס ארבעטן אין גור'ע מוסדות אלס מלמדים, טעראפיסטן, סעקרעטארן, וכו'

גור האט געהאט געלאדענט א גרויסע בעלזא משפיע (הגר"י פינק) צו רעדן ביי א דינער אין אמעריקע, ער איז יעצט געווארן אפגעזאגט.

אין רעזולטאט האט בעלזא היינט אנגעהויבן פארשיקן אלע גורע אנגעשטעלטע ביי זיי אין די מוסדות און ארגאניזאציעס.

די הויכפונקט קומט דעם זונטאג: בעלזא מאכט א ברית אן אייניקל, און לויט שמועות האט האדמו"ר מבעלזא געלאדנט הגר"ש אלתר צום ברית.

ס'נישט באשטעטיגט אלס קראנט, אבער גור סטראשעט שוין מיט בלוט אויב הגר"ש גייט זיין ביים ברית.

מיין מיינונג: איך ווייס נישט אויב הגר"ש גייט זיין ביים ברית, אבער לכאורה וועט דער בעלזער צוריקצאלן פאר גור דורך א באזוך בבית הגר"ש בקרוב...

ס'קומט הייסע צייטן.

נשלח: פרייטאג אפריל 16, 2021 10:33 am
דורך זופ מיט מאנדלען
עפעס האב איך אויך געזען באריכטעט אז "המודיע" האט אריינגעלייגט א שיעור פון רבי שאול אין זייער אויסגאבע.

נשלח: פרייטאג אפריל 16, 2021 10:52 am
דורך מפיל קינד
המודיע האט עס נישט ממש אריינגעלייגט... נאר די חברה האבן געמאכט א שטיקל. זיי האבן אריינגעשיקט אז הגאון רבי שאול ראטנבערג (נאמען פון די גזע פאר זיי האבן געטוישט צו אלתר) וועט געבן א שיעור, און ס'איז אריין...

נשלח: פרייטאג אפריל 16, 2021 10:54 am
דורך מפיל קינד
דא איז געשען א צופראסקעטע טעות, אין א גורער גליון דעם פסח. די עדיטאר איז מסתמא געפלויגן פארן דאס דורכלאזן...

די חצר האט געשריבן ארויסצונעמען דעם נאמען, ווייל די טאטע גייט פון צייט צו צייט צו הגר"ש. ליידער איז עס אריין מיט די מעלדונג ארויסצונעמען...

נשלח: פרייטאג אפריל 16, 2021 2:21 pm
דורך תרומה
א גרויסע רב אין ירושלים עיה''ק, האט מיר לעצטענס [ע''פ סיבה] געזאגט; ווילאנג כ'בין נאכנישט געווען רב, האב איך באמת נישט פארשטאנען די אלע פאליטיק, וואס די גרויסע רבי'ס לייגן נישט קיין שארט סטאפ דערויף.
אבער היינט, ווען איך קום אריין אין מיין שטיבל, און כ'זע ווי איינער האט זיך בטעות געזעצט 'נאנט' צו מיין מקום קבוע, געט מיר עס אזא קיצל פון 'עס פאסט נישט אז יענער זעצט זיך נאנט צו מיין מקום'...'
וואס זאל איך אייך זאגן - זאגט מיר יענער רב [וואס איז נישט קיין קליינער רב] די יצה''ר פון רבנים, האב איך קלאר, און כ'האב שוין גארנישט קיין קשיא, ווען ס'נוגע קהילות און חסידות און עניני ציבור, קומט אויף אלע גערעכטע צדדים, אז לפי התורה דארף מען יענעם אין פלאץ שטעלן.

שורה תחתונה, ס'נישט עפעס וואס מ'קען דן זיין - עד שתגיע למקומו

נשלח: פרייטאג אפריל 16, 2021 2:46 pm
דורך ליב צו וויסן
תרומה האט געשריבן:א גרויסע רב אין ירושלים עיה''ק, האט מיר לעצטענס [ע''פ סיבה] געזאגט; ווילאנג כ'בין נאכנישט געווען רב, האב איך באמת נישט פארשטאנען די אלע פאליטיק, וואס די גרויסע רבי'ס לייגן נישט קיין שארט סטאפ דערויף.

אהא, סאוי דער רב איז נישט דן די אלע בעלי בתים וואס האבן סמארטפאונס..

נשלח: פרייטאג אפריל 16, 2021 3:52 pm
דורך אישתישבי
אויב אמת אז א רב האט אזוי געזאגט, מאכט עס אים פאר א יחיד בדורנו.

נשלח: פרייטאג אפריל 16, 2021 4:08 pm
דורך real fake news
תרומה האט געשריבן:א גרויסע רב אין ירושלים עיה''ק, האט מיר לעצטענס [ע''פ סיבה] געזאגט; ווילאנג כ'בין נאכנישט געווען רב, האב איך באמת נישט פארשטאנען די אלע פאליטיק, וואס די גרויסע רבי'ס לייגן נישט קיין שארט סטאפ דערויף.
אבער היינט, ווען איך קום אריין אין מיין שטיבל, און כ'זע ווי איינער האט זיך בטעות געזעצט 'נאנט' צו מיין מקום קבוע, געט מיר עס אזא קיצל פון 'עס פאסט נישט אז יענער זעצט זיך נאנט צו מיין מקום'...'
וואס זאל איך אייך זאגן - זאגט מיר יענער רב [וואס איז נישט קיין קליינער רב] די יצה''ר פון רבנים, האב איך קלאר, און כ'האב שוין גארנישט קיין קשיא, ווען ס'נוגע קהילות און חסידות און עניני ציבור, קומט אויף אלע גערעכטע צדדים, אז לפי התורה דארף מען יענעם אין פלאץ שטעלן.

שורה תחתונה, ס'נישט עפעס וואס מ'קען דן זיין - עד שתגיע למקומו

ער קען ווער ׳אויס רב׳ און אלע נסיונות וועלן גלייך פארשווינדען ווערן.

נשלח: פרייטאג אפריל 16, 2021 4:10 pm
דורך יואלי וואלפסאן
תרומה האט געשריבן:אבער היינט, ווען איך קום אריין אין מיין שטיבל, און כ'זע ווי איינער האט זיך בטעות געזעצט 'נאנט' צו מיין מקום קבוע, געט מיר עס אזא קיצל פון 'עס פאסט נישט אז יענער זעצט זיך נאנט צו מיין מקום'...'

שורה תחתונה, ס'נישט עפעס וואס מ'קען דן זיין - עד שתגיע למקומו

נו יענער וויל דאך זיין א מגיע למקומו, לאזט ער דאס אויך נישט...

נשלח: פרייטאג אפריל 16, 2021 5:40 pm
דורך גיב א שמייכעל
תרומה האט געשריבן:א גרויסע רב אין ירושלים עיה''ק, האט מיר לעצטענס [ע''פ סיבה] געזאגט; ווילאנג כ'בין נאכנישט געווען רב, האב איך באמת נישט פארשטאנען די אלע פאליטיק, וואס די גרויסע רבי'ס לייגן נישט קיין שארט סטאפ דערויף.
אבער היינט, ווען איך קום אריין אין מיין שטיבל, און כ'זע ווי איינער האט זיך בטעות געזעצט 'נאנט' צו מיין מקום קבוע, געט מיר עס אזא קיצל פון 'עס פאסט נישט אז יענער זעצט זיך נאנט צו מיין מקום'...'
וואס זאל איך אייך זאגן - זאגט מיר יענער רב [וואס איז נישט קיין קליינער רב] די יצה''ר פון רבנים, האב איך קלאר, און כ'האב שוין גארנישט קיין קשיא, ווען ס'נוגע קהילות און חסידות און עניני ציבור, קומט אויף אלע גערעכטע צדדים, אז לפי התורה דארף מען יענעם אין פלאץ שטעלן.

שורה תחתונה, ס'נישט עפעס וואס מ'קען דן זיין - עד שתגיע למקומו

הגה"ק בעל ויחי יוסף מ'פאפא איז אמאל געווען ביי א חופה ווי מ'האט מכבד געווען א צווייטע רב מיט א ברכה, און יענער האט נישט געוואלט צוגיין ווייל ער דארף נאר אדער סידור קידישון אדער ברכה אחריתה...
האט זיך די גבאי אנגערופן צו פאפא רב זצ"ל אז "ער מאכט זיך אזויפיל בזיונות, פאר אביסעלע כבוד!"
האט איהם פאפא רב זצ"ל צוריקגעזאגט "די וועסט קיינמאל נישט פארשטיין קיינע רעבישע תאוואות, ביז די וועסט זיין איינס! מ'דארף שווער ארבעטען עס אויסצורייסען!"

נשלח: פרייטאג אפריל 16, 2021 6:48 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
ובעלזער רב שפיקח הוא מה ראה לשטות זה?

די רב האט די פולע רעכטן אויפצונעמען און מכבד זיין רבי שאול אזויווי עס פאסט פאר אזא גאון הענקים. די גורע טעראריסטן האבן נאך א שיעור צו לערנען אין פרקי איין גאט-איין רבי, און עס וועט זיי נאך געדויערן א וויילע צו פארשטיין אז די רבי איז אויסדרוקליך נישט בעה"ב אויף כלל ישראל.

אבער בעלזע רב קען איך ממש נישט פארשטיין. נישט גענוג די אלטע מערכה מיט גור? וואס פעלט אויס א פרישע?

נשלח: מוצ"ש אפריל 17, 2021 9:52 pm
דורך גיב א שמייכעל
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:
ובעלזער רב שפיקח הוא מה ראה לשטות זה?

די רב האט די פולע רעכטן אויפצונעמען און מכבד זיין רבי שאול אזויווי עס פאסט פאר אזא גאון הענקים. די גורע טעראריסטן האבן נאך א שיעור צו לערנען אין פרקי איין גאט-איין רבי, און עס וועט זיי נאך געדויערן א וויילע צו פארשטיין אז די רבי איז אויסדרוקליך נישט בעה"ב אויף כלל ישראל.

אבער בעלזע רב קען איך ממש נישט פארשטיין. נישט גענוג די אלטע מערכה מיט גור? וואס פעלט אויס א פרישע?

נעם אראפ די באל"ד ווערטער וועט דיין קאשי' פארשווינדען ווערן... הא!

נשלח: זונטאג אפריל 18, 2021 5:22 am
דורך [NAMELESS]
ווי די היסטאריע האט געוויזן איז בעלזא רב שליט"א גאר א גרויסע גרויסע אוהב מחלוקת. און ער שעפט חיות פון פליקן און זיך רייסן מיט אנדערע מענטשן. ממילא איז קושיא "מה ראה לשטות זה" מעיקרא ליתא

נשלח: זונטאג אפריל 18, 2021 8:49 am
דורך אינגערמאנטשיקל
אבי געהאקט. און איך וויל נישט אריינגיין אין א טענה'ריי דערויף.

די בעלזער רב איז לכאורה פון די מערסט געריבענע מנהיגים בישראל און טראכט אלעמאל צוויי טריט פאראויס.

אבל הפעם לא זכיתי להבין.

נשלח: זונטאג אפריל 18, 2021 8:51 am
דורך [NAMELESS]
סאטמאר, עדה החרדית, ווישניץ, משרד הבריאות,

נשלח: זונטאג אפריל 18, 2021 9:17 am
דורך קורקלענד
וואס האט דער בעלזער צו פארלירן? וואס האט ער צו פארדינען?

איך בין נישט אזוי אויסגערעכנט אבער פון וואס איך זעה האט דער בעלזער גוט געטוהן!

נשלח: זונטאג אפריל 18, 2021 9:47 am
דורך ליב צו וויסן
קורקלענד האט געשריבן:וואס האט דער בעלזער צו פארלירן? וואס האט ער צו פארדינען?

איך בין נישט אזוי אויסגערעכנט אבער פון וואס איך זעה האט דער בעלזער גוט געטוהן!

געטראכט די זעלבע.
ער איז שוין מיט גור סייווי גוט צוקריגט צוליב פרשת אייכלער-טעסלער ועוד. נו, האט ער ס"ה געטראפן א גוטן פלאץ זיי אפצוטוהן און איינוועגס אויפבויען זייערע שונאים..

נשלח: זונטאג אפריל 18, 2021 10:19 am
דורך ישעיה
פארוואס נישט שטיצן דרום קאריע?

נשלח: זונטאג אפריל 18, 2021 10:48 am
דורך תרמב
זעהט אויס אז בעלזא רב האט געחשבונט אז ר’ שאול וועט נאך האבן איין טאג א ריזיגע חסידות און ער האט געקלערט אז ער דארף האבן די ריכטיגע קאנעקשאנס אהין, דעמאלטס וועט מען זאגן, וואו, דער בעלזער איז אזא חכם אלץ טראכט ער מיט א טריט פאראויס.

נשלח: זונטאג אפריל 18, 2021 10:51 am
דורך מפיל קינד
למעשה איז הגר"ש נישט געווען ביים ברית.

אבער איך ערווארט אז אויב די מחלוקת וועט נישט פארשטילט ווערן בקרוב, וועט הגר"ש ווערן גערופן קיין בעלזא צו געבן א שיעור אין ישיבה, אדער גייט זיין א ביקור גומלין פון בעלזא צו הגר"ש. דער בעלזער וועט זיך זיכער אננעמען פאר זיינע חסידים וואס האבן פארלוירן זייערע פאזיציעס.

נשלח: זונטאג אפריל 18, 2021 10:55 am
דורך מפיל קינד
היינט צופרי, נאך וואס גור האט פארלייקנט די חרם וואס איז געלייגט געווארן אויף חסידי בעלזא, איז ארויס צו די מידיע א רעקארדירונג פון די חרם וואס איז געשיקט געווארן צו חסידי גור אויפן טעלעפאן.

יש נושא שקוראים לזה חסידות בעלזא, מבקשים לא להשתמש בשירות שלהם, לא בבנינים, לא בדרשנים, לא ביועצים חינוכיים, לא בשום דבר. לא להשתמש בשירותים שלהם

נשלח: זונטאג אפריל 18, 2021 12:04 pm
דורך אישתישבי
דער אמת אז דאס איז וויכטיג וואס דער בעלזער טוט, מיינע שונאים זענען דיינע איז א געפערליכע עוולה מצד דער גערער, ווייל די האסט א פראבלעם מיט ר' שאול מיינט נישט אז דער גאנצע וועלט דארף אים מרחק זיין.

באבוב 48 האט אמאהל אויך פראבירט מרחק צו זיי יעדעס רב וואס האט געגעבן לעגיטים פאר 45, און ווען זיי האבן זיך געזען מיט א וועלט פין שונאים האט זיך דער נארישע פראקטיק אפגעשטעלט.

ווען די גערער וועלען זעהן אז דער מחלוקת מיט שאול מאכט זיי אפגעזונדערט פין אנדערע, און דער פארדינסט איז גאר ווייניג, וועלען זיי אויפהערן זייערע נידריגע פוסטע מהלכים.

נשלח: זונטאג אפריל 18, 2021 12:28 pm
דורך תפארת
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:ובעלזער רב שפיקח הוא מה ראה לשטות זה?

די רב האט די פולע רעכטן אויפצונעמען און מכבד זיין רבי שאול אזויווי עס פאסט פאר אזא גאון הענקים. די גורע טעראריסטן האבן נאך א שיעור צו לערנען אין פרקי איין גאט-איין רבי, און עס וועט זיי נאך געדויערן א וויילע צו פארשטיין אז די רבי איז אויסדרוקליך נישט בעה"ב אויף כלל ישראל.

אבער בעלזע רב קען איך ממש נישט פארשטיין. נישט גענוג די אלטע מערכה מיט גור? וואס פעלט אויס א פרישע?

צו וועלכע בעלזע חסיד איך האב גערעדט דערוועגן זאגט מיר אז די גאנצע זאך איך בכלל נישט געוועהן אפיציעל [דער רב האט בכלל נישט געוואסט פון פאראויס]
שוין א גאנץ יאהר וואס זיי ווילן קומען און דער גבאים לאזן נישט מהאט זיי געזאגט אז זיי קענען קומען נאכן דאווענען אויב זיי ווילן דוקא און אזוי איז טאקע געוועהן
ווען מהאט מודיע געוועהן (יענע נאכט) פאר מיכל פירר 'גבאי' אז ער איז דא איז ער בלאס געווארן נישט וויסנדיג וואס צו טוען
אלא מאי דער בעלזער האט א אייניקל (ווער ס' קען זיין אייניקלעך ווייסט פון וועהם איך רעד) ער האט געהאט א קשר מיט זיי און ער האט זיכער געמאכט אז מעפענט די טיר פאר זיי
אזוי זאגן זיי גיי ווייס...

גראדע דער ר' שאול איז א גרויסע מענטש א ריזן תלמיד חכם אבער ער לויפט מיט דער פלאטמפארמע פון אני שלום אזוי ווי אדמו"ר מבאבוב 45 אבער פון אינדערווייניג רעדט ער דרשות ווי זיין קהילה
איז געבויעט דורך מסירת נפש אפי' מליידט פון דער אנדערע חברה....
ער האט געזאגט פאר זיינס א חסיד נאך ער'ז געוועהן ביים בעלזזע אז יעצט האט ער שוין א בעלזע הכשר....
ועל כולם הער איך זאגן (פון א גערע חסיד) אז ערב שבועות וועט פארקומען א הכנסת ספר תורה.... על אפם וחמתם פון דער גערער..... הוי וועט (אפשר) זיין לעבעדיג!
ודי למבין.
איך קוק איהם יעצט אביסל אראפ ווי אמאהל הגם, קען זיין ער האט רעכטען כ' קען נישט פונקטליך די גאנצע היסטאריע ולא באתי לברר גופו של ענין.