בלאט 1 פון 1

הער א משל

נשלח: מאנטאג אפריל 19, 2021 8:45 am
דורך איתן
א פייגעלע האט באשלאסן, אז גענוג איז גענוג. זי קען שוין נישט אויסהאלטן דעם גערוך פון דעם שטאט. זי מוז תיכף ומיד זיך צוזאמקלייבן די פעדערן און אפ'פליען פון דאהי - צום נעקסטן דעסטינאציע, אולי ירחם דארט וועט שוין נישט אזוי שטונקן ווי דא.

דערגרייכנדיג אהין, האט זי ווידער געשפירט דעם געפערליכן גערוך, און באשלאסן אז נישט בלויז יענע שטאט שטונקט, נאר דאס גאנצע לאנד שטונקט. איז זי ווידער אוועקגעפלויגן אין גלות, ביז זי האט דערגרייכט ביז יענע עק וועלט - און ווידער שטונקט...

ס'האט גענומען אסאך מוטשעניש, צער, טירחה, ביז זי האט ענדליך זיך געכאפט, אז, ''זי אליינס שטונקט''...

נשלח: מאנטאג אפריל 19, 2021 12:00 pm
דורך ליב צו וויסן
איתן האט געשריבן:א פייגעלע האט באשלאסן, אז גענוג איז גענוג. זי קען שוין נישט אויסהאלטן דעם גערוך פון דעם שטאט. זי מוז תיכף ומיד זיך צוזאמקלייבן די פעדערן און אפ'פליען פון דאהי - צום נעקסטן דעסטינאציע, אולי ירחם דארט וועט שוין נישט אזוי שטונקן ווי דא.

דערגרייכנדיג אהין, האט זי ווידער געשפירט דעם געפערליכן גערוך, און באשלאסן אז נישט בלויז יענע שטאט שטונקט, נאר דאס גאנצע לאנד שטונקט. איז זי ווידער אוועקגעפלויגן אין גלות, ביז זי האט דערגרייכט ביז יענע עק וועלט - און ווידער שטונקט...

ס'האט גענומען אסאך מוטשעניש, צער, טירחה, ביז זי האט ענדליך זיך געכאפט, אז, ''זי אליינס שטונקט''...


איתן, כ'האב געלייקט ווייל ס'איז א זיסע משל.
אבער כ'ווייס נישט צו די כאפסט דעם נמשל... :lol: :lol:
ס'איז נישט נאר ווען יענער רייסט אראפ דיך און וועם דו שטיצט, ס'גייט אויך פארקערט..

נשלח: מאנטאג אפריל 19, 2021 8:34 pm
דורך גיב א שמייכעל
א שיינע משל אויף פרשת לב טהור! פארען קיין קאנאדע... דאן בבל.. גוטעמאלע... :lol: :lol:
אדער אויף פרשת מנשה ליסטיג דא אויף קאווע שטיבל... פארט פון איין נאמען צום אנדערען וכו'

נשלח: מאנטאג אפריל 19, 2021 9:27 pm
דורך מפיל קינד
די משל ברענגט רא"מ מלאך אין זיין גליון דעם פארלאפענעם וואך. נעקסט טיים ברענג בשם אומרו.

חוץ אויב דו ביסט דער בעל המעשה... #ביי מיר האט עס פאסירט

נשלח: מאנטאג אפריל 19, 2021 9:33 pm
דורך רביה''ק זי''ע
וואס איז די נמשל? אז מ׳טוישט ניקס ווי זאקן אבער די פארשטינקענע געשרייבעכץ גייט מיט?

נשלח: מאנטאג אפריל 19, 2021 10:08 pm
דורך רביה''ק זי''ע
און אלס זכר צום משל פונעם פייגעלע איז די נאמען פונעם נייעם ניק ״פויגל מילעך״, אקעי. viewtopic.php?p=470753#p470753

נשלח: מאנטאג אפריל 19, 2021 10:32 pm
דורך איתן
פאר'ן פוילער גראבער בער איז נמאס געווארן נאכצולויפן חיות אין די וואלד, און ער האט באשלאסן זיך איינצושרייבן אינעם נענטסטן סאפארי.
ער באקומט דעם אקעי, און ווי אנטוישט ווערט ער, אז זיין ערשטע מאלצייט איז - באנאנעס...
ביי לאנטש טיים כאפט ער זיך אריבער וויזיטן די מאלפעס, און כאפענדיג א פריינדליכער שמועס [מיט א מאסק...] מיט זיי, אפשר דארפן זיי די באנאנעס, ווייל ער האט עס נישט ליב. זעט ער באלד א טויטע נבילה שטיק אומבארירט. אויף זיין פראגע, זאגט עהם די מאלפע, אז ס'איז איר נמאס געווארן קער צו נעמען פון איר משפחה, און זי האט זיך דא איינגעגעבן - ביים ערשטן מאלצייט לעצטע וואך האט זי שוין באקומען דעם נבילה שטיק, און זי עקלט זיך דערפון...
ביידע האבן באשלאסן צו גיין זיך איינבעטן ביים הויפט אפיס, אז מ'זאל פליז דעליווערן נבילות צו בערן קארט, און באנאנעס צו מאנקי בולעווארט. אבער דער מענעדזשער האט זיי קאטעגאריש אפגעזאגט, און ערקלערט, אז ער טוישט נישט קיין זאכן ווייל ס'צעמישט עהם פון פירן די סאפארי...
דהיינו?
קוק אהער - זאגט ער - ס'האט געפעלט א מאנקי אינעם סאפארי, ריקט זיך אן דער בער, ער דארף א שטעלע... שוין האב איך עהם אריינגעשטעלט ביי די מאנקי באר. ווייל פארדעם האט געפעלט א בער, ריקט זיך אן די מאנקי, און כ'האב עהם אריינגעלייגט דעמאלטס ביי די בערן ווינקל, ווייל וועמען שטערט עס? איך בין דאך יעצט דער גאנצער זאגער דא, זייט אפאר חדשים צוריק ווען ס'האט געפעלט א אקס אין סאפארי, און שפעטער א מענעדזשער, האבן זיי דעם נייעם מענעדזשער געלייגט ביי די בהמות און מיך דא...

נשלח: דינסטאג אפריל 20, 2021 3:57 pm
דורך תרומה
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:און אלס זכר צום משל פונעם פייגעלע איז די נאמען פונעם נייעם ניק ״פויגל מילעך״, אקעי. viewtopic.php?p=470753#p470753

פון ווי ווייסטו אז ער איז פויגל מילך?

נשלח: דינסטאג אפריל 20, 2021 6:13 pm
דורך רביה''ק זי''ע
נו זאגזשע דו...

נשלח: דינסטאג אפריל 20, 2021 7:19 pm
דורך תרומה
ווייל די קיקסט די איי פי אדרעסע, און ביסט די זעלבע ניק ווי סדרן, בעל עגלה, ארי נוהם, כוכב, בענדזשעמין, תרומה, תצוה, כי תבא, און נאך...

נשלח: דינסטאג אפריל 20, 2021 7:23 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ששש... זאג נישט אויס, מ׳גייט אונז נאך ביידע אויסשפארן...

נשלח: דינסטאג אפריל 20, 2021 7:37 pm
דורך תרומה
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ששש... זאג נישט אויס, מ׳גייט אונז נאך ביידע אויסשפארן...

מיך נישט, ווייל קענסט זעין אז כ'בין נישט די זעלבע אדרעס, און די אויך נישט - ווייל די ביסטאך דער אויסשפארער