בלאט 1 פון 6
להתחדש המלוכה! (הרב פינטו)
נשלח: מאנטאג אפריל 19, 2021 9:52 pm
דורך מחצה''ק
ווער ס'האלט מיט האט המקובל ר' יאשיהו פינטו שליט''א חכם הראשי אינטער גענימען א מסע הקודש להתחדש המלוכה ווי מען פארט ארים די וועלט מיט פריוואטע פלייטס אין גרויסע יאקאנס
להתחדש המלוכה!
ווי אויך האט מען אויפגענימען א פראפעגאנדע מיניסטער מ' ההויז בחור של כ''ק אדמו''ר מקרעטשניף סיגוט שליט''א
להתחדש המלוכה!
דא בעט מען מען זאל ארויפקימען מיט באריכטען פון די מסע הקודש
להתחדש המלוכה!
נשלח: מאנטאג אפריל 19, 2021 10:05 pm
דורך מחצה''ק
נשלח: דינסטאג אפריל 20, 2021 1:49 am
דורך שמעון וואלף
טאמער איינער קען אריינקומען מיט א באשרייבונג אויף רב פינטו, וואלט זיכער געווען אפרישיעטעד ביי די פולע ליינער.
איז ער א ת"ח? א קלוגער? גוטע רעדנער? האט געלט?
נשלח: דינסטאג אפריל 20, 2021 3:02 am
דורך אלע צוזאמען
די 'עמי' מאגאזין האט דעם יו''ט געהאט גאר אן אינטערסאנטע אייגענארטיגע קבלה'דיגע אינטערוויו מיטן רב, ווי ער רעדט ארום פון זיינע אויפטוען און מיטמאכענישן, ווי דאס זיצן אין תפיסה- ר' יאשיהו זאגט אז ער וואלט געצאלט געלט אז מ'זאל אים צירוק אריינזעצן אין תפיסה, ווייל ער האט דארט געהאט עפעס הימלישע כוחות- און זיין האבן צום פיפטען ! מאל יענע מחלה ל''ע, ס'איז זייער א מקובל'ישע סטיל שמועס, ער קען רעדן פון איין זאך און דאן געבן א פאר אריין צו א צווייטע נושא אינגאנצן.
די רב איז א גרויסע אנהענגער פון כ''ק אדמו''ר מבעלזא, און ער רימט אים כסדר אויס, אלס איינער וואס האלט אינטער די וועלט מיט זיינע פעולות מקרב צו זיין פארבלאנדזשעטע נשמות לאבינו שבשמים.
ווען מ'הערט/ליינט זיינע תורות, זעהט אויס ווי ס'באהאלט זיך אין אים א גרויסן ת''ח בנגלה ובנסתר.
בעסער אז מ'גייט ווי פריער, ווייל ווי געשריבן האט די רב שוין די ביטערע מחלה צום פיפטען מאל ל''ע, און ער זאגט עס זייער קלאר אז ער ווייסט נישט ווי לאנג ער איז נאך דא אויף דעם עולם, די באשעפער זאל אוודאי אים שיקן אַ רפואה שלימה בקרוב.
די לעצטע פאר יאר דינט ער אלס הויפט רב אין 'מאראקא', ער איז זייער נאנט מיטן קעניג, וואס איז א שטארקע אוהב ישראל, געלט פעלט אים נישט, 'Forbs' האט אים געלייגט אלס איינער פון די 10 רייכסטע רבנים.
אן אינטערעסאנטע מעשה דערציילט די רב שליט''א אינעם אינטערוויו, אז ער האט געדארפט אסאך געלט פאר זיין מוסדות, האט ער צאמגערופן עטליכע מיליאנערן, און אונטער 20 מינוט האט ער געהאט פלעדזשעס פון די גאנצע געלט, אנקומענדיג אהיים, איז א רוח של גאווה אריין אין אים, אז ער האט באוויזן צו זאמלן אזא גרויסע סכום אין א גאר קורצע צייט, האט ער אנגערופן אלע מיליאנערן, און געלאזט וויסן אז ער נעמט נישט די געלט!
נשלח: דינסטאג אפריל 20, 2021 3:06 am
דורך איך אויך
דער איינציגסטער פראבלעם מיט זיין באבא מעשה איז אז קיין איין! דאקטער וויל נישט באשטעטיגן זיין מיסטרעזיע מחלה וואס ווערט עפעס עפעס ווינדערליך פארשווינדן יעדע שני וחמישי ווען ער לאזט זיך ארויס אויף נאך א לוקסערישע באגילדעטע רייזע.
אגב, ער האט מיאוס באגנבט זיין שווער און האט יארן לאנג געאסרט זיין ווייב צו רעדן מיט איר טאטע. דאכט זיך לעצטנס האבען זיי יא שלום געמאכט.
נשלח: דינסטאג אפריל 20, 2021 5:45 am
דורך ליב צו וויסן
איך אויך האט געשריבן:דער איינציגסטער פראבלעם מיט זיין באבא מעשה איז אז קיין איין! דאקטער וויל נישט באשטעטיגן זיין מיסטרעזיע מחלה וואס ווערט עפעס עפעס ווינדערליך פארשווינדן יעדע שני וחמישי ווען ער לאזט זיך ארויס אויף נאך א לוקסערישע באגילדעטע רייזע.
זייער אינטערסאנט... פון וואו נעמסטו עס?
נשלח: דינסטאג אפריל 20, 2021 6:59 am
דורך נאך א מיינונג
אין דער עמי מאגאזין זאגט ער אז דער בעלזער רבי איז דער 'ויואל משה' פון אונזער דור.
נשלח: דינסטאג אפריל 20, 2021 8:13 am
דורך היסטאריע
וואס איז די מעשה, פארוואס איז ער געוועהן אין תפיסה?
נשלח: דינסטאג אפריל 20, 2021 9:21 am
דורך תרמב
עפעס א שוחד קעיס מיט די קאנגרעסמאן מייקל גרים, דאכצעך מיר אז ער האט פארלוירן אסאך פון זיינע שטיצערס בשעתן זיצן אין תפיסה.
Re: להתחדש המלוכה! (הרב פינטו)
נשלח: דינסטאג אפריל 20, 2021 9:26 am
דורך פאליטיקאנט
אלע צוזאמען האט געשריבן:די 'עמי' מאגאזין האט דעם יו''ט געהאט גאר אן אינטערסאנטע אייגענארטיגע קבלה'דיגע אינטערוויו מיטן רב, ווי ער רעדט ארום פון זיינע אויפטוען און מיטמאכענישן, ווי דאס זיצן אין תפיסה- ר' יאשיהו זאגט אז ער וואלט געצאלט געלט אז מ'זאל אים צירוק אריינזעצן אין תפיסה, ווייל ער האט דארט געהאט עפעס הימלישע כוחות!
ער קען מיך צאלן די געלט, און איך וועל עם אנווייזן וויאזוי צוריק אנצוקומען אין תפיסה.
נשלח: דינסטאג אפריל 20, 2021 2:55 pm
דורך אלע צוזאמען
איך אויך האט געשריבן:דער איינציגסטער פראבלעם מיט זיין באבא מעשה איז אז קיין איין! דאקטער וויל נישט באשטעטיגן זיין מיסטרעזיע מחלה וואס ווערט עפעס עפעס ווינדערליך פארשווינדן יעדע שני וחמישי ווען ער לאזט זיך ארויס אויף נאך א לוקסערישע באגילדעטע רייזע.
אגב, ער האט מיאוס באגנבט זיין שווער און האט יארן לאנג געאסרט זיין ווייב צו רעדן מיט איר טאטע. דאכט זיך לעצטנס האבען זיי יא שלום געמאכט.
מענטשן זעהן ביי אים אותות ומופתים, ביזנעס דיעלס פון צענדליגע מיליאנען זענען שוין געשלאסן געווארן אויף זיין טיש, און די זעלבע זאך פארקערט, פערזענליך ווייס איך פון א אינגערמאן וואס האט געוואלט אפקויפן א ריזיגע טעלעקאמוניקאציע קאמפעני, 'הרב פינטו' האט אבער נישט געלאזט, און אפאר טאג דערויף האט זיך די טעלע קאמפעני זיך דערקלערט באנקראט.
נשלח: דינסטאג אפריל 20, 2021 2:57 pm
דורך רביה''ק זי''ע
מן הסתם זענען די אלע מופתים געשעהן ווען ער איז געזעצן אין תפיסה מיט די הימלישע כוחות, פאר׳ן זיצן אין תפיסה האט ער נישט געהאט די הימלישע כוחות ער געווען טאקע א קרימינאל.
נשלח: דינסטאג אפריל 20, 2021 3:05 pm
דורך אלע צוזאמען
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:מן הסתם זענען די אלע מופתים געשעהן ווען ער איז געזעצן אין תפיסה מיט די הימלישע כוחות, פאר׳ן זיצן אין תפיסה האט ער נישט געהאט די הימלישע כוחות ער געווען טאקע א קרימינאל.
נישט ריכטיג, די מעשה וואס כ'האב פריער גערעדט איז געשען פארן גיין אין תפיסה, דעמאלט איז ער געווען סאך מער פאפולער ביי די טאפ %1.
איך געדענק נישט פון וועם מ'זאגט עס נאך ''ווען אידן גלייבן אין א שטיין, קען די שטיין אויך פראווענען מופתים''.
נשלח: דינסטאג אפריל 20, 2021 4:47 pm
דורך מחצה''ק
די מעשה מיט הרב פינטו ווי אזוי ס'קוקט מיר אויס איז אז ער האט פארלוירן אסאך שטיצער אין די לעצטע שטיק צייט, ער האט פרובירט אנצוהאלטן די עולם מיט סטראשענען אז ער גייט שוין שטארבן, למעשה עפ''י סיבה האט זיך עס נישט אויסגעארבעט, צי ווייל ס'איז בבחינת וואלף וואלף הידוע אז נאכן אזויפיל מאל סטראשענען מיט טויט גלייבט עם קיינער נישט, אדער ווייל ס'גייט זיי נישט אן אז ער שטארבט,
איז יעצט האט מען אויף גענימען א נייע פי.אר. מיניסטער וואס ער וועט מער רעדן צום חסידישע עולם, ער האפט צו ווערן אזא רבי ווי זיינע פעטערס, לכבוד דעם האט ער זיך אנגעטון אזוי ווי די באבא סאלי וכו' וכו' [די לבוש האט גארנישט מיטן ווערן מאראקאנע רב, יענץ מיט די רויטע היט וואס ער איז געגאנגען ביז יעצט איז אביסל אנדערש פון וואס ער גייט היינט איבערגעדעקט מיט א שאל]
אין איין ווארט, ער איז א גרויסע סקעם.
נשלח: דינסטאג אפריל 20, 2021 6:48 pm
דורך מארמאראשער
דריי וואכן פאר די ערשטע שמועות פון קאראנע איז אנגעקומען האט ער פארציילט א חלום וואס ער האט געהאט אז ס'קומט בקרוב א זאך וואס גייט איבערדרייען די וועלט און טוישן זאכן איבער די וועלט ערגער ווי נאך 9/11.
די עצה איז גיין דאווענען און לערנען אין בתי מדרשים און ישיבות.
נשלח: דינסטאג אפריל 20, 2021 6:52 pm
דורך מחצה''ק
און ווען קאראנא איז געקימען האט ער געזאגט אז ס'איז נישט דעס.
נשלח: דינסטאג אפריל 20, 2021 6:57 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אלע צוזאמען האט געשריבן:נישט ריכטיג, די מעשה וואס כ'האב פריער גערעדט איז געשען פארן גיין אין תפיסה, דעמאלט איז ער געווען סאך מער פאפולער ביי די טאפ %1.
איך געדענק נישט פון וועם מ'זאגט עס נאך ''ווען אידן גלייבן אין א שטיין, קען די שטיין אויך פראווענען מופתים''.
כ׳האב געהערט נאכזאגן פון צאנזער רב ענליך צו דעם, ״ווען צעהן מענטשן גלייבן אין א שטעקן קען עס אויך פראווענען מופתים״, לויט דעם שטימען אלע רעליגיעס זייער גוט...
נשלח: דינסטאג אפריל 20, 2021 8:29 pm
דורך נחום הסופר
איך אויך האט געשריבן:דער איינציגסטער פראבלעם מיט זיין באבא מעשה איז אז קיין איין! דאקטער וויל נישט באשטעטיגן זיין מיסטרעזיע מחלה וואס ווערט עפעס עפעס ווינדערליך פארשווינדן יעדע שני וחמישי ווען ער לאזט זיך ארויס אויף נאך א לוקסערישע באגילדעטע רייזע
מהיכן דנתני? אויף בילדער זעט ער אויס היבש בלאס און שוואך, עכ"פ זיכער ווען דו קוקסט זיינע בילדער פון אפאר יאר צוריק
נשלח: מיטוואך אפריל 21, 2021 3:22 am
דורך אלע צוזאמען
נחום הסופר האט געשריבן:איך אויך האט געשריבן:דער איינציגסטער פראבלעם מיט זיין באבא מעשה איז אז קיין איין! דאקטער וויל נישט באשטעטיגן זיין מיסטרעזיע מחלה וואס ווערט עפעס עפעס ווינדערליך פארשווינדן יעדע שני וחמישי ווען ער לאזט זיך ארויס אויף נאך א לוקסערישע באגילדעטע רייזע
מהיכן דנתני? אויף בילדער זעט ער אויס היבש בלאס און שוואך, עכ"פ זיכער ווען דו קוקסט זיינע בילדער פון אפאר יאר צוריק
דאס קען האבן צוטאן מיט פארן זיצן און נאכן זיצן אין תפיסה.
נשלח: מיטוואך אפריל 21, 2021 10:56 am
דורך היכי דמי
EB56734F-64B8-41B6-BE14-127241E76083.jpeg
נשלח: מיטוואך אפריל 21, 2021 6:40 pm
דורך מחצה''ק
הרב מראצפערט ביים חכם
נשלח: מיטוואך אפריל 21, 2021 6:43 pm
דורך מחצה''ק
מען גייט זיך אנטון א שק
נשלח: מיטוואך אפריל 21, 2021 6:45 pm
דורך מחצה''ק