בלאט 1 פון 1
לעבעדיג און פאנעווידש
נשלח: דינסטאג אפריל 20, 2021 3:04 pm
דורך מה בכך
לעבעדיג אין פאנעוועיטש וואו מ'האט זיך נעכטן צוריקגעקערט פון די קאראנא רוטין. די תלמידים פון דער "שונאים" פראקציע (אויערבאך) פרובירן צוריק צו כאפן די פלעצער אין ביהמ"ד וואס זיי זענען געצווינגען געווען צו פארלאזן ביי קאראונא אונטער דער אנפירונג פון הרב אדלשטיין, די "מחבלים" פראקציע האט אבער אוועקגעכאפט די שטענדערס, און די צד שכנגד ענפערט מיט א העפטיגע געווארפעריי פון יאגורט....
איינער מיט מער דיטעלס ?
נשלח: דינסטאג אפריל 20, 2021 4:07 pm
דורך תרמב
דאס איז שוין א אור אלטע פייט, וואס האט זיך אנגעהויבן נאך פאר די מחלוקה ציווישן די אויערבאך’ס און שטיימאניסטן, די מחלוקה האט זיך אנגעהויבן איבער די בעלות פון פאנאוויטש, און אוטאמאטיש האבן זיך די פראקציעס צוטיילט ווען די עולם הליטאי האט זיך צוטיילט, איין זייט אט גענומען הרב שטיינמאן און די אנדערע זייט הרב אויערבאך, און ווען מען טרעפט א גוטע געלעגנהייט פליעט שטענדערס.
נשלח: דינסטאג אפריל 20, 2021 4:15 pm
דורך הרב שיף
תרמב האט געשריבן:דאס איז שוין א אור אלטע פייט, וואס האט זיך אנגעהויבן נאך פאר די מחלוקה ציווישן די אויערבאך’ס און שטיימאניסטן, די מחלוקה האט זיך אנגעהויבן איבער די בעלות פון פאנאוויטש, און אוטאמאטיש האבן זיך די פראקציעס צוטיילט ווען די עולם הליטאי האט זיך צוטיילט, איין זייט אט גענומען הרב שטיינמאן און די אנדערע זייט הרב אויערבאך, און ווען מען טרעפט א גוטע געלעגנהייט פליעט שטענדערס.
מיט יוגרט כמקדמת דנא.
נשלח: דינסטאג אפריל 20, 2021 4:27 pm
דורך תרמב
שטענדערס איז די מנהג כמקדמת דנא
איך האב געהערט א זיסע אנעקדאט, אז א איד איז צוריקגעקומען פון די לאגערן נאכן קריג צו זיין היימשטעטל גייט ער אריין אינעם אלטן בית מדרש און ער הייבט באוויינען די מצב רעדנדיג צו די שטענדערס, ’’שטענדערס שטענדערס ווער וועט ענק ווארפן?’’
נשלח: דינסטאג אפריל 20, 2021 6:14 pm
דורך ליב צו וויסן
מה בכך האט געשריבן:לעבעדיג אין פאנעוועיטש וואו מ'האט זיך נעכטן צוריקגעקערט פון די קאראנא רוטין. די תלמידים פון דער "שונאים" פראקציע (אויערבאך) פרובירן צוריק צו כאפן די פלעצער אין ביהמ"ד וואס זיי זענען געצווינגען געווען צו פארלאזן ביי קאראונא אונטער דער אנפירונג פון הרב אדלשטיין, די "מחבלים" פראקציע האט אבער אוועקגעכאפט די שטענדערס, און די צד שכנגד ענפערט מיט א העפטיגע געווארפעריי פון יאגורט....
איינער מיט מער דיטעלס ?
די אויערבאך פראקציע ווערט גערופן די "מחבלים" און די צד שכנגד, "שונאים".
נשלח: מיטוואך אפריל 21, 2021 4:49 pm
דורך מה בכך
די משטרה האט זעך אריינגעמישט
נשלח: דאנערשטאג אפריל 22, 2021 12:02 am
דורך שמעקעדיג
ווער איז מנדב די אלע יאגורטס? עס קומט ביי די פסח חלוקה?