בלאט 1 פון 2
דאס אויפשטאנד אין ווארשא!
נשלח: מיטוואך אפריל 21, 2021 9:53 am
דורך קאך_לעפל
[justify]אין די דאזיגע טעג מיט אכט און זיבעציג יאר צוריק האט אויסגעבראכן די ווארשעווער געטא אויפשטאנד.
דרייסטע אידישע יונגעלייט און מיידלעך אינעם ווארשעווער געטא, האבן אנגעהויבן צו שטעלן א העפטיגע ווידערשטאנד קעגן די פארשאלטענע נאציס. פון די טיפענישן אינעם בונקער פון מילא 18 האט דער קאמאנדיר פון די פאראייניגטע אידישע מיליטערישע קרעפטן אינעם געטא, מרדכי אונאלאוויטש, ארויסגעגעבן דעם באפעל צו עפענען פייער אויף די נאציס. א באראזש פון העפטיגע שיסערייען צווישן די אידישע אויפשטענדלער און די נאציס האט אויסגעבראכן איבער די שמאלע געשלענגלטע געטא גאסן.
דער רייכספירער היינריך הימלער, האט באאויפטראגט פאר עס עס גענעראל, גרופנפירער יורגן שטרופ ימ''ש, צו נוצן אלע קרעפטן וואס שטייען אונטער זיין פארפיגונג, אונטערצודרוקן דאס אידישער אויפשטאנד מיטן גרעסטן מאס ברוטאליטעט! הויפטזעכליך האט געקרענקט פאר די נאציס די צוויי פענער וואס עטליכע העלדישע יונגעלייט, האבן אויפגעהאנגען אויפן דאך פון א הויז אינעם צענטער פונעם מוראַנאָווסקי קוואדראט: דער נאציאנאלער פוילישער פאן, ווי אויך די פאן מיטן א בלויע מגן דוד. די דאזיגע צוויי פענער האבן ארויסגערופן בייז-בלוט ביי די נאציס, עס איז געווען פאר זיי ווי א בייזער דארן אין אויג. די פענער דארפן זאפארט אראפגענידערט ווערן פאר יעדע פרייז! האט דער רייכספירער הימלער פון בערלין געדונערט, אין א טעלעפאנישע געשפרעך מיט גרופנפירער שטרופ. פאר גאנצע פיר טעג! האבן די פענער געפלאטערט מיט שטאלץ, ביז ס'איז ענדליך געלונגען פאר די נאציס עס אראפצונידערן.
דער רשע שטרופ, האט געזען ווי ער קען נישט בייקומען די אידישע אויפשטענדלער, ווארום זיי זענען געווען טיף אריינגעגראבן און בריקאדירט אין אונטערערדישע בונקערס, פון וואנעט זיי האבן געשאסן און געווארפן ברענדיגע מאלטאוו פלעשער אויף די נאציס, אומברענגענדיג מאסן נאציס, האט ער ארויסגעגעבן דאס באפעל אונטערצוצינדן די הייזער אינעם געטא אינאיינעם מיט אירע איינוואוינער. ער האט אריינגערופן ספעציעלע אייינהייטן פון די וועהרמאכט וועלכע האבן זיך אויסגעצייכענט מיט פייער-שפריצער געווער, און זיי זענען געגאנגען פון הויז צו הויז און אריינגעשפריצט פייער גאז, ביז די הויז איז אויפגעגאנגען אין העלישע פלאמען. די אויפשטענדלער זענען ארויסגעקראכן פון זייערע נארעס מיט די הענט אין די הייעך, און זיי זענען באלד פארהאלטן געווארן דורך די נאציס און אפגעשיקט געווארן צום אומשלאג פלאץ, פון וואו זיי זענען געפירט געווארן אין פארמאכטע בהמה וואגאנען קיין טרעבלינקע איז צו די גאז קאמערן. מאנכע פון די אויפשטענדלער זענען ארויסגעקומען איינגעהילט אין ברענעדיגע קליידער, און זיי האבן זיך ספאנטאן געווארפן אויף די נאציס און זיי ארום געהאלזט. אזוי אז דער נאצי זאל פארברענט ווערן אינאיינעם מיט זיי.
דער געטא מיט אירע האלב מיליאן איינוואוינער, איז אויפגעגאנגען אין העלישע פלאמען. מיט די פלאמען אינאיינעם זענען אויפגעגאנגען שווערע טויזענטער הייליגע ריינע נשמות, פון דאס שענסטע און בעסטע וואס דאס אידישער פאלק האט נאר פארמאגט. זיי זענען אבער כאטש געשטארבן מיט א גוטע געפיל, אז זיי האבן מיטגענומען וואס מער נאציס מיט זיך. זיי זענען נישט געשטארבן ווי קיין ליימענע קעלבער. ס'ווערט געשאצט אז דריי הונדערט נאציס זענען אומגעקומען אין לויף פון די שלאכטן. דאס איז אבער גאר א גרויסער אונטערשיד צו די דרייצן טויזענט אידישע קינדער (אויב נישט מער) וועלכע זענען נעבאך טראגיש גע'הרג'עט געווארן אינעם אויפשטאנד!
ווי מ'זעט אין די שריפטן וואס זענען פארבליבן פון די אויפשטענדלער, האבן זיי גאר גוט געוויסט דאס טראגישע ענדע וואס ערווארט זיי. זיי האבן געוויסט אז זיי וועלן נישט קענען באזיגן די מעכטיגע נאצישע קריגס מאשין, מיט בלויז עטליכע פּרימיטיווע האנט ביקסן און מאלטאוו פלעשער, נאר וואזשע דען? זייער נאציאנאלער שטאלץ האבן זיי נישט ערלויבט גע'הרג'עט צו ווערן אן קיין ווידערשטאנד. זייער מאטא איז געווען: יא! מיר גייען ווירקליך גע'הרג'עט ווערן, אבער נישט אליין! מיר גייען מיטנעמען וואס מער נאציס מיט זיך.
צו קומען היינט ווען מיר זיצן דא אין די פאראייניגטע שטאטן אויפן שמאלץ טעפל, און ריכטן צי די אויפשטאנד איז יא געווען אויסגעהאלטן צי נישט איז א זינלאזע.,ווארום מיר קענען זיך נישט אריינלייגן אין די שרעקליכע פארצווייפלטע אומשטענדן אין וועלכע די אידן אונטער די נאצישע מאכט האבן זיך געפונען. אבער לאמיר עטוואס אריינקלערן. דער דין פון הבא להרגך השכם להורגו, גייט אן אפגעזען אז מ'האט נישט די מינדעסטע שאנס איבערצולעבן? אדער בלויז אויסשליסליך אין א פאל ווען מ'קען זיך ראטעווען?[/justify]
נשלח: מיטוואך אפריל 21, 2021 10:27 am
דורך אישתישבי
דא קען מען זעהן וועגן מארק עדעלמאן, איינער פין די מנהיגים אין דער אויפשטאנד, וואס האט איבערגעלעבט, און פארבליבן לעבן אין פוילין ביז זיי טויט אין 2009.
נשלח: מיטוואך אפריל 21, 2021 11:17 am
דורך גיב א שמייכעל
איינער פון די קדושים וואס זענען נעבעך דעמאלטס אומגעקימען הי"ד, איז הרה"ג רבי מנחם זעמבא הי"ד וואס האט (לויט שריפטן פון די אויפשטענדלער) געשטיצט דעם אויפשטאנד און זיי אפי' געגעבן געלט, ער איז אנגעבליך געהארגעט געווארן ווען ער האט געוואלט אריבערלויפן א גאס פון איין בונקער צום צווייטע, און זיינס א שוועסטער וואס איז געלאפען פארדעם האט סיגנאלאזירט אז ער זאל 'נישט' קומען, און ער האט פארשטאנען אז ער זאל 'יא' קומען, איז ער אריבערגעלאפען און ער איז ליידער אראפגעשאסען געווארן.
קאך_לעפל האט געשריבן:[justify]צו קומען היינט ווען מיר זיצן דא אין די פאראייניגטע שטאטן אויפן שמאלץ טעפל, און ריכטן צי די אויפשטאנד איז יא געווען אויסגעהאלטן צי נישט איז א זינלאזע. ווארום מיר קענען זיך נישט אריינלייגן אין די שרעקליכע פארצווייפלטע אומשטענדן אין וועלכע די אידן אונטער די נאצישע מאכט האבן זיך געפונען. אבער לאמיר עטוואס אריינקלערן. דער דין פון הבא להורגך השכם להורגו, גייט אן אפגעזען אז מ'האט נישט די מינדעסטע שאנס איבערצולעבן? אדער בלויז אויסשליסליך אין א פאל ווען מ'קען זיך ראטעווען?[/justify]
לויט ווי כ'האב געליינט און געזען, איז זייער פלאן געווען אז ווי מער מענטשען זאלן דאן קענען אנטלויפן און זיך ראטעווען, די גאנצע אויפשטאנד איז געקימען נאך וואס זיי האבן באקומען אינפארמאציע אז די געטא גייט ווערן ליקוואדירט, האבן זיי געמאכט דעם חשבון פן הכל רווח...
נשלח: מיטוואך אפריל 21, 2021 12:51 pm
דורך אלע צוזאמען
גיב א שמייכעל האט געשריבן:איינער פון די קדושים וואס זענען נעבעך דעמאלטס אומגעקימען הי"ד, איז הרה"ג רבי מנחם זעמבא הי"ד וואס האט (לויט שריפטן פון די אויפשטענדלער) געשטיצט דעם אויפשטאנד און זיי אפי' געגעבן געלט, ער איז אנגעבליך געהארגעט געווארן ווען ער האט געוואלט אריבערלויפן א גאס פון איין בונקער צום צווייטע, און זיינס א שוועסטער וואס איז געלאפען פארדעם האט סיגנאלאזירט אז ער זאל 'נישט' קומען, און ער האט פארשטאנען אז ער זאל 'יא' קומען, איז ער אריבערגעלאפען און ער איז ליידער אראפגעשאסען געווארן.
קאך_לעפל האט געשריבן:[justify]צו קומען היינט ווען מיר זיצן דא אין די פאראייניגטע שטאטן אויפן שמאלץ טעפל, און ריכטן צי די אויפשטאנד איז יא געווען אויסגעהאלטן צי נישט איז א זינלאזע. ווארום מיר קענען זיך נישט אריינלייגן אין די שרעקליכע פארצווייפלטע אומשטענדן אין וועלכע די אידן אונטער די נאצישע מאכט האבן זיך געפונען. אבער לאמיר עטוואס אריינקלערן. דער דין פון הבא להורגך השכם להורגו, גייט אן אפגעזען אז מ'האט נישט די מינדעסטע שאנס איבערצולעבן? אדער בלויז אויסשליסליך אין א פאל ווען מ'קען זיך ראטעווען?[/justify]
לויט ווי כ'האב געליינט און געזען, איז זייער פלאן געווען אז ווי מער מענטשען זאלן דאן קענען אנטלויפן און זיך ראטעווען, די גאנצע אויפשטאנד איז געקימען נאך וואס זיי האבן באקומען אינפארמאציע אז די געטא גייט ווערן ליקוואדירט, האבן זיי געמאכט דעם חשבון פן הכל רווח...
הרה''ק ר' מנחם זעמבא הי''ד איז נישט געווען די איינציגסטע תורה אטאריטעט וואס האט געשטיצט די אויפשטאנד, ס'געווען נאך עטליכע, און די סיבה דערצו איז זייער פשוט, יעדער האט שוין געוויסט אז פון דארט גייט מען קיין 'אוישוויץ' וואס איז די לעצטע סטאנציע, דעריבער איז חיי שעה אויך געלעבט.
די נומער פון 300 נאציס איז וואס די נאציס אליינס האבן ארויסגעלייגט, אבער אנדערע מקורות געבן אן א סאך העכערע ציפער.
נשלח: מיטוואך אפריל 21, 2021 1:59 pm
דורך תרמב
לכאורה ווען ס'זאל ווען פארקומען א ווידערשטאנד אין יעדע אידישע שטאט וואלטן אומגעקומען סאך ווייניגער ווי 6 מיליאן אידן,די נאצי'ס האבן גענוצט זייער ווייניג מענטשן קראפט צו איינזאמלען די אידן, זיי האבן גוט פארנערט דעם עולם מיטן הילף פון אידישע עסקנים ליידער און זיי זענען געגאנגען נעבעך ווי שעפעלעך צום שחיטה, ס'קען זיין אז די ווארשאווא אויפשטענדלער האבן טאקע נישט באוויזן צו ראטעווען די אידן פון ווארשא אבער זיי האבן באוויזן אראפצוהאלטן די נאציס און פארשטייטערן זייערע רציחות אין אנדערע פלעצער.
נשלח: מיטוואך אפריל 21, 2021 2:15 pm
דורך רביה''ק זי''ע
תרמב האט געשריבן:לכאורה ווען ס'זאל ווען פארקומען א ווידערשטאנד אין יעדע אידישע שטאט וואלטן אומגעקומען סאך ווייניגער ווי 6 מיליאן אידן,די נאצי'ס האבן גענוצט זייער ווייניג מענטשן קראפט צו איינזאמלען די אידן, זיי האבן גוט פארנערט דעם עולם מיטן הילף פון אידישע עסקנים ליידער און זיי זענען געגאנגען נעבעך ווי שעפעלעך צום שחיטה, ס'קען זיין אז די ווארשאווא אויפשטענדלער האבן טאקע נישט באוויזן צו ראטעווען די אידן פון ווארשא אבער זיי האבן באוויזן אראפצוהאלטן די נאציס און פארשטייטערן זייערע רציחות אין אנדערע פלעצער.
איבער׳ן זיך איינהאנדלען געווער
viewtopic.php?p=421699#p421699איבער די אידישע עסקנים
viewtopic.php?p=437996#p437996
נשלח: מיטוואך אפריל 21, 2021 2:25 pm
דורך תרמב
ס'איז דא ספר פון מונקאטשע רב, הה"צ ר' ברוכ'ל ז"ל, מיטן נאמען בינת נבונים, ווי ער שרייבט אין די הקדמה דאכצעך מיר אז ווען מ'נעמט ווען געווער אין די הענט אריין, אפילו די עולם וואלט נישט געוויסט וויאזוי צו שיסן וואלט די גאנצע בילד אויסגעקוקט אנדערש, די רשעים האבן געשיקט צעהן נאציס צאמצונעמען א שטעטל מיט טויזענט אידן, ווען זיי זאלן ווען דארפן א נאצי פאר יעדע הויז וואלטן זיי נישט געקענט אויספירן זייערע רציחות אזוי שנעל.
נשלח: מיטוואך אפריל 21, 2021 2:48 pm
דורך אלע צוזאמען
אגב, די אויפשטאנד וואלט געווען סאך מער סוקסעספול ווען די פולישע אונטערגרונד האלט אן זייער צוזאג פון אריינשמוגלען געווער, נאר וויבאלד עשיו שונא ליעקב, אפילו מ'האט א געמיינזאמע פיינט, און די פולישע אנטיסעמיטן האבן נישט מיטגעאַרבעט מיטן פלאן, האט זיך עס ליידער אויסגעלאזט וויאזוי ס'האט זיך אויסגעלאזט.
נשלח: מיטוואך אפריל 21, 2021 3:04 pm
דורך תרמב
דרך אגב מונקאטשע רב הנ"ל האט געהאט א ברודער מיטן נאמען יצחק יעקב רבינוביץ הי"ד וואס האט געקעמפט און איז אומגעקומען אין די ווארשאווא אויפשטאנד, הי"ד!
נשלח: מיטוואך אפריל 21, 2021 3:17 pm
דורך גיב א שמייכעל
תרמב האט געשריבן:ס'איז דא ספר פון מונקאטשע רב, הה"צ ר' ברוכ'ל ז"ל, מיטן נאמען בינת נבונים, ווי ער שרייבט אין די הקדמה דאכצעך מיר אז ווען מ'נעמט ווען געווער אין די הענט אריין, אפילו די עולם וואלט נישט געוויסט וויאזוי צו שיסן וואלט די גאנצע בילד אויסגעקוקט אנדערש, די רשעים האבן געשיקט צעהן נאציס צאמצונעמען א שטעטל מיט טויזענט אידן, ווען זיי זאלן ווען דארפן א נאצי פאר יעדע הויז וואלטן זיי נישט געקענט אויספירן זייערע רציחות אזוי שנעל.
אינעם טויט פארבריק/לאגער סאביבאר איז ווי באקאנט געווען א אויפשטאנד און הינדרעטער אידען האבן זיך ארויסגעריסען פינעם לאגער, זייער אסאך -מער ווי רוב דאכצעך- זענען טאקע דערהארגעט געווארן אויפן וועג, הן פין די איינגעזייטע מינעס און הן פון די קוילען פון די נאכלויפענדע נאציס ימ"ש, און אויכעט זענען משך פון די קומענדיגע טעג זייער אסאך געכאפט געווארן אין וואלד.
אבער ווען נישט דאס וואלט לכאורה נישט געבליבן פון די גאנצע לאגער קיין זכר! און מעגליך אינז וואלט מיר אפילו נישט געוויסט פון די גאנצע לאגער צו זאגען! און א דאנק די אויפשטאנד איז ביז נישט צו לאנג צוריק געווען איבערלעבער.
נשלח: מיטוואך אפריל 21, 2021 4:17 pm
דורך תרמב
העיקר שכחת, האסט פארגעסן צוצוענדיגן אז די לאגער האט זיך צוגעמאכט נאכדעם.
נשלח: מיטוואך אפריל 21, 2021 7:41 pm
דורך אלע צוזאמען
'ווארשע' און 'סאביבאר' זענען נישט געווען די איינציגסטע לאגערן צו מאכן אן אויפשטאנד, ס'איז אבער יא געווען די צוויי גרעסטע, אין די טרויעריג בארימסטע טויט לאגער 'אוישוויץ' איז אויך געווען א שטיקל ווידערשטאנד,עס איז נישט געווען זיך ארויסצורייסן נאר צו חורב מאכן די גאז קאמערן און די אויווענעס, ס'איז געווארן אויסגעפירט דורך די זאנדער קאמאנדאס.
נשלח: מיטוואך אפריל 21, 2021 11:43 pm
דורך אישתישבי
אלע צוזאמען האט געשריבן:'ווארשע' און 'סאביבאר' זענען נישט געווען די איינציגסטע לאגערן צו מאכן אן אויפשטאנד, ס'איז אבער יא געווען די צוויי גרעסטע, אין די טרויעריג בארימסטע טויט לאגער 'אוישוויץ' איז אויך געווען א שטיקל ווידערשטאנד,עס איז נישט געווען זיך ארויסצורייסן נאר צו חורב מאכן די גאז קאמערן און די אויווענעס, ס'איז געווארן אויסגעפירט דורך די זאנדער קאמאנדאס.
יאפ. דאס איז גאר אינטערעסאנט, ווען די זאנדערס האבן געכאפט אז די דייטשען טוישן די זונדערס נאך אפאר וואכן (?), ווען עס איז געקומען לפי חשבון דער צייט וואס מען גייט זיי הרג'נען און מאכן נייע זונדערס האבן זיי געמאכט א מרידה און געכאפט דייטשען און אריין געווארפן אין אויוון
נשלח: דאנערשטאג אפריל 22, 2021 7:51 am
דורך ליב צו וויסן
אישתישבי האט געשריבן:אלע צוזאמען האט געשריבן:'ווארשע' און 'סאביבאר' זענען נישט געווען די איינציגסטע לאגערן צו מאכן אן אויפשטאנד, ס'איז אבער יא געווען די צוויי גרעסטע, אין די טרויעריג בארימסטע טויט לאגער 'אוישוויץ' איז אויך געווען א שטיקל ווידערשטאנד,עס איז נישט געווען זיך ארויסצורייסן נאר צו חורב מאכן די גאז קאמערן און די אויווענעס, ס'איז געווארן אויסגעפירט דורך די זאנדער קאמאנדאס.
יאפ. דאס איז גאר אינטערעסאנט, ווען די זאנדערס האבן געכאפט אז די דייטשען טוישן די זונדערס נאך אפאר וואכן (?), ווען עס איז געקומען לפי חשבון דער צייט וואס מען גייט זיי הרג'נען און מאכן נייע זונדערס האבן זיי געמאכט א מרידה און געכאפט דייטשען און אריין געווארפן אין אויוון
??
נשלח: דאנערשטאג אפריל 22, 2021 8:06 am
דורך אישתישבי
ליב צו וויסן האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:אלע צוזאמען האט געשריבן:'ווארשע' און 'סאביבאר' זענען נישט געווען די איינציגסטע לאגערן צו מאכן אן אויפשטאנד, ס'איז אבער יא געווען די צוויי גרעסטע, אין די טרויעריג בארימסטע טויט לאגער 'אוישוויץ' איז אויך געווען א שטיקל ווידערשטאנד,עס איז נישט געווען זיך ארויסצורייסן נאר צו חורב מאכן די גאז קאמערן און די אויווענעס, ס'איז געווארן אויסגעפירט דורך די זאנדער קאמאנדאס.
יאפ. דאס איז גאר אינטערעסאנט, ווען די זאנדערס האבן געכאפט אז די דייטשען טוישן די זונדערס נאך אפאר וואכן (?), ווען עס איז געקומען לפי חשבון דער צייט וואס מען גייט זיי הרג'נען און מאכן נייע זונדערס האבן זיי געמאכט א מרידה און געכאפט דייטשען און אריין געווארפן אין אויוון
??
איך זעה עס איז געוועהן צוויי, מען רעדט לכאורה פין דער קליינער שוואכערע געלונגענער אקציע.
https://en.m.wikipedia.org/wiki/Sonderkommando
מ'זאל אויספאלגן די אנווייזונגען פון די עסקנים!
נשלח: פרייטאג אפריל 23, 2021 10:08 am
דורך קאך_לעפל
[justify]אין די דאזיגע אנווייזונגען ליגט באגראבן א גרויסער טייל פונעם חורבן.
די נאציס, האבן ליידער גאר גוט ארויסגעהאט דאס אידישער מענטאליטעט. וואו אימער זיי האבן אריינמארשירט, האבן זיי דאס ערשטע זאך אָרגאַניזירט א יודנראט, אדער אן אידישער פאליציי אמט, וואס זיי זאלן דינען אלס די עסקנים! זיי האבן געוויסט אז די אידישע באפעלקערונג טראכט נישט צופיל פאר זיך, נאר מ'פארלאזט זיך פולקאם אויף די געטרייע עסקנים, וואס מיינען חלילה קיינמאל נישט זיך, זיי מיינען אויסשליסליך בלויז דאס טובה פונעם כלל.
די דאזיגע עסקנים האבן געהאט בלויז איין אופגאבע. זיי האבן גענומען די באפעלן פון די געסטאפא, און זיכער געמאכט אז די אידן פאלגן עס אויס! ווען די עסקנים, די קנאקערס, די לעלוס, וכל שום וחניכא דאית להון, האבן געהייסן אויפשטייגן אויף די בהמה וואגאנען, האבן די אידן אן קיין פיפס ערליך אויסגעפאלגט די אנווייזונגען פון די געטרייע עסקנים. זיי האבן גענצליך געגלויבט די פארפירישע פראפאגאנדע וואס די נאציס האבן בייזוויליג פארשפרייט דורך די געטרייע עסקנים. אז מ'גייט מיט די פאמיליע אינאיינעם צו א צייטווייליגער גן עדן, וואו מ'גייט בלויז לייכט ארבייטן. און ווען דער קריג וועט פארביי גיין, וועט מען זיך צוקערן אהיים אין פרידן. אין רעזולטאט זענען מיליאנען אידן געגאנגן צו די שחיטה ווי די קעלבער.
די אויפשטענדלער האבן גענוי געוויסט וואו די וואגאנען פירן. זיי האבן געהאט פונקטליכע אינפארמאציע וואס עס שפילט זיך ווירקליך אפ אין טרעבלינקע. זיי האבן האבן דאס דערהאלטן פון אידן וועלכע האבן סוקסעספול באוויזן צו אנטלויפן פון יענעם פינסטערער גיהנום. זיי האבן פארשפרייט ליפלעטן אינעם געטא, וועלכע האבן געווארנט מענטשן זיך נישט צו לאזן פירן פרייוויליג צו די אומשלאג פלעצער. אבער מ'האט זיך נישט צוגעהערט צו זיי, מ'האט ליבערשט געגלויבט די פראפעגאנדע פון די נאציס דורך די עסקנים. אידן האבן נישט געוואלט גלויבן די גרויזאמע שמיעות וואס זענען געקומען פון טרעבלינקע. עס איז ממש אומגלויבליך ווי אזוי דאס שטארק גלויביג אידיש פאלק, האט מיטאמאל אויפגעהערט גלויבן.
עס איז נישט קיין צווייפל אז אינעם נעקסטן האלאקאסט, גייען די געטרייע הצלה און שומרים לייט זיין די דאזיגע וועלכע וועלן אונז ארויפטרייבן אויף די וואגאנען!
זייט נישט פון די אויבער חכמים!
פאלגט אויס די אנווייזונגען פון די געטרייע עסקנים!
מיר מיינען בלויז אייער טובה!
די באערדע האבן פארשפראכן אז ס'וועט קיינעם גארנישט פאסירן!
אוי, הלואי זאלן מיר דאן האבן דאס ריכטיגע שכל... אדער צו אנטלויפן ווי דער נביא האט געזאגט: חבי כמעט רגע עד יעבור זעם...
און אז ס'וועט נישט זיין קיין מעגליכקייטן צו אנטלויפן, זאל יעדער כאטש זיך באוואפענען און שטעלן א העפטיגען ווידערשטאנד.
אבער אויף קיין פאל נישט גלייבן די געטרייע עסקנים, און זיך לאזן פירן ווי די קעלבער צו די שחיטה.
איינמאל נאר איז געווען גענוג, אבער קיינמאל מער![/justify]
נשלח: פרייטאג אפריל 23, 2021 11:54 am
דורך תרמב
זאגסט א שטארקע טענה וועגן די עסקנים,
אין די מבוא פונעם ספר בינת נבונים להה"צ ממונקאטש שרייבט דארט איינער פון בני משפחתו אז ער האט געפרעגט דעם רב פארוואס האט ער נישט געוואלט זיין קיין רבי נאכן קריג, האט ער געענטפערט אז פארן קריג איז ער געשטאנען און געווארנט און געוויינט צום עולם אז מ'זאל אנטלויפן און קיינער האט אים נישט אויסגעהערט, מ'האט געלאכט פון אים, ער האט פרובירט צו טון וואס ער האט געקענט, ער האט פארציילט אז ער איז אמאל ארויף צו א גרויסע עושר און ער האט פרובירט צו שאפן געלט פאר זיינע פעולת הצלה און ער האט אראפגעלייגט פאר דעם עושר די מצב וואס גייט פאר אין פוילין ווי מ'שלאגט און מ'רצחעט, האט די גביר ארויסגענומען זיין טשעק בוק און געזאגט מונקאטשע רב איך שעץ אייך זייער שטארק, איר קענט אויסשרייבן א טשעק מיט וועלכע סכום איר ווילט, אבער איך גלייב אייך נישט קיין איין ווארט! וועגן דעם האט ער נישט געוואלט זיין קיין רבי ווייל אז מ'הערט מיך סייווי נישט אויס מיט וואס בין איך רבי, (ס'איז לכאורה נישט געווען די איינציגסטע סיבה, אבער דאס שרייבט ער דארט, ואכמ"ל) די באבאווע פארציילן אויך אז ר' שלמה'לע האט אויך פארציילט פאר מענטשן וואס גייט פאר אין פוילין אין קיינער האט אים נישט געגלייבט.
נשלח: פרייטאג אפריל 23, 2021 1:27 pm
דורך אלע צוזאמען
גערעכט, ווער האט איבערגעלעבט די מלחמה, די וואס האבן נישט געפאלגט, די וואס האבן זיך אנגעפיפען אויף די מאכער'ס און דעה זאגער'ס, די וואס זענען אנטלאפן ווען מ'האט געהייסן שטיין בלייבן, די וואס האבן געקעמפט ווען מ'האט געהייסן זיך צושטעלן, די וואס זענען געגאנגען וואוינען אין די וועלדער, ענדערש צו זיין אנגעוויזן אויף די רחמנות פון די פיר פיסיגע חיות,ווי צו גיין אין די באראקן אונטער די צוויי פיסיגע חיות.
נשלח: פרייטאג אפריל 23, 2021 7:23 pm
דורך berlbalaguleh
קאך לעפל: דו מאכסט א שטיקל טעות. די אידישע קעמפער מיט מרדכי אנילעוויטש אין שפיץ האבן נאר באשלאסן צו שטעללן א העפטיגן ווידערשטאנד נאכדעם וואס די פארשאלטענע נאציס, ימ"ש האבן געבראכן א יעדן צוזאג און אפמאך מיט די פיהרערס פונ'ם געטא אז זיי וועללן מער נישט דעפארטירן די אידן קיין אוישוויץ און טרעבלינקע...!
די צווייטע באמערקונג: מרדכי אנילעוויטש האט אריינגעברענגט חיזוק אין די אידישע קעמפער. ער האט פארפאסט דעם ליד?..."זאג נישט קיינמאל אז דו גייסט דעם לעצטן וועג"...! איך האב עס געהערט פון זיין אלמנה. זי האט עס איבערגעזאגט ביי אן אזכרה נאך די קעמפערס, הי"ד...! זי האט אויך געצינדן לעכט. און איינער האט געזאגט קדיש...!
נשלח: מוצ"ש אפריל 24, 2021 10:21 pm
דורך berlbalaguleh
קאך לעפל: דיין אנאליז פונ'ם מצב אין ווארשאווער געטא איז צום פינטל. נאר איין קליינע באמערקונג ווילל איך דא מאכן...נישט אין אלע פלעצער און אלע צייטן זענען די יודנראט מעמבערס געווען קארופטירט און האבן במזיד פארראטן די אידישע באפעלקערונג.
אין ווארשאווער געטא איז דער הויפט פונ'ם יודנראט געווען אן ארנטליכער (הגם נישט רעליגיעזער) מענטש וועלכער האט באמת געמיינט די טובה פון די אידישע איינוואוינערס. ער האט געהייסן אדאם טשערניאק. און די נאצי פיהרערס זענען געקומען צו איהם אין אפיס פון יודנראט מיט ווייסע הענטשוך און א שמייכלנדיגן פנים. (נישט אזוי ווי די נידעריג ראנגיגע נאציס וועלכע זענען ארומגעלאפן מיט זייערע 2 פיסיגע הינט מיט ..."שטורם אונד דראנג"... און האבן אנגעווארפן א פחד אויף די אידן). און זיי האבן געזאגט אז אויב מ'וועט אויספאלגן זייערע פארלאנגען וועט פאר די אידן קיין שום שלעכטס נישט געשען.
אויך ווען זיי האבן אנגעהויבן די דעפארטאציעס פון די אידן האבן זיי אויסגעקליבן געוויסע טיילן פון די באפעלקערונג. צוערשט האבן זיי גענומען די מענטשן וועלכע האבן נישט געהאט קיין ארבעטס שריפטן. אבער די מענטשן וועלכע האבן געהאט די דאקומענטן אז זיי ארבעטן האבן זיי נישט געטשעפעט. און כדי צו פארזיכערן אז זייער באפעל ווערט אויסגעפאלגט האבן זיי (שמייכלענדיג) צוגעזאגט פאר דעם יודנראט, מיט זייער ..."ערן ווארט"... אז מער וועללן קיין דעפארטאציעס נישט פארקומען. אבער זעלבסטפארשטענדליך אז זיי האבן געבראכן זייער צוזאג. זיי האבן עטליכע טעג שפעטער אנגעהויבן צו דעפארטירן אנדערע טיילן פון די באפעלקערונג. אויך מיט די אנדערע באפעלן און גזירות האבן זיי געטון די זעלבע. מיט די הילף פון די ..."אידישע פאליציי".... אידישע יונגעלייט וועלכע האבן (נעבעך) געמיינט אז אויב זיי וועללן זיך אנשליסן מיט צוהעלפן (מיט געוואלד) אדורכפיהרן די גזירות פון די נאציס וועללן זיי געראטעוועט ווערן. ס'האט זיי אבער ליידער גארנישט געהאלפן. ווען ס'איז געקומען זייער רייע האט מען זיי און זייערע משפחות פונקט אזוי דעפארטירט ווי די אנדערע אידן...!
ווען אדאם טשערניאק האט געזעהן אז ער קען גארנישט אדורכפיהרן צו העלפן זיינע אידישע ברידערס איז ער אריינגעפאללן אין יאוש. און ער איז ליידער באגאנגען זעלבסטמארד...!
א קליינע אבער וויכטיגע באמערקונג: דו און אנדערע אידיש שרייבערס מאכן דעם טעות. ווען זיי שרייבן דאס ווארט ..."בא-ערדע"...פאר רעגירונגס אויטאריטעט. דאס איז אבער נישט ריכטיג. דאס ריכטיגע ווארט איז ..."בא-הערדע"... ווייל באערדע מיינט באערדיגן/באגראבן...!
נשלח: זונטאג אפריל 25, 2021 4:11 am
דורך אלע צוזאמען
berlbalaguleh האט געשריבן:
די צווייטע באמערקונג: מרדכי אנילעוויטש האט אריינגעברענגט חיזוק אין די אידישע קעמפער. ער האט פארפאסט דעם ליד?..."זאג נישט קיינמאל אז דו גייסט דעם לעצטן וועג"...! איך האב עס געהערט פון זיין אלמנה. זי האט עס איבערגעזאגט ביי אן אזכרה נאך די קעמפערס, הי"ד...! זי האט אויך געצינדן לעכט. און איינער האט געזאגט קדיש...!
וועמענס אלמנה? מרדכי אנילעוויטש?! ער האט איבערגעלאזט א ווייב? און ווי קען מען הערן דעם ליד? אויב קענסט עס ביטע ארויפלייגן וואלט איך זייער דאנקבאר געווען.
נשלח: זונטאג אפריל 25, 2021 9:01 am
דורך קאך_לעפל
דאס צומישעניש איז שרעקליך!
מרדכי אונילאווישט האט קיינמאל נישט געהאט קיין ווייב. ער האט געהאט א מיידל פריינדע מיטן נאמען מיריש, זי האט אויך אקטיוו אנטייל גענומען אין די קאמפן אינעם געטא!
די ווארשעווער געטא אויפשטאנד, האט גארנישט געהאט צו טאן מיט די אידישע פארטיזאנער, וועלכע זענען געווען אקטיוו מערסטייל אין די טיפע וועלדער אין באלערוס!
די ווערטער פונעם פארטיזאנער הימען איז ווי פאלגענד:
זאג נישט קיינמאל אז דו גייסט דעם לעצטען וועג.
ווען די הימל וואלקענעס פארשטעלן די בלויע טעג.
קומען וועט נאך אונזער אויסגעבענקטע שעה.
אונזרערע טריט וועלן פויקן, מיר זענען דא.
דאס ליד איז געשריבן מיט בלוט און נישט מיט א בליי.
ס'איז נישט קיין לידל פון א פויגל אויף די פריי.
דאס האט פאלק צווישן פאלענדע ווענט.
דאס ליד געזונגען מיט נאַגאַנעס אין די הענט.
דאס ליד איז פארפאסט געווארן דורך א חשובער ליטיווישער יונגעמאן פון ווילנא מיטן נאמען אברהם סוצקעווער.
סוצקעווער איז געווען אן אקטיווער מידגלידער פון די פאַראייניקטע פאַרטיזאַנער אָרגאַניזאַציע וואס איז געשטאנען אונטער די קאמאנדא פון אבא קאוונער.
די אידישע פארטיזאנער האבן קיינמאל נישט געפירט קיין דירעקטע באוואפענטע שלאכטן מיט די נאציס, זיי האבן זיך בלויז אפגעגעבן מיט סאבאטאזש! זיי זענען אין אלגעמיין נישט געווען קיין מיליטאנטן ווי די אויפשטענדלער אינעם ווארשעווער געטא! זיי זענען אפילו געווען אויסגעשפראכענע אנטי ציונים. זיי זענען געווען פרייע לינקע סאציאליסטן! וואס האבן זיך אנגעהערט צו די בונד און די שומר הצעיר!
נשלח: זונטאג אפריל 25, 2021 12:24 pm
דורך berlbalaguleh
קאך לעפל: ייש"כ. איך בין נישט געווען ביי זיין חופה. סאו ווייס איך נישט צו ער האט יא חתונה געהאט מיט איהר כדת משה וישראל אדער נישט. נאר אזוי האט מען עס פארקויפט ביי די אזכרה. זי האט אויך אנגעטון א טיכל און געצינדן לעכט ווי אן ערליכע אידישע פרוי...!