בלאט 1 פון 1
הצלה: ס'איז געוועהן א צווייטע כוואליע מיט שרעקליכע סצענעס
נשלח: דאנערשטאג אפריל 22, 2021 8:43 am
דורך [NAMELESS]
כ'זעה אז הצלה אדווערטייזט יעצט אז ס'איז געוועהן א צווייטע כוואליע מיט "אסאך שרעקליכע סצענעס".
איין מינוט, ס'איז יא געוועהן א צווייטע כוואליע? ווי איז הצלה געוועהן צו זאגן אז מ'זאל זיך היטן? ווי זענען די הצלה מעמבער'ס געוועהן צו ווייזן א סעמפל אז מ'דארף זיך היטן??
נשלח: דאנערשטאג אפריל 22, 2021 12:26 pm
דורך תרמב
הצלה איז דיר עפעס שולדיג? זיי זענען נישט קיין באצאלטע מענטשן, פריי דיך אז זיי קומען ווען מ'רופט זיי, און אויף א אויפוואכונג וועגן די צווייטע כוואליע מוז מען זיך פארלאזן אויף דיבלאזיא און זיינע חברים וואס זיי זענען עלעקטעד און באצאלטע אפישעלס.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 22, 2021 2:37 pm
דורך צפור בודד
תרמב האט געשריבן:הצלה איז דיר עפעס שולדיג? זיי זענען נישט קיין באצאלטע מענטשן, פריי דיך אז זיי קומען ווען מ'רופט זיי, און אויף א אויפוואכונג וועגן די צווייטע כוואליע מוז מען זיך פארלאזן אויף דיבלאזיא און זיינע חברים וואס זיי זענען עלעקטעד און באצאלטע אפישעלס.
אנטשולדיגט אבער הצלה איז אונז שטארק שולדיג. ערשטנס לעבן זיי פון כספי ציבור און דער אינפארמאציע וואס זיי פארמאגן איז א נכס ציבור. ווייטער אז זיי האבן דער אינפארמציע איז א פליכט אויף זיי דאס צו ניצן צו אינפארמירן דעם ציבור און זיי באווארענען שלא תמותו כשם שמתו הראשונים. חוץ מזה, די וואס מ'רופט און זיי קומען מאכן נישט די באשליסונגען. און אפילו אז יא, זענען אונז נישט א בית קיבול פאר זייער חסד. אז דו ווילסט דיך נישט באנעמען כדרך העולם אין מעדיצינישע ענינים, גיי שרייב דיך איין ביי חברים אדער שומרים אדער חסדי נעמי. אז דו ווילסט זיין א פירסט רעספאנדער קומט מיט דעם אן אחריות.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 22, 2021 2:41 pm
דורך מפיל קינד
חתם סופר האט געשריבן:כ'זעה אז הצלה אדווערטייזט יעצט אז ס'איז געוועהן א צווייטע כוואליע מיט "אסאך שרעקליכע סצענעס".
איין מינוט, ס'איז יא געוועהן א צווייטע כוואליע? ווי איז הצלה געוועהן צו זאגן אז מ'זאל זיך היטן? ווי זענען די הצלה מעמבער'ס געוועהן צו ווייזן א סעמפל אז מ'דארף זיך היטן??
הצלה ווארנט אז ס'איז דא א שווערע צווייטע כוואליע!
נשלח: דאנערשטאג אפריל 22, 2021 2:51 pm
דורך צפור בודד
זיי זענען א צדקה וואס זאמלען פון כספי ציבור, זיי באקומען אויך שטייערן בענפיטן פון זיין א נישט-פאר-ריוח.
איך קען דיר נישט זאגן וואס אנדערע האבן געטון און א קאמפעני וואס פארדינט איז אנדערש פון א צדקה פון קהל וואס איז דער הויפט צושטעלער פון עמערזענסי הילף. די טענה, אז ס'געפעלט דיר נישט, געב נישט\ניץ נישט, האט נישט קיין זינען ווען ס'איז נישטא א צווייטער און ווען זיי זענען דער איינציגסטער וואס האבן דער אינפארמאציע. איך וויל נישט פארפירן צו עזרת נשים, נאר דארט האט הצלה נישט אנגענומען אז די פרוי וואס ס'געפעלט נישט זאל נישט ניצן. און אז זיי האלטן אפ אנדערע איז עאכו"כ אז זיי האבן אן אחריות.
(געשריבן אלץ ענטפער צו [tag]מפיל קינד[/tag] וואס ער האט רעדאגירט)
נשלח: דאנערשטאג אפריל 22, 2021 3:19 pm
דורך [NAMELESS]
מפיל קינד האט געשריבן:חתם סופר האט געשריבן:כ'זעה אז הצלה אדווערטייזט יעצט אז ס'איז געוועהן א צווייטע כוואליע מיט "אסאך שרעקליכע סצענעס".
איין מינוט, ס'איז יא געוועהן א צווייטע כוואליע? ווי איז הצלה געוועהן צו זאגן אז מ'זאל זיך היטן? ווי זענען די הצלה מעמבער'ס געוועהן צו ווייזן א סעמפל אז מ'דארף זיך היטן??
הצלה ווארנט אז ס'איז דא א שווערע צווייטע כוואליע!
שיינע צעטלעך איז שטותים. קיין איין הצלה פירער אדער מעמבער איז נישט געגאנגען מיט א מאסק אדער האט געטוהן סיי וואס פון די צעטעל. זיי האבן אליין חתונה געמאכט פונקט ווי יעדעם, געגאנגען צו ריזיגע רבי'שע מסיבות, און נישט געזאגט קיין איין ווארט אין אידיש וועגן די "שרעקליכע סצענעס" אויף קול מבשר אדער אין די אויסגאבעס.
דאס אז אלע הצלה מעמבער'ס זענען אנגעגאנגען מיט אלעס כאילו לא היה איז גראדע געוועהן א סיבה אז אסאך מענטשען האבן זיך אויסגעלאכט ווייל "אפילו פלוני הצלה מעמבער טוהט גארנישט"
נ.ב. אינטערסאנט אז ווען עס קומט צו ווארענען וועגן לעבן איז נישט דא קיין נאמען אונטערגעשריבן אבער ווען מ'וויל געלט איז דא נעמען פון מענטשען
נשלח: דאנערשטאג אפריל 22, 2021 4:07 pm
דורך קורקלענד
מאסקעס זענען גרעסערע שטותים ווי שיינע צעטלעך.
'אלע' הצלה מעמבער'ס וואס זענען געגאנגען אויף קאלס 'מיט מאסקעס' האבן באקומען קאוויד. און אלע זענען געווען אימיון ביי די צווייטע כאוואליע. ציוואס פונקטליך דארפן מענטשן וואס זענען נישט אויסגעשטעלט דערצו טראגן מאסקעס?
ווען דו גרויסע חכם ביסט געווען איינגעשפארט און געציטערט פאר קאוויד איז יענע הצלה מעמבער יא געגאנגען ריזיקירן זיין לעבן ווען קיינער האט נאכנישט געוויסט וואס דאס איז און ווי שעדליך ס'קען זיין.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 22, 2021 6:43 pm
דורך מפיל קינד
חתם סופר, א צעטל פון הצלה איז אויך לפנים משורת הדין, קיין איין אנדערע אנבולאנס קאמפעני האט ניטאמאל געלייגט א צעטל. בפרט זיי וואס זענען א וואלונטיר ארגאניזאציע, קומט זיי בלויז קרעדיט פאר יעדע זאך וואס זיי טוען.
ווילסט נישט זייער סערוויס? נוץ עזרת נשים, ווילסט נישט געבן געלט? קיינער צווינגט דיך אויך נישט.
האסט געעפנט אן אשכול פארוואס זיי האבן נישט געווארנט? זיי האבן יא! דורכפאל. פינטל. יעצט זאג אז האסט פארגעסן פון דעם צעטל. (מסתמא האסטו דעמאלטס געעפנט א אשכול אז הצלה ווארנט...)
די קשיא איז אויף דיך. אלס פאפולערע שרייבער אויף ק"ש, פארוואס האסטו נישט געלייגט קיין בילד פון דיר מיט א מאסק??
נשלח: דאנערשטאג אפריל 22, 2021 6:49 pm
דורך רביה''ק זי''ע
מפיל קינד האט געשריבן:ווילסט נישט זייער סערוויס? נוץ עזרת נשים,
במידה שאדם מודד, בה מודדין לו
נשלח: דאנערשטאג אפריל 22, 2021 7:07 pm
דורך יין שרף
עזרת נשים איז מער מפיל קינדער ווי הצלה ..?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 22, 2021 8:09 pm
דורך מפיל קינד
איך בין גראדע קעגן הצלה איז זייער מערכה מיט עזרת נשים. קוק נאך מיינע תגובות וועסטו זען. זייער קאמף אויף אבסעלוט פאוער איז געווען זייער איבערגעטריבן און רשעות'דיג.
אבער אין דעם פאל זע איך פשוט נישט וואס זיי האבן געטון ראנג. איך זוך די חתם סופר אשכול מיט קרעדיט פאר הצלה אויף דעם צעטל.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 22, 2021 8:41 pm
דורך ליב צו וויסן
חתם סופר האט געשריבן:ווי זענען די הצלה מעמבער'ס געוועהן צו ווייזן א סעמפל אז מ'דארף זיך היטן??
ווייל זיי האבן נישט געהאט קיין נערוון...
וואס פארא טענה איז דאס? ווייל זיי טוהן דיר א טובה און לויפן אויף קאללס זענען זיי דיר עפעס שילדיג???
נשלח: דאנערשטאג אפריל 22, 2021 8:49 pm
דורך תרמב
ביי דע וועי, עזרת נשים האט יא געווארנט וועגן די צווייטע כוואליע?
Re: הצלה: ס'איז געוועהן א צווייטע כוואליע מיט שרעקליכע סצענע
נשלח: דאנערשטאג אפריל 22, 2021 9:46 pm
דורך אונטער חכם
צפור בודד האט געשריבן:תרמב האט געשריבן:הצלה איז דיר עפעס שולדיג? זיי זענען נישט קיין באצאלטע מענטשן, פריי דיך אז זיי קומען ווען מ'רופט זיי, און אויף א אויפוואכונג וועגן די צווייטע כוואליע מוז מען זיך פארלאזן אויף דיבלאזיא און זיינע חברים וואס זיי זענען עלעקטעד און באצאלטע אפישעלס.
אנטשולדיגט אבער הצלה איז אונז שטארק שולדיג. ערשטנס לעבן זיי פון כספי ציבור און דער אינפארמאציע וואס זיי פארמאגן איז א נכס ציבור. ווייטער אז זיי האבן דער אינפארמציע איז א פליכט אויף זיי דאס צו ניצן צו אינפארמירן דעם ציבור און זיי באווארענען שלא תמותו כשם שמתו הראשונים. חוץ מזה, די וואס מ'רופט און זיי קומען מאכן נישט די באשליסונגען. און אפילו אז יא, זענען אונז נישט א בית קיבול פאר זייער חסד. אז דו ווילסט דיך נישט באנעמען כדרך העולם אין מעדיצינישע ענינים, גיי שרייב דיך איין ביי חברים אדער שומרים אדער חסדי נעמי. אז דו ווילסט זיין א פירסט רעספאנדער קומט מיט דעם אן אחריות.
"זיי" לעבן נישט פון כספי ציבור, זיי לעבן נישט פון די אמבולאנסן און דיפיליברעיטארס, דער ציבור לעבט פון די כספי ציבור.
(חוץ אויב עס זענען דא דארט אזעלכע וואס נעמען באצאלט, איך קען מיך נישט אויס פונקטליך)
חוץ מזה, האבן זיי למעשה צוגעשטעלט פונקטליך דאס וואס רוב ציבור האט געוואלט, רוב ציבור האט נישט געוואלט זיי זאלן רודערן, גענוג האבן זיך אפי' גערעגט ווען זיי האבן גערודערט ביי די ערשטע כוואליע, ווען מענטשן זענען געפאלן אין די גאסן.
נשלח: פרייטאג אפריל 23, 2021 12:04 am
דורך צפור בודד
אונטער חכם האט געשריבן:"זיי" לעבן נישט פון כספי ציבור, זיי לעבן נישט פון די אמבולאנסן און דיפיליברעיטארס, דער ציבור לעבט פון די כספי ציבור.
(חוץ אויב עס זענען דא דארט אזעלכע וואס נעמען באצאלט, איך קען מיך נישט אויס פונקטליך)
חוץ מזה, האבן זיי למעשה צוגעשטעלט פונקטליך דאס וואס רוב ציבור האט געוואלט, רוב ציבור האט נישט געוואלט זיי זאלן רודערן, גענוג האבן זיך אפי' גערעגט ווען זיי האבן גערודערט ביי די ערשטע כוואליע, ווען מענטשן זענען געפאלן אין די גאסן.
טויש אויס "לעבן" צו "עגזיסטירן". הצלה עגזיסטירט פון ציבור'ישע געלטער און צי מ'באקומט באצאלט איז נישט נוגע. דער פאקט איז אז מ'ליגט אין זייערע הענט (א חלק ווייל זיי פארלאנגען א מאנאפאל) און מיט דעם קומט אן אחריות, בפרט אז אונז צאלן פאר דעם.
לויט דיין טראכטן, האבן נישט דאקטוירים צו זאגן איבער רויכערן און געזונט עסן און סיטבעלטס און אלע אנדערע פאבליק העלט אישוס וואס יעדער פון זיי האט "רוב ציבור" נישט געוואלט ווען מען האט מיט דעם אנגעהויבן. נאר דער מושג פון אחריות איז ביי אונז פרעמד. זיי צופרידן מיט וואס מען גיט דיר, צאל ווען מען פארלאנגט, קיש זיי פון אונטן ווייל זיי האלטן אונז ביים לעבן און חוץ מזה האלט דיין נאז אין דיין שיסל. סארי אבער נישט יעדער איז אזא פערד.
נשלח: פרייטאג אפריל 23, 2021 12:10 am
דורך אלע צוזאמען
רוב מענטשן האבן זיך נישט צוגעהערט אפילו ביים ערשטן כוואליע, טא צו וואס איבערדרייען און משוגע מאכן די עולם וואס האלט סייווי נישט ביים פאלגן?.
נשלח: פרייטאג אפריל 23, 2021 12:09 pm
דורך ליב צו וויסן
צפור בודד האט געשריבן:אונטער חכם האט געשריבן:"זיי" לעבן נישט פון כספי ציבור, זיי לעבן נישט פון די אמבולאנסן און דיפיליברעיטארס, דער ציבור לעבט פון די כספי ציבור.
(חוץ אויב עס זענען דא דארט אזעלכע וואס נעמען באצאלט, איך קען מיך נישט אויס פונקטליך)
חוץ מזה, האבן זיי למעשה צוגעשטעלט פונקטליך דאס וואס רוב ציבור האט געוואלט, רוב ציבור האט נישט געוואלט זיי זאלן רודערן, גענוג האבן זיך אפי' גערעגט ווען זיי האבן גערודערט ביי די ערשטע כוואליע, ווען מענטשן זענען געפאלן אין די גאסן.
טויש אויס "לעבן" צו "עגזיסטירן". הצלה עגזיסטירט פון ציבור'ישע געלטער און צי מ'באקומט באצאלט איז נישט נוגע. דער פאקט איז אז מ'ליגט אין זייערע הענט (א חלק ווייל זיי פארלאנגען א מאנאפאל) און מיט דעם קומט אן אחריות, בפרט אז אונז צאלן פאר דעם.
לויט דיין טראכטן, האבן נישט דאקטוירים צו זאגן איבער רויכערן און געזונט עסן און סיטבעלטס און אלע אנדערע פאבליק העלט אישוס וואס יעדער פון זיי האט "רוב ציבור" נישט געוואלט ווען מען האט מיט דעם אנגעהויבן. נאר דער מושג פון
אינדיווידועל אחריות איז ביי אונז פרעמד. זיי צופרידן מיט וואס מען גיט דיר, צאל ווען מען פארלאנגט, קיש זיי פון אונטן ווייל זיי האלטן אונז ביים לעבן און חוץ מזה האלט דיין נאז אין דיין שיסל. סארי אבער נישט יעדער איז אזא פערד.
ס'איז עפעס א מין מנהג אין די היימישע גאס אז "זיי" זענען שולדיג..
ווען הייזער זענען טייער איז עס די "דעוועלאפערס"
ווען די שפיטעלער לאזן נישט אריין מענטשן איז עס די "עסקנים"
ווען מענטשן שטארבן פון קאוויד איז עס "הצלה"
ס'פאלט נישט ביי פאר די "זיי" חברה אז קיינער איז זיי גארנישט שולדיג...
ס'איז נאר אינטערסאנט אז מיר האבן ביידע עקסטריעמס.
פון איין זייט איז טאקע דא די "זיי" מענטאליטעט, פון די אנדערע זייט אבער, איז דא די "פיאנער" מענטאליטעט (פיל מער ווי אין די אלגעמיינע גאס). הצלה, שומרים, חברים וכו וכו זענען אלס באשאפן געווארן פון מענטשן וואס האבן געהאלטן אז ס'איז פאראן א פראבלעם, און אנשטאטס ווארטן און באשולדיגן יענעם, זענען זיי אליינס אריינגעשפרינגען דערין.
ס'איז אינטערסאנט צו פארשטיין פארוואס אונזער ציבור גיט ארויס ביידע עקסטרעמען...
נשלח: פרייטאג אפריל 23, 2021 12:13 pm
דורך ליב צו וויסן
לכאורה איז טאקע הא בהא תליא..
וויבאלד מיר האבן די פיאניר מענטאליטעט (פארוואס טאקע?) וואס באשאפט מערערע סערוויסעס פארן ציבור, זענען פארהאן די וואס וואקסן אויף מיט די הנחה אז "זיי" "דארפן" עס צושטעלן.. און אז עפעס איז נישט צוגעשטעלט לטובת הציבור איז איינער שולדיג דא...
Re: הצלה: ס'איז געוועהן א צווייטע כוואליע מיט שרעקליכע סצענע
נשלח: פרייטאג אפריל 23, 2021 12:14 pm
דורך אונטער חכם
צפור בודד האט געשריבן:אונטער חכם האט געשריבן:"זיי" לעבן נישט פון כספי ציבור, זיי לעבן נישט פון די אמבולאנסן און דיפיליברעיטארס, דער ציבור לעבט פון די כספי ציבור.
(חוץ אויב עס זענען דא דארט אזעלכע וואס נעמען באצאלט, איך קען מיך נישט אויס פונקטליך)
חוץ מזה, האבן זיי למעשה צוגעשטעלט פונקטליך דאס וואס רוב ציבור האט געוואלט, רוב ציבור האט נישט געוואלט זיי זאלן רודערן, גענוג האבן זיך אפי' גערעגט ווען זיי האבן גערודערט ביי די ערשטע כוואליע, ווען מענטשן זענען געפאלן אין די גאסן.
טויש אויס "לעבן" צו "עגזיסטירן". הצלה עגזיסטירט פון ציבור'ישע געלטער און צי מ'באקומט באצאלט איז נישט נוגע. דער פאקט איז אז מ'ליגט אין זייערע הענט (א חלק ווייל זיי פארלאנגען א מאנאפאל) און מיט דעם קומט אן אחריות, בפרט אז אונז צאלן פאר דעם.
לויט דיין טראכטן, האבן נישט דאקטוירים צו זאגן איבער רויכערן און געזונט עסן און סיטבעלטס און אלע אנדערע פאבליק העלט אישוס וואס יעדער פון זיי האט "רוב ציבור" נישט געוואלט ווען מען האט מיט דעם אנגעהויבן. נאר דער מושג פון אחריות איז ביי אונז פרעמד. זיי צופרידן מיט וואס מען גיט דיר, צאל ווען מען פארלאנגט, קיש זיי פון אונטן ווייל זיי האלטן אונז ביים לעבן און חוץ מזה האלט דיין נאז אין דיין שיסל. סארי אבער נישט יעדער איז אזא פערד.
וואס א חילוק וויאזוי הצלה עקזיסטירט? עס עקזיסטירט נישט פאר זיי, עס עקזיסטירט פאר דיר.
דער מושג אז וואלונטירן זאלן האבן אחריות אויף זאכן וואס זיי האבן זיך נישט אונטערגענומען איז נישט קיין נארמאלע מושג, און איך גלייב נישט אז עס איז דא ערגעץ אין די וועלט ווי עס הייסט יא נארמאל.
זייער נעמען א מאנאפאל איז סתם אזוי אן עוולה, עס קומט נישט אריין דא.