בלאט 1 פון 1
איבערהיפן-שידוכים
נשלח: דאנערשטאג אפריל 22, 2021 5:43 pm
דורך אלע צוזאמען
א רייע מיט קינדער זענען זיי און די יארן, די עלטסטע שוין 27 נאכפאלגענדיג מיט א 24 דערנאך א 22 און די קומענדיגע ביי 18, דאס איז אחוץ די די קליינע ביי זיי און דערהיים, און קליין מיינט מען דא פון 15 אראפ.
דער קוים 18 יעריגע בחור איז אין ישיבה, שוין אינגאנצן דערפרעסט, און פארוואס זאל ער נישט זיין, לויט ווי די משפחה רוקט זיך יעצט, האט ער נישט וואס צו אנהייבן אפילו טראכטן פון א שידוך פאר זיינע חברים פון זיין כיתה האבן דריי אדער פיר קינדער, און אלעס פארוואס, ווייל ביי אונז אין אונזער היימישע קאמיוניטי, גייט מען פאר קיין געלט און די וועלט נישט סקיפן א שוועסטער/ברודער, און פארוואס גייט מען נישט, ''וועגן די גאס גייט שמועסן''.
איי די גאס שמועסט שוין יעצט אין גרויסן, דא קומט די פרישע תירוץ, ''וואס גייט די עלטערע ברודער/שוועסטער זאגן'', האסט אפילו געפרעגט פון די בלאקעדזש צו זי/ער איז מסכים, ניין, פארוואס, ווייל.....
אפשר הייבט מען אן לפּחות פרעגן פון די עלטערע געשוויסטער צו זיי זענען מסכים,אויב זיי זאגן ניין איז case closed, אבער אויב געבן זיי די גרינע ליכט, צו וואס ווארטן, צו וואס נעמען יונגע און זיי בידים פארשימלען, לאזן גרוי ווערן אויפן ישיבה באנק.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 22, 2021 6:24 pm
דורך [NAMELESS]
כהיום איז שוין א נארמאלע זאך אין רוב פאמיליעס צי איבערהיפן אין אזאנע מצבים,
נשלח: דאנערשטאג אפריל 22, 2021 7:04 pm
דורך רביה''ק זי''ע
איך פארשטיי נישט מה כל הרעש, איך קען גענוג וואס האבן איבערגעהיפט און וואס מ׳האט איבערגעהיפט, קען טאקע אבער זיין אז די גאס האט געשמועסט, ווייס איך נישט וואס איז פשט.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 22, 2021 8:27 pm
דורך אלע צוזאמען
כל הכבוד פאר די משפחות וואס זענען געגאנגען צו די אינגערע מיט די עלטערע געשוויסטער'ס רשות, אבער ניין, ס'איז נאך נישט 'די נארמע' און ליידער איז עס נאך א פאני זאך אין אונזער קאמיוניטי
נשלח: דאנערשטאג אפריל 22, 2021 8:47 pm
דורך ליב צו וויסן
אלע צוזאמען האט געשריבן:כל הכבוד פאר די משפחות וואס זענען געגאנגען צו די אינגערע מיט די עלטערע געשוויסטער'ס רשות, אבער ניין, ס'איז נאך נישט 'די נארמע' און ליידער איז עס נאך א פאני זאך אין אונזער קאמיוניטי
כ'ווייס נישט אויב ס'האט מיט "די גאס וועט שמועסן", כ'מיין ס'האט מער מיט נישט פארשעמען דעם עלטערן.
צו ס'איז ריכטיג די צוגאנג?? ביי די וואס גלייבן אז רחל האט גוט געטוהן מיט אריין נער'ן יעקב, בכדי נישט צו פארשעמען לאה, ביי די האט אזא צוגאנג א שטארקע פשט..
נשלח: דאנערשטאג אפריל 22, 2021 8:48 pm
דורך קאצקע ציקער
ווענדט זיך צו מען פסקענט ווי לבן אדער יעקב
נשלח: דאנערשטאג אפריל 22, 2021 8:55 pm
דורך אלע צוזאמען
ליב צו וויסן האט געשריבן:אלע צוזאמען האט געשריבן:כל הכבוד פאר די משפחות וואס זענען געגאנגען צו די אינגערע מיט די עלטערע געשוויסטער'ס רשות, אבער ניין, ס'איז נאך נישט 'די נארמע' און ליידער איז עס נאך א פאני זאך אין אונזער קאמיוניטי
כ'ווייס נישט אויב ס'האט מיט "די גאס וועט שמועסן", כ'מיין ס'האט מער מיט נישט פארשעמען דעם עלטערן.
צו ס'איז ריכטיג די צוגאנג?? ביי די וואס גלייבן אז רחל האט גוט געטוהן מיט אריין נער'ן יעקב, בכדי נישט צו פארשעמען לאה, ביי די האט אזא צוגאנג א שטארקע פשט..
איז אויב די עלטערע איז מסכים מעג מען, יא?! דאן דעם אים א פרעג
נשלח: פרייטאג אפריל 23, 2021 12:17 am
דורך [NAMELESS]
קאצקע ציקער האט געשריבן:ווענדט זיך צו מען פסקענט ווי לבן אדער יעקב
ער טעהנט אז מען זאל פאסקענען ווי רחל
נשלח: פרייטאג אפריל 23, 2021 1:12 am
דורך אישתישבי
אמאהל איז דער פראבלעם דער בחור/מיידל, קען העלפען איבערהיפען, אמאהל איז דער פראבלעם די עלטערען קענען נישט טרעפען א פאסיגע משפחה, דאן העלפט נישט איבערהיפען.
איבערהיפען קען אמאהל מאכן אז דער עלטערע וועמען מען היפט איבער וועט זיך פילען גאר שלעכט און קען אים הרג'נען. טאמער אבער איז דער בחור/מיידל זעלבסט פיקי, דעמאלס וועלען זיי געווענליך לאזען.
בקיצור עס איז קעיס ביי קעיס.
נשלח: פרייטאג אפריל 23, 2021 2:50 am
דורך אלע צוזאמען
אישתישבי האט געשריבן:אמאהל איז דער פראבלעם דער בחור/מיידל, קען העלפען איבערהיפען, אמאהל איז דער פראבלעם די עלטערען קענען נישט טרעפען א פאסיגע משפחה, דאן העלפט נישט איבערהיפען.
איבערהיפען קען אמאהל מאכן אז דער עלטערע וועמען מען היפט איבער וועט זיך פילען גאר שלעכט און קען אים הרג'נען. טאמער אבער איז דער בחור/מיידל זעלבסט פיקי, דעמאלס וועלען זיי געווענליך לאזען.
בקיצור עס איז קעיס ביי קעיס.
%100 גערעכט, ס'דארף זיין א קעיס ביי קעיס אישו, אבער ס'דארף זיין אן אפציע, ליידער ביי פולע משפחות איז ניטאמאל דא קיין רעדע פון אזא זאך, און פערזענליך ווייס איך פון צוויי פעלער ווי די עלטערע ברודער האט מסכים געווען מרצונו, ער איז געקומען פארשלאגן אז מ'זאל אים סקיפן, אבער די טאטעס און מאמעס האבן נישט געוואלט.
נשלח: פרייטאג אפריל 23, 2021 8:37 am
דורך ליב צו וויסן
אלע צוזאמען האט געשריבן:100% גערעכט, ס'דארף זיין א קעיס ביי קעיס אישו, אבער ס'דארף זיין אן אפציע. ליידער ביי פילע משפחות איז ניטאמאל דא קיין רעדע פון אזא זאך, און פערזענליך ווייס איך פון צוויי פעלער ווי די עלטערע ברודער האט מסכים געווען מרצונו, ער איז געקומען פארשלאגן אז מ'זאל אים סקיפן, אבער די טאטעס און מאמעס האבן נישט געוואלט.
ביי אזעלכע פעלער קען נאר די נייע מאריוואנא געזעץ העלפן...
