בלאט 1 פון 1

נ.י. פאליס שיסט אראפ א מעסער האלטענדע מאן צום טויט (קליפ)

נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 2:26 pm
דורך זר זהב
פארגעקומען אין טיימס סקווער נעכטן נאכמיטאג, צענדליגע ביישויער.
קוק דא א ווידעא דערפון.

http://www.mediaite.com/online/nypd-off ... es-square/

נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 2:36 pm
דורך זר זהב
knife.jpg
knife.jpg (54.54 KiB) געזען געווארן 865 מאל

נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 2:52 pm
דורך זר זהב
ער לויפט בעקווארדס מיט די ווייסע טי שוירט, 40 מינוט שפעטער איז ער אריין אינעם נישט לעבעדיג'ן אשכול

ביי 0:20 בעט זיך איינער אז ער זאל עס אראפווארפן, "They gono shoot you bro"

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=XyFyaDDU-NY[/youtube]

נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 3:07 pm
דורך שמואל הלוי
ער איז טאקע א קאקא צודרייטער מאן, אבער דערפאר קומט זיך אים נאכנישט דאס טויט, ס'וואלט פונקט גענוג געווען איין שאס אין די פיס - וואס מען קען פארהיילן - אז ער זאל אראפלאזן דאס מעסער, און דערנאך אים איינזעצן אדער אין תפיסה אדער אין א משוגעים הויז ביז ווילאנג ס'פעלט זיך אויס, כנלענ"ד.

נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 3:09 pm
דורך זר זהב
זיי האבן פראבירט פעפער ספרעי, ס'האט נישט געהאלפן.
פארוואס טאקע מ'שיסט נישט אויף בלויז צו פארוואונדען, פארשטייעך נישט.
אפשר איז שווער צו ציהלן ווען יענער לויפט?

נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 4:55 pm
דורך שמעקעדיג
שמואל הלוי האט געשריבן:ער איז טאקע א קאקא צודרייטער מאן, אבער דערפאר קומט זיך אים נאכנישט דאס טויט, ס'וואלט פונקט גענוג געווען איין שאס אין די פיס - וואס מען קען פארהיילן - אז ער זאל אראפלאזן דאס מעסער, און דערנאך אים איינזעצן אדער אין תפיסה אדער אין א משוגעים הויז ביז ווילאנג ס'פעלט זיך אויס, כנלענ"ד.


אפשר ווייל דאס איז ביליגער פאר די רעגירונג?
כ'טראכט נאר הויך, כ'ווייס אז ס'איז נישט אמת.

נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 4:55 pm
דורך Shmilly
ווי אזוי הייסט דער וואס מען האט דערשאסן אין ב"פ יארן צוריק פאר האלטן א האמער?

נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 4:56 pm
דורך שמואל הלוי
גדעון באש ע"ה