בלאט 1 פון 1

ארטיקלען פון 'הארץ' צייטונג

נשלח: מיטוואך אפריל 28, 2021 5:59 am
דורך אבשלום בן מעכה
איך ווענד זיך דא מיט א שאלה צום עולם. דער צייטונג הארץ אנליין, מאכט פראבלעמען. ווען איך וויל זען אן ארטיקל, לאזט ער מיר נישט זען, ער ווייזט מיר נאר די ערשטע צען שורות פון דעם ארטיקל, און מער נישט. מען דארף זיין סוקסקייבט. איך האלט נישט דערביי.

איז דא אן עצה ווי אזוי איך קען ליינען ארטיקלען אומגעשטערטערהייט?

Re: ארטיקלען פון 'הארץ' צייטונג

נשלח: מיטוואך אפריל 28, 2021 1:06 pm
דורך פאליטיקאנט
האסט פרובירט בלאקירן "דשאווא סקריפט"?

נשלח: מיטוואך אפריל 28, 2021 4:27 pm
דורך אבשלום בן מעכה
ווי אזוי בלאקט מען?

Re: ארטיקלען פון 'הארץ' צייטונג

נשלח: מיטוואך אפריל 28, 2021 5:59 pm
דורך פאליטיקאנט
אדער דורך אן עקסטענשאן, אדער נוץ 'ברעיוו' בראוזער געבויעט אויף קראום, עס האט אן אריינגעבויטע עד בלאקירער.

https://brave.com/

איך בין יעצט ארויף אויף זייער סייט און פרובירט, אויב מען בלאקירט קוכן (cookies), דאן ארבעט עס א מחיה.

נשלח: מיטוואך אפריל 28, 2021 7:18 pm
דורך גבור חיל
אבשלום בן מעכה האט געשריבן:ווי אזוי בלאקט מען?


זעה דא.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 21, 2021 8:06 pm
דורך פאליטיקאנט
viewtopic.php?p=486386#p486386

יעצט פרובירט אויף הארץ מיט גינסטיגע רעזולטאטן.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 21, 2021 8:48 pm
דורך נפה
אויך פרובירט מיט סוקסעס מעגליך אז די זעלבע ארטיקעל.
פאר ynet + ארבעט עס נישט

Re: ארטיקלען פון 'הארץ' צייטונג

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 1:30 am
דורך פאליטיקאנט
די וועג וויאזוי עס ארבעט איז גאנץ פשוט.
די אלע סייטס לייגן ארויס די גאנצע ארטיקל אפן אויפ'ן אינטערנעט כדי די אלע 'סוירטש ענדשינס' זאלן עס טרעפן און אינגאנצן אינדעקסן - אז ווען איינער זוכט עפעס וואס ווערט דערמאנט אינעם ארטיקל זאל די סוירטש ענזשין עס ארויפברענגען. דערנאך ווען יענער קליקט אויפן לינק לייגן זיי צו 'איבער די ארטיקל' א Paywall.

וואס די סייט טוט איז זיי נעמען די רעזולטאט דירעקט פון גוגל אן אריינגיין אין יענער סייט בכלל.....

איז אויב טוט א סייט נישט ארויסלייגן זייער תוכן אפן פאר די סוירטש ענזשינס, וועלן די אויבענדערמאנטע סייט גארנישט טרעפן.