בלאט 1 פון 1

פייערדיגע רעדע וועגן די עגונה קריזיס

נשלח: מיטוואך אפריל 28, 2021 11:01 pm
דורך בונה של טוב
דעם אוונט האט א אידישע coach זיך געוואגט שארף ארויסצוקומען מיט איר מיינונג וועגן די רבנים וואס קימערן זיך נישט איבער די יסורים פון די עגונות.
וואס מיר איז אינטרעסאנט איז וואס זי זאגט אז לויט ר׳ עבדיה יוסף דארף מען זיך בכלל נישט זארגן וועגן א גט איינמאל עס גייט אדורך א געוויסע טערמין וואס דער מאן האט עס צוריקגעהאלטן פון איר.
איך גלייב אז א רעוואלוציע קומט, און אויב די רבנים וועלן זיך נישט נעמען טון צו די זאך וועט זיך אנהייבן א מאוומענט פון גרעסערע ביעוט ווי בלויז דעמאנסטראציעס...
ס׳דערמאנט מיר די משל פון א סאדע באטל וואס מ׳שאקלט עס אזויפיל אויף ביז דער דעקל פלאצט... עס קומט א פּוינט ווען די מעסטל ווערט פול און דעמאלס איז שוין זייער שווער צו טון damage control ווייל ס׳גיסט זיך פון אלע זייטן און ס׳מאכט שמוציג דעם טישטוך...

https://www.instagram.com/tv/COO27k1iMC ... z4xb442pe1