בלאט 1 פון 2

אינטעסאנטע פערזאנען פון בארא פארק

נשלח: דאנערשטאג אפריל 29, 2021 1:25 pm
דורך טובי געלד
לעצטענס איז אוועק אין בארא פארק א איד מיט די נאמען יעקל מחותן אזוי פלעגען די קינדער אים רופען, איך ווייס אז זייער פיל מענטשען גייען נעבאך אוועק ובפרט פון די מלחמהאיבערלעבער נישט האבען קינדער נישט משפחה און זייער לעבען איז געווען א קייט פון צרות ויסורים כמיין עס איז כגאי צו ווידמענען שירות לעילו נשמתם ולהעלות זכרונם לטובה נישט חס ושלום בזיון נאר זייער מעלות ומדות וואס פון יעדען מענטש קען מען זיך לערנין כהייב אן מיט יעקל מחותן וואס איז כסדר געגאנגען נאך געלט און געווען א פאפלערע מענטשז מיט א גיט ווארט און גקענט יעדען ביים נאמען אדרבה ווער עס ווייסט מעלותיו יחוסיו ועוד יעלה ויבא און מהנה זיין די ציבור און לערנין א משנה לעילו נשמתו

נשלח: דאנערשטאג אפריל 29, 2021 1:29 pm
דורך אישתישבי
קענסט אנהייבן ביי דער קדוש וטהור מענדעלע ח...

נשלח: דאנערשטאג אפריל 29, 2021 1:35 pm
דורך berlbalaguleh
טובי' געלט: פארוואס האט מען איהם גערופן יאנקל מחותן...?! ווייל ער האט א יעדן באגעגנט מיט א שמייכל, זאגנדיג האאא.. מחותן. ער איז אנגעבליך געקומען פון אנטווערפן, בעלגיע. ער פלעגט אריין און ארויסגיין פון סטארס האלב זינגענדיג... האא, מחותן גיב א דאללער...! ער איז אייביג געווען צהלו בפניו ואבלו בליבו. נעבעך א פארצרה'טער איד...! יהא זיכרו לברכה...!

נשלח: דאנערשטאג אפריל 29, 2021 3:30 pm
דורך berlbalaguleh
אישתישבי האט געשריבן:קענסט אנהייבן ביי דער קדוש וטהור מענדעלע ח...

איש תישבי: איך געדענק נאך ווען איך האב געלערנט אין פאפא ישיבה אין די יארן תשכ"ה-כ"ו. איך בין א גאנצע וואך געווען אין דארמיטארי פון די ישיבה. נאר אמאל ווען כ'האב געדארפט עפעס ערלעדיגן ביניך אריינגעפארן. און כ'האב געדאוונט מנחה-מעריב אין פאפא ביהמ"ד. מענדעלע ווייס האט אויך דארט געדאוונט. ער איז געווען א 100% נארמאלע מענטש. געגאנגען אנגעטון בכבוד'יג נארמאל חסידיש. ער האט אויך געהאט אן עלטערן ברודער, חיים יאנקל וואס איז דאמאלס שוין געווען פאררוקט און מאדנע, ל"ע. אבער ער איז געווען אינגאנצן נארמאל...!

נשלח: דאנערשטאג אפריל 29, 2021 4:18 pm
דורך ישעיה
ווארשיינליך דער נערסטע טשיקאווע פראיעקט אין מאמענט...

נשלח: דאנערשטאג אפריל 29, 2021 4:40 pm
דורך אישתישבי
berlbalaguleh האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:קענסט אנהייבן ביי דער קדוש וטהור מענדעלע ח...

איש תישבי: איך געדענק נאך ווען איך האב געלערנט אין פאפא ישיבה אין די יארן תשכ"ה-כ"ו. איך בין א גאנצע וואך געווען אין דארמיטארי פון די ישיבה. נאר אמאל ווען כ'האב געדארפט עפעס ערלעדיגן ביניך אריינגעפארן. און כ'האב געדאוונט מנחה-מעריב אין פאפא ביהמ"ד. מענדעלע ווייס האט אויך דארט געדאוונט. ער איז געווען א 100% נארמאלע מענטש. געגאנגען אנגעטון בכבוד'יג נארמאל חסידיש. ער האט אויך געהאט אן עלטערן ברודער, חיים יאנקל וואס איז דאמאלס שוין געווען פאררוקט און מאדנע, ל"ע. אבער ער איז געווען אינגאנצן נארמאל...!


שמעתי ער האט געלערנט אין נייטרא און געוועהן א שטארקע תלמיד חכם. עס קען זיין ער האט אמאהל חתונה געהאט אויך?

און די יארען וואס איך געדענק אים פלעגט ער גיין אנגעטוהן מיט צענליגער קליידער, וואס ער האט נאר געטראפען (עס איז געוועהן נאך אזאנס, איינער געדענקט זיין נאמען?), און בדרך כלל זיך געגאנגען זיין וועג נישט געבאדערט קיינעם, חוץ אמאהל אמאהל האט ארויס געלאזט אין גאס א שאגת ארי.

ער פלעגט אויך זיצען אין אפאר בתי מדרשים, און ארויסגענומען פעיפערס פין טאש און מעיין געוועהן, און ווען מען האט אים געפרעגט וואס עס איז, האט ער געענטפערט מיט א ענווה'סדיגע שמייכל, "דאס איז מיינע עניינים", וועלענדיג לכאורה לאזן א רושם ווי א ל"ו צדיק.

פין זיינע משוגעתן וואס איך געדענק, ער פלעגט גיין צו א לייט פאול, וואס האט אזא קרעק אין דער לענג, און פרובירן צו לעקען מיט דער צונג אז עס זאל בלייבן א סירכא פין איין זייט צו דער אנדערע. און ווען עס איז געלונגען האט שטארק געלאכט.

איך פארצייל עס פאר אפאר סיבות,
א. א מענטש איז קיינמאל נישט זיכער, ער איז געוועהן א נארמאלער מענטש, און געווארען נעבעך משוגע, ולעולם יבקש רחמים על מדה זו, עס זאל נישט קומען אויף אים קינדער אייניקלעך וכל ישראל וכל יושבי תבל.
ב. אז טאמער איז ער יא געוועהן א ל"ו צדיק, איז עס סיפורי צדיקים און מען דארף זאגן כוונות אויף זיינע הנהגות.

היינט האבן אפאר מענטשן געמאכט פין אים א צדיק, און מען גייט צו זיין קבר אין נוי גערסי מתפלל זיין.

ר' יוסף אמשינאווער רבי

נשלח: דאנערשטאג אפריל 29, 2021 4:41 pm
דורך אישתישבי
ווער קען שרייבן איבער דער פלא'דיגער גברא?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 29, 2021 5:15 pm
דורך תרמב
אין בארא פארק איז דא די מענטש מיט אנגעשטאפטע ווען וואס האט א בלויע שלאק, און ער פארקויפט אזוב, אז דו ווילסט באשרייבן אסאך אינטערסאנטע פערזאנען אין בארא פארק מאך א סטאפ אין שומרי שבת שרייב אפ די נעמען פון א חלק מענטשן דארט, און ווען די ביזט פערטיג גיי אריבער צו ספינקא אויף 18 וועסטו אויך טרעפן א היפשע פאר.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 29, 2021 5:25 pm
דורך טובי געלד
א טשיקאווע מעשה האב איך בייגעוואינט מיט מענדלע ווי ער האט געוואלט אז הגאון הצדיק מקאלסבורג זצ"ל זייענדיג דיין אין סאטמאר ב"פ זאל זיך אננעמען פאר זייין כבוד ווען קינדער האבען אים נאכגעשריגען, דער דיין בימים ההם האט נישט געוואלט זאגענדיג ביסט אליינס שילדיג טוה דיך אן נארמאל וועט דיר גארניט פעלען! סזעהט אויס ווי די דיין ז"ל האט געהלטען ער איזנישט דער רחמנות און די געשעפט....

נשלח: דאנערשטאג אפריל 29, 2021 5:37 pm
דורך אישתישבי
תרמב האט געשריבן:אין בארא פארק איז דא די מענטש מיט אנגעשטאפטע ווען וואס האט א בלויע שלאק, און ער פארקויפט אזוב, אז דו ווילסט באשרייבן אסאך אינטערסאנטע פערזאנען אין בארא פארק מאך א סטאפ אין שומרי שבת שרייב אפ די נעמען פון א חלק מענטשן דארט, און ווען די ביזט פערטיג גיי אריבער צו ספינקא אויף 18 וועסטו אויך טרעפן א היפשע פאר.


איינער וואס האט קינדער ביי אונז איז נישט עטיש.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 29, 2021 5:38 pm
דורך קאצקע ציקער
דינב'ע רבי איך מיין ער לעבט שוין נישט . איינער ווייסט זיין סטארי?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 29, 2021 5:41 pm
דורך אישתישבי
טובי געלד האט געשריבן:א טשיקאווע מעשה האב איך בייגעוואינט מיט מענדלע ווי ער האט געוואלט אז הגאון הצדיק מקאלסבורג זצ"ל זייענדיג דיין אין סאטמאר ב"פ זאל זיך אננעמען פאר זייין כבוד ווען קינדער האבען אים נאכגעשריגען, דער דיין בימים ההם האט נישט געוואלט זאגענדיג ביסט אליינס שילדיג טוה דיך אן נארמאל וועט דיר גארניט פעלען! סזעהט אויס ווי די דיין ז"ל האט געהלטען ער איזנישט דער רחמנות און די געשעפט....


א. ווייל ער האט גערעדט נארמאל דא אן דארט מיינט נישט אז ער איז נישט געוועהן נעבעך משוגע.
ב. מען טאר נישט טשעפענען אפילו אזא איינער, און, וועלענדיג מלמד זכות זיין אויף קארלסבורגער רב, איך בין זיכער אז ר'יחזקאל האט געגעבען א פסק פאר די קינדער ווי עס דארף צו זיין, נאר ער האט געזאגט פאר ר' מענדל וואס מען דארף אים זאגען.
ג. טשעפענען נשמות איז שרעקלעך דעינדזערעס, און בכלל אז מען לאזט קינדער טשעפענען אזעלכע מענטשן, טשעפענען זיי נארמאלער מענטשן ביז זיי ווערען משוגע ל"ע.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 29, 2021 5:45 pm
דורך טובי געלד
אברהם וויינבערגער פאיע רבי יא פאיע רבי געדענקט איינער? א בילד האט איינער?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 29, 2021 5:50 pm
דורך קאצקע ציקער
טובי געלד האט געשריבן:אברהם וויינבערגער פאיע רבי יא פאיע רבי געדענקט איינער? א בילד האט איינער?

לעבט נאך ניין?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 29, 2021 8:16 pm
דורך berlbalaguleh
אישתישבי: דער טעם וואס מ'גייט צו מענדעלע'ס קבר מתפלל זיין איז נישט אלס ל"ו צדיק ווייל ער איז געווען א בעל יסורים . און ער האט עס מקבל געווען באהבה...!

נשלח: דאנערשטאג אפריל 29, 2021 8:40 pm
דורך אישתישבי
berlbalaguleh האט געשריבן:אישתישבי: דער טעם וואס מ'גייט צו מענדעלע'ס קבר מתפלל זיין איז נישט אלס ל"ו צדיק ווייל ער איז געווען א בעל יסורים . און ער האט עס מקבל געווען באהבה...!


קען זיין. אבער די וואס פארברענגן דארט אסאך זאגן יא אז ער איז געוועהן א ל"ו.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 29, 2021 8:57 pm
דורך אישתישבי
אישתישבי האט געשריבן:ווער קען שרייבן איבער דער פלא'דיגער גברא?

קענענדיג דער בית המדרש פין דער נאנט, זיין טאטע ר' שימעלע איז געוועהן כידוע א איד א צדיק נשגב, א חכם מחוכם וואס האט נישט געמאכט פין זיך קיין וועזען, נאר געדינט דער אויבערשטער יעדער רגע מיט א דביקות עליון. זיין ק"ש איז געוועהן מיט א סארט כוונה און דביקות, ער פלעגט איבערזאגן ווערטער אין ק"ש ביז צען מאל, למען תזכרו האט ער איבערגעזאגט אייביג לכל הפחות פינף מאל, עס פלעגט נעמען א ערך פין צען מינוט זיין ק"ש.

ר' יוסף איז געוועהן א טשאטשקע פין א בחור, געוועהן א עילוי נשגב, געקענט ש"ס און חסידות און א עובד ד'. ער האט חתונה געהאט אויף אנטווערפן און דער שידוך איז נישט גוט געגאנגען, און ביז נאך דער גט איז ער שוין נישט געווען דער זעלבע, דמיונות האבן אים געפלאקערט אין קאפ, און זייענדיק אויף מעדיקאציע האט עס אים אראפגעשלעפט און ער האט שוין נישט פאנקציענירט געהעריג.

ער האט נישט געקענט חתונה האבן נאכאמאל, צויליב זיין צושטאנד.

זיין טאטע, ר' שימעלע, וויסענדיג דער מצב פין זיין זוהן, האט נאך אלץ געהאלטען אז ער וועט דאך קענען פירען דאס בית המדרש, און ער האט געשריבען א צוואה ביי ר' שפיצער פין בארא פארק, אז בני יוסף ימלא את מקומי, וכל אלו שהחזיקו בידי יחזיקו בידו.

ר' שפיצער האט פארגעליינט די צוואה ביי די שלושים סעודה און געוויינט בדמעות שליש, נישט קענענדיג פארשטיין דער אקציע פין ר' שימילע, אבער פארפאלען, צוואה איז צוואה.

ר' יוסף האט געהאלטען א דרשה ביי די שלושים, און געזאגט אז עס איז א הייליג בענקעל פין זעקס דורות, און אמשינוב שטייט נישט אויף פראפאגאנדע נאר אויף תורה און נאך אזעלכע דיבורים.

נאך ווערען רבי, פלעגט ער פארלערנען מנחת חינוך פרייטאג צו נאכטס העכער די בית המדרש, בחורים פלעגען קומען, ער האט זיך געקענט מתרגז זיין און ארויסווארפען אלע בחורים.

קורץ נאכדעם, האט ער געהאנגען א צעטל איז דער בית המדרש, אז זיין שוואגער און זיינע קינדער טארען נישט אריין טרעטען מער, און זיי האבן טאקע מער נישט דארט געדאוונט. אויך האט ער דארט געשריבן, אז זיין טאטע האט אים געזאגט, אז די שיינע אידן אין בית המדרש זענען נכשל אין מחשבות פין ניאוף.

דאס בית המדרש איז ווייטער אנגעגאנגען, די חסידים האבן געהאלטען די צוואה ערליך (די וואס האבן געקענט) און ווייטער דארט געדאוונט, לאורך הזמן פלעגט ער דאווענען אין באבוב בית יעקב נעקסט דאר. אויף זיין שטענדער פלעגט ער האבן געפרינטעד גאנצע ספרים צוזאמענגעשטעלט אלעס אויף דער שבת, למשל אויף שבת שקלים אנגעהויבן פון די גמרא ביז די היינטיגע אחרונים.

א מוח עצום איז ער געבליבן ביז'ן לעצטן טאג. אבער ליידער האט ער נישט זוכה געווען צו קענען ניצען זיינע קענטעניסן און משפיע זיין לויט זיינע מוחין.

נשלח: פרייטאג אפריל 30, 2021 11:44 am
דורך אבשלום בן מעכה
אישתישבי האט געשריבן:קענסט אנהייבן ביי דער קדוש וטהור מענדעלע ח...



א בלבול שאין כדוגמתו.... ס'מעג זיך שוין טוישן איינמאל פאר אלעמאל. נישט ווייל איינער האט אזוי ארויפגעקלעבט אויף אים א נאמען. מ'דארף אכטונג געבן.

נשלח: פרייטאג אפריל 30, 2021 3:40 pm
דורך אישתישבי
אבשלום בן מעכה האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:קענסט אנהייבן ביי דער קדוש וטהור מענדעלע ח...



א בלבול שאין כדוגמתו.... ס'מעג זיך שוין טוישן איינמאל פאר אלעמאל. נישט ווייל איינער האט אזוי ארויפגעקלעבט אויף אים א נאמען. מ'דארף אכטונג געבן.


ויקרא שמו בישראל מענדעלע חכם.

נשלח: מוצ"ש מאי 01, 2021 9:55 pm
דורך מחצה''ק
אישתישבי האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:ווער קען שרייבן איבער דער פלא'דיגער גברא?

קענענדיג דער בית המדרש פין דער נאנט, זיין טאטע ר' שימעלע איז געוועהן כידוע א איד א צדיק נשגב, א חכם מחוכם וואס האט נישט געמאכט פין זיך קיין וועזען, נאר געדינט דער אויבערשטער יעדער רגע מיט א דביקות עליון. זיין ק"ש איז געוועהן מיט א סארט כוונה און דביקות, ער פלעגט איבערזאגן ווערטער אין ק"ש ביז צען מאל, למען תזכרו האט ער איבערגעזאגט אייביג לכל הפחות פינף מאל, עס פלעגט נעמען א ערך פין צען מינוט זיין ק"ש.

די מיינסט ר' איציקעל

נשלח: זונטאג מאי 02, 2021 2:07 am
דורך ארי נוהם
אישתישבי האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:ווער קען שרייבן איבער דער פלא'דיגער גברא?

קענענדיג דער בית המדרש פין דער נאנט, זיין טאטע ר' שימעלע איז געוועהן כידוע א איד א צדיק נשגב, א חכם מחוכם וואס האט נישט געמאכט פין זיך קיין וועזען, נאר געדינט דער אויבערשטער יעדער רגע מיט א דביקות עליון. זיין ק"ש איז געוועהן מיט א סארט כוונה און דביקות, ער פלעגט איבערזאגן ווערטער אין ק"ש ביז צען מאל, למען תזכרו האט ער איבערגעזאגט אייביג לכל הפחות פינף מאל, עס פלעגט נעמען א ערך פין צען מינוט זיין ק"ש.

ר' יוסף איז געוועהן א טשאטשקע פין א בחור, געוועהן א עילוי נשגב, געקענט ש"ס און חסידות און א עובד ד'. ער האט חתונה געהאט אויף אנטווערפן און דער שידוך איז נישט גוט געגאנגען, און ביז נאך דער גט איז ער שוין נישט געווען דער זעלבע, דמיונות האבן אים געפלאקערט אין קאפ, און זייענדיק אויף מעדיקאציע האט עס אים אראפגעשלעפט און ער האט שוין נישט פאנקציענירט געהעריג.

ער האט נישט געקענט חתונה האבן נאכאמאל, צויליב זיין צושטאנד.

זיין טאטע, ר' שימעלע, וויסענדיג דער מצב פין זיין זוהן, האט נאך אלץ געהאלטען אז ער וועט דאך קענען פירען דאס בית המדרש, און ער האט געשריבען א צוואה ביי ר' שפיצער פין בארא פארק, אז בני יוסף ימלא את מקומי, וכל אלו שהחזיקו בידי יחזיקו בידו.

ר' שפיצער האט פארגעליינט די צוואה ביי די שלושים סעודה און געוויינט בדמעות שליש, נישט קענענדיג פארשטיין דער אקציע פין ר' שימילע, אבער פארפאלען, צוואה איז צוואה.

ר' יוסף האט געהאלטען א דרשה ביי די שלושים, און געזאגט אז עס איז א הייליג בענקעל פין זעקס דורות, און אמשינוב שטייט נישט אויף פראפאגאנדע נאר אויף תורה און נאך אזעלכע דיבורים.

נאך ווערען רבי, פלעגט ער פארלערנען מנחת חינוך פרייטאג צו נאכטס העכער די בית המדרש, בחורים פלעגען קומען, ער האט זיך געקענט מתרגז זיין און ארויסווארפען אלע בחורים.

קורץ נאכדעם, האט ער געהאנגען א צעטל איז דער בית המדרש, אז זיין שוואגער און זיינע קינדער טארען נישט אריין טרעטען מער, און זיי האבן טאקע מער נישט דארט געדאוונט. אויך האט ער דארט געשריבן, אז זיין טאטע האט אים געזאגט, אז די שיינע אידן אין בית המדרש זענען נכשל אין מחשבות פין ניאוף.

דאס בית המדרש איז ווייטער אנגעגאנגען, די חסידים האבן געהאלטען די צוואה ערליך (די וואס האבן געקענט) און ווייטער דארט געדאוונט, לאורך הזמן פלעגט ער דאווענען אין באבוב בית יעקב נעקסט דאר. אויף זיין שטענדער פלעגט ער האבן געפרינטעד גאנצע ספרים צוזאמענגעשטעלט אלעס אויף דער שבת, למשל אויף שבת שקלים אנגעהויבן פון די גמרא ביז די היינטיגע אחרונים.

א מוח עצום איז ער געבליבן ביז'ן לעצטן טאג. אבער ליידער האט ער נישט זוכה געווען צו קענען ניצען זיינע קענטעניסן און משפיע זיין לויט זיינע מוחין.

געשריבן עטליכע שיינע נקודות, אבער אויך טעותים. די טעותים וויל איך פארבעסרן ואוסיף עוד נקודות.

1. ר' יוסף'ס טאטע האט געהייסן ר' איציקעל, נישט ר' שימעלע. ר' שימעלע איז געווען ר' איציקלס פעטער.

2. ר יוסף איז געווען א איידעם ביי ר' אלי' שטערנבוך פון אנטווערפן. פון דעם זיווג האט ער געהאט אלע זיינע קינדער.

3. ר' איציקל האט געשריבן עטליכע צוואות, און אין געוויסע האט ער געשריבן פיל שוואכער אויף זיין זון. כ'האב געהערט אז ס'האט זיך געוואנדן אויב ר' יוסף איז געשטאנען נעבן דעם טאטן און געלייגט לחץ, וואס דאן האט ר' איציקל געשריבן די גרויסע הפלגות בלית ברירה.

4. ר' אברהם חיים שפיצר האט זיך געהאלטן פאר א שטיקל חסיד פון ר' איציקל, און די מעשה איז טאקע באקאנט.

5. זיין שוואגער, ר' ישראל ערנסטער שליט"א (זון פון ר' משה ז"ל חדב"ן אמרי חיים מוויזניץ, און פאטער פון בעריש וואס האט יעצט חתונה געמאכט זיין טאכטער מיט רב"צ באבובערס יונגסטער זון), האט טאקע אפגעטראגן פון שול און דעמאלט האט זיך געעפנט אן אנדערע שטיבל אמשינאוו אין ב"פ. דארט האבן אויך געדאווענט חסידים פון אמשינאוו ארץ ישראל. שפעטער, ווען ר' יוסף איז שוין נישט געווען צו אקטיוו אין זיין שול, האט זיך די אנדערע שטיבל פארמאכט און אלע זענען צוריק דאווענען אין שול. אגב, נאך אינמיטן האט ר' ישראל ערנסטער און זיינע זין צוריק אנגעהויבן דאווענען ביים שוואגער/פעטער געוויסע תפילות.

6. ר' יוסף פלעגט צומאל האלטן שארפע דרשות קעגן פריוואטע מענטשן אין שול. געוויסע האבן זיך באליידיגט און ארויס פון דארטן, אנדערע האבן זיך פשוט נישט וויסנדיג געמאכט וויסנדיג אז ער איז נעבעך נישט געזונד.

7. די חסידים האבן ממש נישט געהאלטן די צוואה ערליך, נאר קיין שלעגערישע עלעמענטן זענען זיי נישט, און קיינער האט נישט גענומען די זאך אין די הענט אויף מסלק צו זיין דעם רבין. קיין חסידים האט ער כמעט נישט געהאט, און במשך השנים זענען די געציילטע פארבליבענע חסידים פון אים אליינס אויך געווארן אויס חסידים. געווענליך זענען זיי געווארן חסידים פון אמשינאוו בית וגן.

8. ער האט אנגעהויבן דאווענען ביי רמ"ד באבובער כמעט אנהייב זיין חסידות, אבער דאס איז נאכאלץ צען יאר נאכן זיין רבי אין זיין שול. אין די יארן האט ער אסאך פאר'הרגעט די פלאץ, און נאכן אנהייבן דאווענען אין 45 האט אמשינאוו למעשה אפגעאטעמט.

9. ער האט געהאלטן פון רמ"ד אלס צדיק וקדוש, און ער פלעגט שנדרן גרויסע געלטער פאר עליות, און רמ"ד האט אים אייביג געלאזט קויפן עליות הגם ער האט קיינמאל נישט געהאט פון וואו צו צאלן... ער האט פשוט רחמנות געהאט אויף אים, א איד וואס איז געווען שברי לוחות.

10. כ'האב אמאל געזען א בריוו וואס ער האט נאך געשריבן אלס בחור, אין זיינע שטארקע יארן צו א חבר, וואו ער ערקלערט וואס איז דאס חסידות ווארקע און אמשינאוו, און ס'איז ממש הפלאדיג געשריבן בטעם זקנים מיט מראי מקומות און א בקיאות והבנה נפלאה. מ'קען נאר חלומ'ן וואס אזא כלי וואלט געקענט משפיע זיין, אויב ער וואלט נישט געווארן א שבר כלי אינדערמיט.

נשלח: זונטאג מאי 02, 2021 11:10 am
דורך אינגערמאנטשיקל
וואו, קיינמאל נישט געקענט זיין היסטאריע.

נאך זיין הסתלקות איז געקרוינט געווארן איינע פון זיינע זוהן אלס מ"מ, דאכט זיך יענער וואוינט אין ארץ ישראל.

ווער נאך זענען זיינע יוצ"ח? און צו זענען זיי בר הכי?

נשלח: זונטאג מאי 02, 2021 1:40 pm
דורך הוגה
ער האט צוויי קינדער אין א"י וואס האבן אנגעהויבן פירן באדמו"רות אין א"י נאך זיין פטירה. דער עלטסטע (מיטן לאנגע בארד) קומט כסדר קיין ב"פ און איז דא יעצט, געפירט ל"ג בעומר טיש אין ב"פ. דאס פלאץ לעבט פון פריש אויף. עס איז מעגליך אז רבי איצקל ז"ל האט געשטעלט רבי יוסף ז"ל אלץ ממשיך מיט א בליק פאראויס אויף זיינע קינדער.