בלאט 1 פון 1

מוח-טויט: וואל סטריט דזשורנאל שרעקט אן מענטשען

נשלח: מאנטאג מערץ 12, 2012 11:16 am
דורך יידל
די וואל סטריט דזשורנאל האט אן ארטיקל וועגן מוח-טויטע מענטשן. דער ארטיקל רעדט כמעט נישט פון די מעדיצינישע חלק פון מוח-טויט, אויך נישט וועגן די מאראלישע חלק. דער ארטיקל רעדט וויאזוי א טויטער מענטש דארף זיין "קאלט, שטייף, גרוי און נישט אטעמענדיג", נישט "ווארעם, פינק און אטעמענדיג". ער פארציילט אבער נישט וויאזוי א מענטש אן א קאפ וועט פונקט אזוי זיין "ווארעם, פינק, און "אטעמענדיג"" ווילאנג מען מאכט זיכער אז די לינגען באקומען לופט (דורך א ראספיראטאר). דער ארטיקל איז באזירט אויף האלב רויע פאקטן און אפעלירט צום מענטשנס געפיל. דער שרייבער טעהנ'ט אז א געוויסער מינימאלער פראצענט פון מענטשן וואס זענען דערקלערט געווארן אלץ מוח-טויט האבן שפעטער צוריק אנגעהויבן אטעמען פון זיך אליינס (וואס מיינט און אנדער ווערטער אז די מענטשן זענען בכלל נישט געווען מוח טויט). דער שרייבער זאגט אבער נישט אויס דעם סוד אז אן ענליכע מאס טעותים מאכן זיך ווען מ'מעסט טויט דורך הארץ-קלאפעניש. חוץ מזה וואס פאקטן זענען פאקטן בלי שום שייכות צו די מענטשן וואס דארפן דעטערמינען די פאקטן מאכן טעותים צו נישט.

ביי אונז אידן וויסט מען אז די גאנצע ענין פון מות מוחי איז אן ערנסטע הלכה'דיגע שאלה מיט גדולי עולם אויף ביידע זייטן פונעם שאלה. מאנכע אידישע בלאגס האבן אנגעצייכנט דעם וואלס טריט דזשורנאל ארטיקל כאילו דאס איז א ראיה צו די פוסקים וואס האלטן אז מוח-טויט איז נישט טויט. מען דארף אבער געדענקן אז הלכה פסק'נט מען נישט מיט געפיל, און אודאי נישט מיט צייטונג ארטיקלן. הלכה קען נאר גע'פסק'נט ווערן נאכדעם וואס דער פוסק האט די פולע בילד פון אלע פאקטן פאר זיך. און דאס איז וואס דער וואל סטריט דזשורנאל ארטיקל האט נישט.

נשלח: מיטוואך מאי 04, 2016 9:25 am
דורך הקטן
דא האטסטו שוין יא א סייענטיפישע סטאדי
first-hint-of-life-after-death-in-biggest-ever-scientific-study

נשלח: מיטוואך מאי 04, 2016 10:59 am
דורך על המחיה
און די משפחה מאגאזין פון פסח איז געווען גאר א אינטרעסאנטע אינטערוויו מיט הרב פרופ' אברהם שטינברג איבער דער ניסוי הכבשה וואס איז געמאכט געווארען מיט די אינסטראקשענס פון הגרש"ז אויערבאך זצ"ל וואס דערנאך האט רש"ז צוריק געצויגען פון זיין פסק אז מוות מוחי איז נישט ריכטיג טויט, אבער עס האט למעשה נישט געטוישט די פראקטישע שטאנדפונקט לגבי תרומת אברים ווייל ער האט געהאלטען אז מען מעג נישט צורירען די מענטש ווייל ער איז א ספק גוסס

Re: מוח-טויט: וואל סטריט דזשורנאל שרעקט אן מענטשען

נשלח: מיטוואך מאי 04, 2016 11:17 am
דורך טאמבל סאס
הקטן האט געשריבן:דא האטסטו שוין יא א סייענטיפישע סטאדי
first-hint-of-life-after-death-in-biggest-ever-scientific-study

איז עס ע"פ דער סייענטיפישער מעטאד?

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

נשלח: מיטוואך מאי 04, 2016 11:20 am
דורך דעת תורה
הקטן האט געשריבן:דא האטסטו שוין יא א סייענטיפישע סטאדי
first-hint-of-life-after-death-in-biggest-ever-scientific-study


זייער אינטערעסאנט אבער אי רעלעוואנט צו די אשכול. דער גאנצער ארטיקל און די שטודיע באציען זיך צו מענטשן וואס זענען שוין געווען גענצליך טויט, זייער הארץ האט אויפגעהערט קלאפן, און, אין רעזולטאט, דער מח אויך. אויב עפעס פארשטארקט עס נאר יידל'ס נאראטיוו אז די זעלבע געשעט מיט די הארץ טויטע אויך. דער עצם פענאמען אז מענטשן'ס הערצער האבן צוריק אנגעהויבן קלאפן, איז אויב עפעס, א ראיה צו די מערכה פון רמ"ד בימיו דארט אין בערלין יעצט וויל איך הערן ווי שיין דו ביסט מסביר פארוואס מ'דארף זיך "נישט" רעכענען מיט די שטודיע און די פאקטן.

(דער אמת מיין איך אז די זאכן פאסירן נאר ביי קארדיאק ארעסט וכדו', נישט ווען די הארץ הערט אויף צו קלאפן מחמת חלאים אחרים. קארעקט' מי איף איים ראנג).

נשלח: דאנערשטאג מאי 05, 2016 8:52 pm
דורך הקטן
איך האבן נישט דארך געטון די הלכה און אויך נישט די פאקטן

וואס איז מיר געווען אינטערעסאנט מיט דעם שטודיע איז, אז מח טויט מיינט נישט קאנשען טויט - דאס ווייזט דער שטודיע זייער קלאר
דאס מיינט אז און יעדען פאל ווען דער מוח איז טויט ווייסען מיר באמת נישט, צי דער קאנשעס איז פארלאשען צו נישט.
אויב דו מיינסט דאס איז נישט רעלאוואנט, זאל זיין אזוי

הלכה, לויט וואו איך פארשטיי, רעכנט זיך נישט מיט יא קאנשען אדער נישט קאנשען
הלכה רעכנט זיך מיט נשימה - צו אלס ויפח באפיו נשמת חיים
צו ווייל הלכה איז געבויט אויף objective measures ווייל לא ניתנה תורה למלאכי השרת.

קארדיאק ארעסט איז א קאנדישען וואס א יעדער וואס איז היינט טויט האט דארך געמאכט. מען קען נישט זיין טויט אן דעם.