בלאט 1 פון 1
קארלינער מה ידידות און סיגעטער בבואו מאדום
נשלח: דינסטאג מאי 04, 2021 5:18 am
דורך צפור בודד
דער סיגעט/סאטמאר בבואו מאדום איז שטארק באקאנט און ס'איז מיר געווען א חידוש
דא צו הערן אז דער קארלינער מה ידידות הייבט זיך אן כמעט דער זעלבער. קארלין איז אסאך אן עלטערער גזע ווי סיגעט אבער ס'קען אויך זיין אז די קארלינער האבן פארפאסט דעם ניגון שפעטער ווי בבואו מאדום.
דרך אגב, ס'איז כדאי אויך צו הערן ביי דעם לינק דעם קארלינער "בר-יוחאי" וואס איז א באקאנטער טאנץ ניגון, לא תבושי סטייל. איך האב נישט געוואוסט אז ס'איז קארלין און אויף בר-יוחאי.
נשלח: דינסטאג מאי 04, 2021 7:17 am
דורך סעגאל
עס הייסט אז איינער פין די סיגוטע רבי'ס איז געווען ביי רבי הירש'עלע מרימינב אין פין דארט קימט די ניגון סאו קען זיין ביידע סיי די סאטמערע אין סיי די קארלינע קימען פין פריער אין פין די זעלבע פלאטץ.
נשלח: דינסטאג מאי 04, 2021 7:43 am
דורך שמחהלע קאפשטיק
סעגאל האט געשריבן:עס הייסט אז איינער פין די סיגוטע רבי'ס איז געווען ביי רבי הירש'עלע מרימינב אין פון דארט קימט די ניגון סאו קען זיין ביידע סיי די סאטמערע אין סיי די קארלינע קימען פין פריער אין פין די זעלבע פלאטץ.
קארלין שטאמט פון ר’ אהרן הגדול פון קארלין און פונעם בית אהרן, מקום מושבם אין ווייס רוסלאנד,
איך קען נישט זעהן ווי ביידע זאלן האבן עפעס שייכות, אז די קארלינער רביס זאלן אהין גיין.
[אחוץ דורך דעם וואס טשערנאבל איז געווען א מחותן מיט קארלין און מיט רוזשין און כידוע דער ר"ר איז געפארן קיין רוזשין]
עכ"פ איך מיין אז נאר די אנפאנג פונעם ניגון איז די זעלבע,
גראדע צווישען חב"ד און קארלין טרעפט מען אסאך ענליכע און זעלבע ניגונים צוליב די נאנטקייט ביידע זענען געווען געבעיסט אין די זעלבע געגנטער אין רוסלאנד
נשלח: דינסטאג מאי 04, 2021 9:38 am
דורך רביה''ק זי''ע
צפור בודד האט געשריבן:ס'איז מיר געווען א חידוש
דא צו הערן אז (דער)
א קארלינער מה ידידות הייבט זיך אן כמעט דער זעלבער.
גראדע די ערשטע ניגון אויף יענע סידי זינגט מען אויך אין ברעסלב אויף א נידריגערע טאון מיט נאך קליינע שינוים. די לעצטע ניגון דארט איז א באקאנטע כליזמר ניגון, בפשטות האבן עס די קארלינע חסידים געהערט אין מירון.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 09, 2022 7:54 pm
דורך שאטן
צפור בודד האט געשריבן: ס'איז מיר געווען א חידוש
דא צו הערן אז דער קארלינער מה ידידות הייבט זיך אן כמעט דער זעלבער.
דו ווייסט אפשר ווי איך קען הערן די הויכע פאל פון די ניגון? איך האב געהערט א שיינע שטאטע ניגון וואס איך האב זייער האנה געהאט, די שפילער האט מיר געזאגט אז עס איז א קארלינער מה ידידית. איך זוך שוין לאנג די ניגון אער איך קען עס נישט טרעפן, עס איז מעגליך די ניגון.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 09, 2022 11:28 pm
דורך מחצה''ק
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:סעגאל האט געשריבן:עס הייסט אז איינער פין די סיגוטע רבי'ס איז געווען ביי רבי הירש'עלע מרימינב אין פון דארט קימט די ניגון סאו קען זיין ביידע סיי די סאטמערע אין סיי די קארלינע קימען פין פריער אין פין די זעלבע פלאטץ.
קארלין שטאמט פון ר’ אהרן הגדול פון קארלין און פונעם בית אהרן, מקום מושבם אין ווייס רוסלאנד,
איך קען נישט זעהן ווי ביידע זאלן האבן עפעס שייכות, אז די קארלינער רביס זאלן אהין גיין.
[אחוץ דורך דעם וואס טשערנאבל איז געווען א מחותן מיט קארלין און מיט רוזשין און כידוע דער ר"ר איז געפארן קיין רוזשין]
עכ"פ איך מיין אז נאר די אנפאנג פונעם ניגון איז די זעלבע,
גראדע צווישען חב"ד און קארלין טרעפט מען אסאך ענליכע און זעלבע ניגונים צוליב די נאנטקייט ביידע זענען געווען געבעיסט אין די זעלבע געגנטער אין רוסלאנד
סדא גראדע א קארלינע ניגון וואס קרלין שרייבט עס קימט פון ר''ר הערש די ניגון יהי החודש
Re: קארלינער מה ידידות און סיגעטער בבואו מאדום
נשלח: פרייטאג יולי 19, 2024 12:42 am
דורך בלויע בעקיטשע
עס איז דא א שויתי ה' לקראתי וואס מען זינגט אין סלונים וואס קומט פון ר' יצחק ממעליץ.