בלאט 1 פון 2

ברעיקינג! נישט געווען קיין פאליציי ביי מירון אומגליק

נשלח: מיטוואך מאי 05, 2021 6:40 pm
דורך ליב צו וויסן
נארוואס ערשינענע ווידעאו באשטעטיגט, נישט געווען קיין שום פאליציי און נישט קיין שום מחסום.

https://bshch.blogspot.com/2021/05/blog-post_932.html

נשלח: מיטוואך מאי 05, 2021 6:46 pm
דורך ליב צו וויסן
ווי אויך טוט די ווידעאוי (ווארשיינליך..) באשטעטיגן אז דאס וואס מען האט פארציילט אז פאליציי האט אראפגענומען די קעמערעס, איז געווען א בלבול.

נשלח: מיטוואך מאי 05, 2021 9:16 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
דער ערשטער סאליד ווידיאו פונעם שרעקליכען אינצידענט. עס האט מיר געדויערט אפאר שעה פון ווען איך האב עס באקומען אין וואטסאפפ ביז איך האב גענומען די קוראזש עס צו קוקן. (איך האב דייקא נישט געקוקט רוב בילדער און ווידיאוס ביז אהער מחמת צושטורעמקייט)

די אינטערעסאנטע דעטאל בנוגע די ווידיאו איז אז עס איז אנגעקומען צו ערוץ 12 דורך ישראל קרויס - אן אקטיווער מא"ש'ניק. וואס איז זיין אגענדע? די ווידיאו כפי ראות עיני איז א גענצליכער ריינוואשונג אויפן משטרה, וואס האט געברענגט פאר ישראל קרויס צו פארשפרייטן די ווידיאו?

ועוד, איך האב געזעהן אויף טוויטער (געדענק נישט וואו) אז די משטרה האט אן אנדערע ווידיאו וואס זיי גייען ארויסלייגן, און קרויס האט זיי געפעדערט. Am I missing something?

Re: ברעיקינג! נישט געווען קיין פאליציי.

נשלח: מיטוואך מאי 05, 2021 10:18 pm
דורך תוהו ובוהו
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:די אינטערעסאנטע דעטאל בנוגע די ווידיאו איז אז עס איז אנגעקומען צו ערוץ 12 דורך ישראל קרויס - אן אקטיווער מא"ש'ניק. וואס איז זיין אגענדע? די ווידיאו כפי ראות עיני איז א גענצליכער ריינוואשונג אויפן משטרה, וואס האט געברענגט פאר ישראל קרויס צו פארשפרייטן די ווידיאו?


איך האב נישט געוואוסט אז אמת דארף אויך אן אגענדע..


Sent from my KFDOWI using Tapatalk

Re: ברעיקינג! נישט געווען קיין פאליציי.

נשלח: מיטוואך מאי 05, 2021 11:08 pm
דורך פאליטיקאנט
הרב חיות זז"ג, וועלכע איז געווען פון די ערשטע געשעדיגטע און האט אויך פארלוירן א קינד (הב' ידיד' חיות ז"ל) זאגט קלאר אז די פאליציי האט נישט בלאקירט.
(מ'קען הערן ווי מאנכע פרובירן אריינצוקוועטשן אז עס איז יא געווען, און אז משטרה זענען שונא חרדים - כאילו אפי' אויב עס איז יא געווען א באריקאדע איז עס געווען במזיד אויף צו הרג'ענען....)
https://streamable.com/qtm8g6

נשלח: מיטוואך מאי 05, 2021 11:34 pm
דורך קאצקע ציקער
פאליטיקאנט האט געשריבן:הרב חיות זז"ג, וועלכע איז געווען פון די ערשטע געשעדיגטע און האט אויך פארלוירן א קינד (הב' ידיד' חיות ז"ל) זאגט קלאר אז די פאליציי האט נישט בלאקירט.
(מ'קען הערן ווי מאנכע פרובירן אריינצוקוועטשן אז עס איז יא געווען, און אז משטרה זענען שונא חרדים - כאילו אפי' אויב עס איז יא געווען א באריקאדע איז עס געווען במזיד אויף צו הרג'ענען....)
https://streamable.com/qtm8g6

זיי מסביר וואס האט געסטאפט די מענטשן פון ג'יין ווייטער אז נישט קיין געיט אדער פאליציאנטען?

נשלח: מיטוואך מאי 05, 2021 11:35 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
תוהו ובוהו האט געשריבן:
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:די אינטערעסאנטע דעטאל בנוגע די ווידיאו איז אז עס איז אנגעקומען צו ערוץ 12 דורך ישראל קרויס - אן אקטיווער מא"ש'ניק. וואס איז זיין אגענדע? די ווידיאו כפי ראות עיני איז א גענצליכער ריינוואשונג אויפן משטרה, וואס האט געברענגט פאר ישראל קרויס צו פארשפרייטן די ווידיאו?


איך האב נישט געוואוסט אז אמת דארף אויך אן אגענדע..


Sent from my KFDOWI using Tapatalk

איך ווייס נישט 'וואס' די אגענדע איז, אבער כנראה איז דא עפעס אן אגענדע.

ואשרי המאמין.

חרדים אבל כן מטומטמים.

נשלח: מיטוואך מאי 05, 2021 11:36 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
קאצקע ציקער האט געשריבן:
פאליטיקאנט האט געשריבן:הרב חיות זז"ג, וועלכע איז געווען פון די ערשטע געשעדיגטע און האט אויך פארלוירן א קינד (הב' ידיד' חיות ז"ל) זאגט קלאר אז די פאליציי האט נישט בלאקירט.
(מ'קען הערן ווי מאנכע פרובירן אריינצוקוועטשן אז עס איז יא געווען, און אז משטרה זענען שונא חרדים - כאילו אפי' אויב עס איז יא געווען א באריקאדע איז עס געווען במזיד אויף צו הרג'ענען....)
https://streamable.com/qtm8g6

זיי מסביר וואס האט געסטאפט די מענטשן פון ג'יין ווייטער אז נישט קיין געיט אדער פאליציאנטען?
מכח די פראגע זאל זיך הימל און ערד איבערדרייען, עדות און קעמערעס ווייזן שווארץ אויף ווייס, אבער ס'מוז זיין אז ס'איז געווען א געיט?!

Re: ברעיקינג! נישט געווען קיין פאליציי.

נשלח: מיטוואך מאי 05, 2021 11:45 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
ליב צו וויסן האט געשריבן:ווי אויך טוט די ווידעאוי (ווארשיינליך..) באשטעטיגן אז דאס וואס מען האט פארציילט אז פאליציי האט אראפגענומען די קעמערעס, איז געווען א בלבול.
האסט בכלל געהאט א הוה אמינא אז ס'איז אמת?!

Re: ברעיקינג! נישט געווען קיין פאליציי.

נשלח: מיטוואך מאי 05, 2021 11:47 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
המלוכה והממשלה האט געשריבן:ווער דארף א ווידיא ווען כ'האב 111 עדות אויף אייוועלט וואס ווייסען אז ס'איז יא געוועהן א געיט
נוסח דער שטורמער!

נשלח: מיטוואך מאי 05, 2021 11:56 pm
דורך מפיל קינד
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:ווי אויך טוט די ווידעאוי (ווארשיינליך..) באשטעטיגן אז דאס וואס מען האט פארציילט אז פאליציי האט אראפגענומען די קעמערעס, איז געווען א בלבול.
האסט בכלל געהאט א הוה אמינא אז ס'איז אמת?!

פארוואס זאל עס נישט זיין אמת? די פאליציי איז אונטער אויספארשונג. פארוואס זאלן זיי לאזן די קעמרעס פאר יעדעם צו זען אז די פראסעקיוטערס זאלן זאמלען באווייזן קעגן זיי? זיי ווילן בויען זייערע טענות לויט די קעמרעס וואס זיי האבן. זייער פארשטענדליך.

אגב, די דאזיגע ווידיאו איז פון א קעמרע פון א הכנסת אורחים העכער די רעמפ. זיי האבן עס געגעבן פאר ערוץ 20.

נשלח: דאנערשטאג מאי 06, 2021 12:03 am
דורך דער גאלדענער אדלער
רעד נישט ווי א מפיל קינד, די זאכן ארבייטן נישט אזוי אין א פרייע לאנד!

נשלח: דאנערשטאג מאי 06, 2021 12:09 am
דורך מפיל קינד
אין מדינת ישראל האט די פאליציי מער קראפט ווי אין רוב דעמאקראטישע לענדער. קיינער האט נישט קיין מאכט איבער זיי. זעלטן איז דא וואס מ'שטראפט דארט אן אפיציר.

די פאליציי דארט זענען העלדן ווייל זיי קעמפן קעגן טעראריסטן. זיי ווערן באטראכט ווי סאלדאטן. קיינער וואגט זיך נישט צו זאגן א קרום ווארט קעגן זיי (חוץ די לינקע בג"ץ, אבער זעלטן וואס א קעיס קומט אן אהין). טו אביסל ריסערטש ביטע.

נשלח: דאנערשטאג מאי 06, 2021 2:04 am
דורך טאמבל סאס
ליב צו וויסן האט געשריבן:נארוואס ערשינענע ווידעאוי באשטעטיגט, נישט געווען קיין שום פאליציי און נישט קיין שום מחסום.

https://bshch.blogspot.com/2021/05/blog-post_932.html

פון אונטן לינקס, ביי די אנדערע ענד, אוואו מ'קומט ארויס פון די סימטה, איז אויך דא ווידיאוס וואו מ'זעהט אז ס'נישטא קיין באריקעיד אדער פאליציי? אויף דער ווידיאו זעהט מען נישט וואס טוט זיך דארט אינדרויסן. (פארנט פון די מאסע.)

Re: ברעיקינג! נישט געווען קיין פאליציי.

נשלח: דאנערשטאג מאי 06, 2021 8:32 am
דורך טמיר
טאמבל סאס האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:נארוואס ערשינענע ווידעאוי באשטעטיגט, נישט געווען קיין שום פאליציי און נישט קיין שום מחסום.

https://bshch.blogspot.com/2021/05/blog-post_932.html

פון אונטן לינקס, ביי די אנדערע ענד, אוואו מ'קומט ארויס פון די סימטה, איז אויך דא ווידיאוס וואו מ'זעהט אז ס'נישטא קיין באריקעיד אדער פאליציי? אויף דער ווידיאו זעהט מען נישט וואס טוט זיך דארט אינדרויסן. (פארנט פון די מאסע.)

זעלבע שאלה געהאט

נשלח: דאנערשטאג מאי 06, 2021 9:17 am
דורך [NAMELESS]
:roll:

נשלח: דאנערשטאג מאי 06, 2021 9:56 am
דורך ליב צו וויסן
חתם סופר האט געשריבן::roll:


אזאנע ארטיקלען זענען ליידער די סיבה לחשוש ווען מען ליינט עפעס אין די חרדי'שע פרעסע.

נשלח: דאנערשטאג מאי 06, 2021 6:03 pm
דורך גיב א שמייכעל
מ'פארקויפט פארן ציבור הוידל בוידל, אבי אראפצונעמען אינזער גילט"י קאנטשע"ס אז אפשר... אפשר.. זענען מיר אליינס שילדיג ווייל מיר האבן זיך געשטיפט ווי חיות?!
אזוי ווי כ'האב שוין געשריבן אין אן אנדערע אשכול בין איך דארט געווען צען מינוט פאר די טראגעדיא! און עס איז נישט געווען קיין שום געי"ט אדער פאליציאנט אויפן ארט!!

https://drive.google.com/file/d/1a4Ova7 ... p=drivesdk

דא קענט איר אויך זעהן, אז מ'זעט נישט קיין שום געיט!

Re: ברעיקינג! נישט געווען קיין פאליציי.

נשלח: פרייטאג מאי 07, 2021 8:30 am
דורך פאליטיקאנט
איינער פרובירט צו אויפווייזן די פאלטשקייט אינעם ווידיאו, מיטן ווייזן אז די ווידיאו איז צוזאמגעשטעלט פון אנדערע צייטן........

https://twitter.com/hasidic_1/status/13 ... 9019475969


וואס דער חכם כאפט נישט;
-יעדע מאל "ערוץ 12" זומ'ט אריין (צו ווייזן די עק פונעם בילד קלארער) דאן זעט מען נישט די צייט - גאר פארשטענדליך.
-אסאך מאל מאכן זיי במכוון טונקל די גאנצע בילד אויסער א געוויסע 'ספאט' צו ווייזן עפעס דארט, נישט אז די "לייטינג" טוישט זיך - נעמט נישט קיין גאונות עס צו פארשטיין.
-עס קען נישט זיין זיי נעמען פון אנדערע צייטן ווייל אגאנצען צייט איז די פלאץ אנגעשטאפט מיט מענטשן...... - נוץ דיין שכל.

נשלח: פרייטאג מאי 07, 2021 2:19 pm
דורך וויליאמסבורגער
סאטמאר רבי מהרי''י

נשלח: פרייטאג מאי 07, 2021 3:48 pm
דורך תרמב
וואס ווילסטו פון אים, ער האט דאך נישט געוויסט, דעמאלטס האט מען געמיינט אז די פאליציי האט געלייגט א געיט.

נשלח: פרייטאג מאי 07, 2021 7:44 pm
דורך פערינא
יעדע בר דעת פארשטייט אז די פאליציי זענען די שופטים ושוטרים, ואין לך אלא שופט שבימך.

למעשה ווייס מיר אלע פראקטיש אז די געפערליכע אומגליק איז געשען ווייל ס'איז נישט געווען קיין פאליציי. ס'איז נישט קיין ארדענונג. פארוואס איז נישט געווען קיין פאליציי? ווייל זיי ווייסען וויאזוי די חרדים זענען אויפגעהעצט קעגען זיי. און זיי ווילן נישט איבערקערן מירון.

קומט די איד און גיסט אויס א קיתון של שופכים קעגן די פאליציי און די כישוף רעדל פארט ווייטער.

נשלח: מוצ"ש מאי 08, 2021 10:56 pm
דורך מפיל קינד
תרמב האט געשריבן:וואס ווילסטו פון אים, ער האט דאך נישט געוויסט, דעמאלטס האט מען געמיינט אז די פאליציי האט געלייגט א געיט.

מ'דארף נאר זען אז די פסוקים זאלן שטימען אויך אן די פאליציי, איידער מ'דרוקט עס אין מהר"יי ט"ב...