איך האב יעצט אנגעטראפן דעם ווידאו און די נוסח פון פארהערן האט מיר ארויפגעברענגט אין זכרון די שבת סעודה אלס קינד ביי מיין טאט׳ן אין שטוב מ׳האט גרינטליך פארהערט יעדן פון די יומגלעך די משניות, גמרא און אפילו חומש רש״י האט מען נישט געקענט אפקומען גרינג
https://youtu.be/4eHBeAJCl8o
עס דערמאנט מיר וואס א נישט חרדישער קרוב אונזערער האלט אין איין באדויערן אויף דעם וואס מען גיבט נישט פאר אונזערע חסידישע קינדער די גילעגנהייט אויסצוניצן די יונגע יארן צו לערנען סייענס א.ד.ג. ער זאגט אלעמאל: שטעל זיך פאָר מיט די כשרונות וואס די קינדער האבן וואלטן אסך פון זיי געקענט אויסוואקסן אן איינשטיין! ווער וויייסט אויב די שליסל צו טרעפן א רפואה צו קענסער ליגט אין איינע פון די קינדער!
דרך אגב אז איר גיבט א קוק האט דאס ווידיאו נאנט צו צוויי מיליאן views, שטעל זיך פאר ווען א חסידיש קינד וואלט געקענט די שפראך & געוויזן זיין בקיאות אין סיי וועלכע נושא וויפיל התפעלות מענטשן וואלטן געכאפט (און מ׳וואלט נאך געמאכט געלט אויך דורך די יוטוב קליקס) פלאָס עס וואלט געווען א קידוש ה׳ און געוואלדיגע אינספיראציע פאר יעדן
פארהערן שבת ביים טיש
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 198
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 09, 2021 5:18 am
- האט שוין געלייקט: 460 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 276 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
בונה של טוב: ס'ווענדט זיך אויך א סאך וויאזוי דער טאטע פארהערט זיינע קינדער שבת נאכמיטאג. אויב פארהערט ער מיט א שטרענגקייט, דאמאלס איז (כמעט) יצא שכרו בהפסדו. ווייל די קינדער וועללן אייביג האבן אין זיכרון (אפילו סוב-קאנשיעסלי) אז שבת איז דער ערגסטער טאג פון די וואך. ווען דער טאטע שרייט און פראסקעט...!
מיין טאטע, ע"ה האט אויך פארהערט אונז שבת נאכמיטאג. אבער ער האט עס געטון מיט אן איידלקייט. ר'האט אייביג אנגעהויבן מיט דעם זעלבן לשון..."לאמיר איבערגיין די פרשה. אדער די בלאט גמרא וואס מ'האט געלערנט אין חדר די וואך"...! אויך האט ער ארויסגעהאלפן מיט האלבע ווערטער און רמזים אז מ'זאלל זיך דערמאנען פשט אין רש"י אדער די גמרא...!
איך דערמאן מיך אז דער אלטער פאפא רב זצ"ל האט אויך געהאט אזא געוואוינהייט. ווען ר'איז געקומען פארהערן די בחורים אין ישיבה קטנה. ער האט אונטערגעהאלפן פאר א בחור. און אויב דער בחור האט נישט אנגעהויבן צו וויסן ..."מאי קאמרה רביצן"... ווייל ער האט נישט געלערנט. האט ער באקומען א פארציע מוסר. נישט געשריגן. נאר איידלערהייט האט ער געזאגט פאר א בחור..."דו ביסט דאך שוין א גרויסער בחור. פארוואס לערנסטו נישט"...!