בלאט 1 פון 1

א בחור בַּאבֶּערט מיט אנדערע אין ישיבה. וואס טוט מען?

נשלח: דאנערשטאג מאי 06, 2021 2:24 pm
דורך [NAMELESS]
הגם קדושה איז נישט מיין נושא, האב איך לעצטנס געהאט א דיסקוסיע מיט אן עלטערן יונגערמאן ווען אונזער שמועס איבער חרדי'שע אידן שנתפסו על עוונם זיצן אין תפיסה ה"י. און משום והייתם נקיים, דער שמועס האט זיך אנגעהויבן איבער א איד וואס זיצט אין תפיסה צוליב געלט סיבות... דער שמועס האט זיך נאר פארקירעוועט.

תכלית. אונזער שמועס האט זיך געענדיגט מיט חילוקי דיעות און כ'בין שטארק נייגעריג צו הערן וואס די חכמי השטיבל האבן צוצוגעבן דערצו.

כ'מיין אז אסאך היינטיגע יונגעלייט קענען מעיד זיין, אז ליידער, אין ישיבה איז ער צוגערירט געווארן פון אנדערע אדער האט ער געבאבערט מיט אנדערע. כ'גיי יעצט נישט אריין צי די בחורים זענען נאך טראמאטיזירט אדער נישט אדער האבן א טינא בלב איינער אויפ'ן צווייטן. נישט דאס איז דער נושא.

כ'בין נישט קיין מחנך אין א ישיבה און כ'גלייב אז ביי די איינגעשטעלטע איז דאס איינס פון די ערנסטע נושאים אויפ'ן טיש.

אבער, וואס האלט דער עולם? וואס טוט מען מיט א בחור וואס באבערט מיט אנדערע?

דער יונגערמאן מיט וועמען איך האב גערעדט האט גע'טענה'ט: וואס איז די שאלה בכלל? מ'זאל רופן פאליציי פאר דעם בחור! די היינטיגע מגידי שיעור און מנהלים לאזן אזעלכע בחורים אין ישיבה. זיי בלייבן אין ישיבה און זיי זינדיגן מיט נאך און נאך בחורים, שפעטער ווערט דער בחור א יונגערמאן און ס'שטעלט זיך נישט אפ.

איך האב געזאגט פאר דעם יונגערמאן: ביסט משוגע געווארן? רופן פאליציי? יעדע בחור האט א יצר הרע. א ריזן פראצענט פון די בחורים וואס זענען מחטיאים האבן דערויף חרטה א מינוט דערויף און טייל פון זיי באגנוגן זיך מיט'ן מחטיא זיין א בחור צוויי און נישט מער. ס'איז א דורכגאנג ביי אזויפיל בחורים ליידער און די איינציגסטע זאך וואס מען קען טון איז פשוט אז דער מגיד שיעור אדער מנהל זאל אריינגעבן און פארהאלטן דעם בחור, סטראשען אא"וו.

ועוד, ס'איז דא אזויפיל בחורים וועלכע זענען אלס בחור געווען מחטיאים און מיט די יארן שפעטער זענען זיי אויפגעוואקסן און זיי זענען היינט נארמאלע און חשוב'ע יונגעלייט.

אויך האבן מיר גערעדט צי א יונגערמאן מעג היינט רופן פאליציי אויף אן אנדערן יונגערמאן וואס האט געבאבערט מיט אים 20 יאר צוריק אין ישיבה. איך האב גע'טענה'ט אז מה שהיה היה און דער יונגערמאן איז שוין זיכער אויפגעוואקסן געווארן. יענער האט אבער גע'טענה'ט אז דאס איז נישט קיין תירוץ, און אויב איז ער באגוואלדיגט געווארן אין די יונגע יארן מעג ער סיי ווען במשך ימי חייו רופן פאליציי אויף יענעם וואס האט אים אמאל באגוואלדיגט.

פון דארט איז דער שמועס געגאנגען א שטאפל טיפער, לגבי געהייראטע מחטיאים.

דער יונגערמאן טענה'ט: פאליציי, פאליציי און פאליציי.

איך האב אבער גע'טענה'ט, אז ווען מ'כאפט חלילה א יונגערמאן, דארף מען זיך צוערשט נאכפרעגן אויב זיין לאקאלער רב וכדומה ווייסט אז דער יונגערמאן איז נעבעך עלול צו טון נישט גוטע זאכן. יעצט, אויב דער רב/רבי ווייסט צו זאגן אז דער יונגערמאן איז א חזיר און ער האט שוין עטליכע נפשות אויף זיין קאנטע, נו, דארף מען טון ערנסטע שריט. אבער אויב ס'איז די ערשטע מאל וואס מ'כאפט דעם יונגערמאן, פארוואס זאל מען גלייך גיין צו פאליציי און חרוב מאכן דאס לעבן פון דעם מחטיא?

ער האט אבער גע'טענה'ט אז אלע רבנים זענען פונקט גענוג בלויז אויף זיך צו איינוויקלען אונטערן בעקיטשע און גארנישט טון למען הכלל והפרט, און אפילו אויב יא, וועלן זיי זיך אננעמען פאר'ן מחטיא און זוכן צו פארדעקן דעם אינצידענט. און סיי ווען איז דער ערשטער אפציע: פאליציי.

וואס איז ענקער חוות דעת?

נשלח: דאנערשטאג מאי 06, 2021 2:30 pm
דורך מפיל קינד
נישט פאליציי פאליציי פאליציי, נאר דער אינגערמאן דארף א דאקטאר, דאקטאר, דאקטאר...

נשלח: דאנערשטאג מאי 06, 2021 4:33 pm
דורך שמעקעדיג
דיין חבר קוקט אויס צו זיין אן ערנסטע אפגעבריטער וויקטים.

וואס מיינסטו וועט פאליציי טון ווען 2 בחורים טוען וואס מען דארף נישט? מיינערס מיט מיינערס איז פאררעכנט נארמאל און זיי קענען גארנישט טאן, לפי ידיעתי.

נשלח: דאנערשטאג מאי 06, 2021 4:49 pm
דורך אישתישבי
עס איז נישט קלאר צו דיין שאלה איז ביי א מאנס אדער א מפתה.

ווי אויך, דער באבערען ביי בחורים איז גאר א קליינע עבירה און עס געשעהן גארנישט. כל זמן מיט פארגעוואלדיגט נישט כמכחול בשפופרת איז עס א שוואכע עבירה. ווער עס ווייסט ווייסט אז דאס איז דער סטאנדארטער עבירה. אוודאי איז דא גרעסערע חזירים.

נשלח: דאנערשטאג מאי 06, 2021 4:53 pm
דורך קאך_לעפל
דאס בעסטע מיטל איז גארנישט צו טאן!
אז יא עפעס טאן, שיקט אים צו א ווארימע חסידישע איד, אן אויסגעווייקטער תלמוד פון רבינו הק' זי''ע, א איד וועלכער איז אויסגעקאכט אין די הייליגע שובבים תורות, און עסט די הייליגע מאכל פצע''י מיט אסאך קנאבל, שבת נאך די צוויבל מיט אייער. אז ער זאל אריינרעדן אין אים אביסל ווארימע מוסר, און אים פארציילן ווי שטארק דער רבי זי''ע האט געוויינט אויף דעם.
מ'מוז גלייכצייטיג זיכער מאכן, נישט צו פארשעמען דעם בחור. ער האט פאטענציאל אויסצווואקסן א צדיק וקדוש... און מיט אים פארשעמען קען אים חלילה אוועק לייגן אויף אייביג.

נשלח: דאנערשטאג מאי 06, 2021 5:09 pm
דורך טאמבל סאס
איך ווייס נישט צו דא איז די ריכטיגע אשכול. אבער וויאזוי זאגט מען עס גענוי? באברען? באברענען? אדער באבערן?

נשלח: דאנערשטאג מאי 06, 2021 5:29 pm
דורך טאמבל סאס
פרוש האט געשריבן:אויך האבן מיר גערעדט צי א יונגערמאן מעג היינט רופן פאליציי אויף אן אנדערן יונגערמאן וואס האט געבאבערט מיט אים 20 יאר צוריק אין ישיבה. איך האב גע'טענה'ט אז מה שהיה היה און דער יונגערמאן איז שוין זיכער אויפגעוואקסן געווארן. יענער האט אבער גע'טענה'ט אז דאס איז נישט קיין תירוץ, און אויב איז ער באגוואלדיגט געווארן אין די יונגע יארן מעג ער סיי ווען במשך ימי חייו רופן פאליציי אויף יענעם וואס האט אים אמאל באגוואלדיגט.

פון דארט איז דער שמועס געגאנגען א שטאפל טיפער, לגבי געהייראטע מחטיאים.

דער יונגערמאן טענה'ט: פאליציי, פאליציי און פאליציי.

איך האב אבער גע'טענה'ט, אז ווען מ'כאפט חלילה א יונגערמאן, דארף מען זיך צוערשט נאכפרעגן אויב זיין לאקאלער רב וכדומה ווייסט אז דער יונגערמאן איז נעבעך עלול צו טון נישט גוטע זאכן. יעצט, אויב דער רב/רבי ווייסט צו זאגן אז דער יונגערמאן איז א חזיר און ער האט שוין עטליכע נפשות אויף זיין קאנטע, נו, דארף מען טון ערנסטע שריט. אבער אויב ס'איז די ערשטע מאל וואס מ'כאפט דעם יונגערמאן, פארוואס זאל מען גלייך גיין צו פאליציי און חרוב מאכן דאס לעבן פון דעם מחטיא?

וואס איז ענקער חוות דעת?

דו מישט אביסל, קודם רעדסטו פון א אינגערמאן וואס טוט נישט גארנישט היינט אדער מ'ווייסט נישט צו ער טוט נישט אבער וואס ער האט יונגערהייט פארגוואלדיגט אנדערע. זעה די בּאָלד. ׁ(איך קען אויך מאכן פינטעלעך..)

דערנאך, טוישטו אזוי געניט אריבער די שמועס איבער א אינגערמאן וואס מ'האט געכאפט עס טוהן היינט. דא אבער ווייטער ווערסטו אומקלאר ווייל דו ביסט ממשיך "דארף מען זיך צוערשט נאכפרעגן אויב זיין לאקאלער רב וכדומה ווייסט אז דער יונגערמאן איז נעבעך עלול צו טון נישט גוטע זאכן." האט ער היינט פארגוואלדיגט אדער אמאל? האט מען אים געכאפט צו נישט?

נשלח: דאנערשטאג מאי 06, 2021 6:54 pm
דורך בת קול
דו רעדסט פון א בחור וואס ווערט באצווינגען אדער נישט?
אויב שעדיגט ער אנדערע אוודאי דארף מען נעמען ערנסטע שריט. וואו קומט דא אריין פרעגן א רב וויפיל ער האט שוין פריער געשעדיגט?
עס מוז זיין כאטש 3 קרבנות מען זאל אוועקלייגן א פארברעכער?

אויב איז דאס פשוט 2 בחורים וואס ביידע שפילן זיך ארום ווילענדיג, איז אן אנדערע מעשה.

נשלח: דאנערשטאג מאי 06, 2021 7:03 pm
דורך [NAMELESS]
טאמבל סאס האט געשריבן:

זייע פשוט. קודם רעד איך פון א יונגערמאן וואס וויל זיך אפרעכענען מיט אן אנדערן יונגערמאן וואס האט אים פארגוואלדיגט אין די בחורי'שע יארן. דאס מיינט ווען ביידע זענען געווען בחורים. יעצט יארן שפעטער וויל דער יונגערמאן זיך אפרעכענען מיט'ן צווייטן.

דערנאך וואס דו ציטירסט רעד איך פון א סימפל מעשה אז א יונגערמאן וואס מ'האט היינט געכאפט טון א א היינטיגע מעשה, מ'ווייסט אבער נישט וואס מ'זאל טון מיט דעם יונגערמאן; איז ער אן אלט געזעסענער מחטיא אדער יעצט האט זיך סתם אזוי געמאכט אז דער יונגערמאן האט זיך צעלאזט. האב איך גע'טענה'ט אז מ'זאל פרעגן זיין לאקאלער רב וואס וועט אפשר וויסן אויב דער יונגערמאן האט א זינדיגע בעוקגראונד היסטארי.

נשלח: דאנערשטאג מאי 06, 2021 7:04 pm
דורך [NAMELESS]
בת קול האט געשריבן:דו רעדסט פון א בחור וואס ווערט באצווינגען אדער נישט?
אויב שעדיגט ער אנדערע אוודאי דארף מען נעמען ערנסטע שריט. וואו קומט דא אריין פרעגן א רב וויפיל ער האט שוין פריער געשעדיגט?
עס מוז זיין כאטש 3 קרבנות מען זאל אוועקלייגן א פארברעכער?

אויב איז דאס פשוט 2 בחורים וואס ביידע שפילן זיך ארום ווילענדיג, איז אן אנדערע מעשה.

כ'ווייס נישט אויב 3... איך האב נאר געקלערט אז אויב ווייסט מען אויף זיכער אז ס'איז די ערשטע מאל איז גענוג אז מ'ווארנט אים אן די ביינער.

נשלח: דאנערשטאג מאי 06, 2021 7:07 pm
דורך בת קול
פרוש האט געשריבן:
בת קול האט געשריבן:דו רעדסט פון א בחור וואס ווערט באצווינגען אדער נישט?
אויב שעדיגט ער אנדערע אוודאי דארף מען נעמען ערנסטע שריט. וואו קומט דא אריין פרעגן א רב וויפיל ער האט שוין פריער געשעדיגט?
עס מוז זיין כאטש 3 קרבנות מען זאל אוועקלייגן א פארברעכער?

אויב איז דאס פשוט 2 בחורים וואס ביידע שפילן זיך ארום ווילענדיג, איז אן אנדערע מעשה.

כ'ווייס נישט אויב 3... איך האב נאר געקלערט אז אויב ווייסט מען אויף זיכער אז ס'איז די ערשטע מאל איז גענוג אז מ'ווארנט אים אן די ביינער.

מען קען קיינמאל נישט וויסן אויף זיכער.
Better safe than sorry.

אין ביידע פעלער איז דער וויקטים בארעכטיגן צו נעמען סיי וועלכע שריט ער זעהט פאר וויכטיג.
א רודף'ס בלוט איז נישט טייערער ווי די וויקטים'ס.

נשלח: דאנערשטאג מאי 06, 2021 7:29 pm
דורך ליב צו וויסן
דיין שאלה איז א Minor מיט א Minor?
וואס גייט די פאליציי טוהן?

בנוגע די 20 יאר צוריק שאלה.
ס'איז דא אזא זאך ווי Statue of limitation, כ'ווייס נישט ווילאנג ס'איז ביי די סארט אקטן.

נשלח: דאנערשטאג מאי 06, 2021 9:03 pm
דורך אלע צוזאמען
א מעשה וואס פאסירט צווישן בחורים, זאל בעסער בלייבן צווישן די בחורים.
און א ווארט צו די בחור, די וויקטים, כאפ אן דיין רודף, און ברעך אים אן אלע ביינער, לערן אים א לעקציע וואס ער זאל עס געדענקן אויף אייביג, אפילו אויב עס איז די ערשטע מאל.

נשלח: דאנערשטאג מאי 06, 2021 9:40 pm
דורך תרמב
די בחורים דארפן אלע קומען לייענען קאווע שטיבל צו הערן דיין הארציגע אויסשריי, אבער די מנהל קען זיי נאך אנברעכן די ביינער פאר דעם אליינס.

Re: א בחור בַּאבֶּערט מיט אנדערע אין ישיבה. וואס טוט מען?

נשלח: דאנערשטאג מאי 06, 2021 9:56 pm
דורך תוהו ובוהו
פתח במחטיא ועבר למאנס וסיים במחטיא...

א מחטיא איז נאר א אידישער פראבלעם, גארנישט מיט פאליציי צוטוהן, זאלן מחנכים וואס זארגן זיך פארן כרם השם, טוהן וואס זיי ווילן: דערשרעקן, שלאגן, מאכן שולד געפיהלן, אלעס צוזאמען. (דער עיקר איז צוקוועטשן דעם בחור'ס נאטורליכע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] וואוקס, מיט א געמיש פון לייקענען אינעם פראבלעם, צוקוועטשן דעם פראבלעם, און אזוי דורכשטופן ביז מ'וועט אים טרעפן א כלי מחזיק ברכה)

א מאנס איז אן ערענסטן פראבלעם, בפרט ביי מיינער'ס וואס דער דרייוו איז אויפן העכסטן גראד, און דאס פארשטאנד/אחריות/רואה את הנולד איז היפש נידריג, און געווענטליך ווי נאר ער ווערט עלטער וועט ער אזאנס נישט טוהן, פונקט ווי קינדער וואס גנב'נען ריסעס...

און דאכטצעך לעגאל איז אויך נישט דא צופיל צוטוהן חוץ 'צו הרחקה'/מאסר ללילה.

Sent from my KFDOWI using Tapatalk

נשלח: פרייטאג מאי 07, 2021 1:12 am
דורך גרעפיקסער
וואס צו טוען מיט יענעם איז א ערענסטע שאלה, אבער וואס דו דארפסט יא טון איז אויסלערנען ׳דיין׳ קינד ׳סעלף-דיפענס׳ שוין פון די 8-9 יאר. זאלעס זיין ׳סיי וואס׳ אפילו פאליציי! און פאר ׳סיי ווער׳ ס׳זאל זיך נישט מאכן...

נשלח: פרייטאג מאי 07, 2021 1:14 am
דורך נײגעריגער
איי איז דאס א פּרוש... די נאַאיװיטעט אין די מענטשלעכע טבע, און אינעם מציאות, שרייט ארויס מבין הדברים.
ליבי אומר לי, און פון צװישן די שורות איז גאנץ קלאָר משמע, אז יענער איז נישט באמת "באגוואלדיגט געווארן" (דהײנו אין בוכשטעבליכן זין פון װארט: שלא מרצונו, - ד. ה. אז ער האט געזאגט "כ'װיל נישט" און דער אנדערער האט ממשיך געװען במעשה אָהן זיין הסכמה), נאר ער פּלאָגט זיך מיט רוחניות'דיגע שולד געפילן אויף מעשי ילדות. אלזא, אויסער אויב ער װאוינט אין איראַן אדער סאַודי אַראַביע. װאו מע טייטעט פאר די ענינים, װאס איז אפי' די הו"א דא צו גיין צו די פּאָליציי?

װי דער עולם האט אנגעמערקט, מישט ער צאַם א קוגל איום ונורא. נעמט אייך אריין אין קאָפּ: מענטשן שפּילן זיך צװישן בני גילם. װאָס איז דאס עמיצנס דאגה?
װילסט תשובה טוהן? זאג תהילים, תיקון הכללי, געב צדקה אא'װ. חרטה על העבר מיינט נישט גיין צו די פאליציי אדער באַרעדן יענעם, אדער באַשולדיגן דעם שותף לדבר עבירה וכדו'
איינער איז זיך מוחל די עבירות אויף די עלטערע יארן, נו זאל עם װאויל באַקומען. נישט אויף יענעמס חשבון אבער. ס'נישט מענטשלעך און נישט יודישלעך.

װי עס שיינט פעלט דא די בעיסיק ידיעה אין אזעלכע יסודות'דיגע ענינים װאס יעדע אכט יעריגס ברויך צו װיסן, אז אפשר איז טאקע בעסער אז מ'שװייגט. װי עס שטייט כשם שמצוה על אדם לומר וכו'
איך אלײן בין לדאבוני נישט געװען צופיל בעסער, נישט לאנג צוריק :oops:
דעם עלטערן יונגערמאן ראָהט איך ער זאל ביטע גיין פאר פּראָפעסיאָנעלע היילונג סיי װי אזוי, ס'װעט עם העלפן געבן א קלאָרערע בליק אויף זיין פּיין און נישט פאָרזעצן װייטאגן אויף נאך צװאנציג יאר. שרייען פּאליציי פּאליציי פּאליציי װעט נישט היילן זיינע װאונדן.

פרוש האט געשריבן:א ריזן פראצענט פון די בחורים וואס זענען מחטיאים האבן דערויף חרטה א מינוט דערויף און טייל פון זיי באגנוגן זיך מיט'ן מחטיא זיין א בחור צוויי און נישט מער.

לאו דוקא. ודי בזה.

פרוש האט געשריבן:ס'איז א דורכגאנג ביי אזויפיל בחורים ליידער און די איינציגסטע זאך וואס מען קען טון איז פשוט אז דער מגיד שיעור אדער מנהל זאל אריינגעבן און פארהאלטן דעם בחור, סטראשען אא"וו.

חס וחלילה!
דאס קען זיין די סיבה פארװאס יענער האלט אז ער איז באגװאלדיגט געװארן. די נאָגנדע שולד געפיהל װאס מ'פּרעדיגט אזוי אריין, קען חרוב מאַכן ס'נפש פאַר יאָרן לאַנג.
דרכיה דרכי נועם, לא ניתנה תורה למלאכי השרת. מ'ברויך דעם בחור נייטן א פארשטענדלעכן אויער, פארשטיין געבן אז דאס איז די סדר העולם, יעדער האט די תאװה, ס'נישט זיין שולד אז ער האט די האַרמאָנען. יעדער יחיד מוטשעט זעך מיט דעם אויף זיין שטייגער. און ער זאל טאַקע זעהן צו ארבעטן דערויף, זיך האלטן אין די ראַמען כּפי שידו מגעת. און די װעלט װעט זיך נישט ענדיגן אויב ער "זינדיגט" אמאל. דאס איז די נאַטור פון די מענטשהייט. (זיסע חלומות, כװייס... מי יתן והיה)

נישט נאר סטראַשען און פראסקענען ארבעט נישט, ס'האט אפט די פארקערטע השפּעה.

כמובן, אויב רעדט מען פון איינער װאס גייט ארום באצװינגען אנדערע, פּשוטו כמשמעו; איז עס דאך גאָר אַן אנדערע מעשה. טערעפּי און טאַבלעטן װערן לכאו' גע'עצה'ט אין אזאַ פאל, (בפרט באַ אונדז װאס לאזן פארפילן דעם אמת'ן געברויך לכתחילה איז דאך אומדערהערט), ביז דער בחור קומט לכּלל דעת מיט א געזונטערע צוגאַנג אין די נושא אדער באַקומט פּת בסלו.

אז א יונגערמאַן טשעפּעט זיך צו יונגערע בחורים אדער א בחור צו יונגלעך, איז עס דאך גאר אן אנדערע סוגיא בכלל. ואינו דומה צו אייער חבר'ס ערפאַרונג.

כל זה נראה לפענ"ד, ואם טעיתי בעט איך מחילה. וה' הטוב יכפּר.