בלאט 1 פון 2
א ציטער! קינד אין מירון וויל נישט הילף צוליב סמארט פאון
נשלח: דאנערשטאג מאי 06, 2021 5:49 pm
דורך היכי דמי
עס איז היינט ארויף א אינטערוויא אויף קול מבשר מיט א חשובע אינגערמאן וועלכע איז געווען אין מירון, און דעקט אויף א טראגיש קאמיש דעטאל. איך וואלט עס נישט געגלייבט, און אוודאי וואלט איך עס נישט פארשפרייט, אבער אזויווי איך האב עס געהערט אויף קול מבשר וואס איז די אפיציעלע נייעס קוואל ערלויב איך מיר עס איבערצוזאגן, אבער איך צווייפל נאך אלס אויב די מעשה איז אמת.
לויט ווי ער דערציילט האט א איד געוואלט אויפהייבן איינע פון די קינדער עד יעבור זעם, אבער אנטשלאסענערהייט האט דאס אומשולדיג קינד, אין די לעצטע מינוט'ן פון זיין לעבן, צוריקגעוויזן זיין הילף צוליב דעם וואס ער האט א כלי.
איך גלייב שווער אין די מעשה, אבער אפילו עס איז נאר א משל כאפט מיר א ציטער.
הערט און שטוינט:
https://drive.google.com/file/d/1pvJezm ... p=drivesdkדי אינטערוויא אויף קול מבשר: (בערך ביי 9:07)
אינטערוויו: "אוי חברותא או מיתותא", חברותא פון האברך ר' דוד קרויס ז"ל קען זיך נישט געזעגענען פון זיין חבר, און שילדערט די שווערע איבערלעבענישן אין מירון, און וואס עס האט דערציילט א איד בבית האבלים למשפחת ענגלארד פארוואס דאס יונגעל האט אים נישט געלאזט אונטערהייבן עד יעבור זעם : הרב יואל ראזענפעלד :
https://www.yiddish24.com/interviews/12/38774
נשלח: דאנערשטאג מאי 06, 2021 6:00 pm
דורך גיב א שמייכעל
כ'האב געהערט די מעשה פון איינער וואס איז געווען מנחם אבל זיין משפחת ענגלארד, און בשעת ער איז דארט געווען איז אריינגעקימען א מזרח'ניק און פארציילט פארן טאטע אז ער איז די מענטש מיטן סמארטפאון וואס האט געוואלט ראטעווען זיין זוהן.
נשלח: דאנערשטאג מאי 06, 2021 6:52 pm
דורך טאמבל סאס
נישט שיין. מנחם אבל זיין מיינט קומען טרייסטן. נישט קומען וויי טוהן. אך, וואס קען מען ערווארטן פון א מזרחניק מיט א סמארטפאון..
נשלח: דאנערשטאג מאי 06, 2021 7:19 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
וואסארא צופראסקעט פאלק מיר זענען. די גאנצע מערכה קעגן סמארטפאונס איז נישט ווערט א ספק ספיקא פון פיקוח נפש.
נשלח: דאנערשטאג מאי 06, 2021 9:34 pm
דורך תרמב
איך האב געזען א סטאטוס מיט די מעשה און יענער האט צוגעשריבן אז השומרים דארף זיך איבערטראכטן אויב זיי האבן געהרג’עט א קינד בשוגג, מיט זייער מערכה.
נשלח: פרייטאג מאי 07, 2021 1:16 am
דורך פינטעלע איד
און די אלע מענטשן וואס זענען געשטאנען מיט די סמארטפאונס און געכאפט ווידיא אנשטאט אויפהייבן מענשטן, דארפן זיך גוט איבער טראכטן וכו'
בכלל, דארפסט נישט ווערן אזוי פארציטערט, ס'זעט אויס פונעם שמועס אז דאס איז געווען אסאך פאר ס'איז איינעם איינגעפאלן אז דא גייט מען דערשטיקט ווערן.
נשלח: פרייטאג מאי 07, 2021 1:21 am
דורך גרעפיקסער
תרמב האט געשריבן:איך האב געזען א סטאטוס מיט די מעשה און יענער האט צוגעשריבן אז השומרים דארף זיך איבערטראכטן אויב זיי האבן געהרג’עט א קינד בשוגג, מיט זייער מערכה.
יעצט (און נאך אזא יאר וואס איז דורך...) בינעך שוין אינגאנצן צומישט מיט דיני גרמא ביי פיקוח נפש.
נשלח: פרייטאג מאי 07, 2021 1:23 am
דורך שמעון וואלף
פינטעלע איד האט געשריבן:און די אלע מענטשן וואס זענען געשטאנען מיט די סמארטפאונס און געכאפט ווידיא אנשטאט אויפהייבן מענשטן, דארפן זיך גוט איבער טראכטן וכו'
די ביסט נישט אפ טו דעיט. היינט קען מען אויך כאפן בילדער און ווידעאס פון פשוט'ע פאונס
נשלח: פרייטאג מאי 07, 2021 2:05 am
דורך פינטעלע איד
גערעכט. און מען קען זיך אויך נעמען דאס לעבן מיט א פשוטע גארטל, אן השומרים קארטלעך.
נשלח: פרייטאג מאי 07, 2021 3:01 am
דורך אלע צוזאמען
פינטעלע איד האט געשריבן:און די אלע מענטשן וואס זענען געשטאנען מיט די סמארטפאונס און געכאפט ווידיא אנשטאט אויפהייבן מענשטן, דארפן זיך גוט איבער טראכטן וכו'
פאר ווער ס'איז שוין געווען אין 'מירון' ווייסט אז די ביסט נישט גערעכט מיט דיין טענה, יעדע יאר געשעהן באלאגאנים דארט, צו זאל עס זיין מ'שלאגט זיך צווישן זיך, מיט אונזער ספרד'ישע ברודער, צו מיט די משטרה, צו סתם אן איבערקערעניש ארום א געצעלט, און די עולם שטייט און כאפט בילדער און קליפ'ס.
קיין איין איד וואלט נישט געשטאנען גלייכגילטיג ביי די, די יעריגע טראגעדיע ווען ער ווייסט אז עס גייט זיך ענדיגן אפילו נאר מיט איין טויטע, מ'איז פשוט צוגעוואוינט אז עס טוט זיך, און מ'גייט ווייטער.
נשלח: פרייטאג מאי 07, 2021 3:36 am
דורך טאמבל סאס
פינטעלע איד האט געשריבן:גערעכט. און מען קען זיך אויך נעמען דאס לעבן מיט א פשוטע גארטל, אן השומרים קארטלעך.
סאוי דו זאגסט אז דאס קינד איז אפשר געווען סוסיידעל? וואספארא פארדרייטע ארגומענט..!
נשלח: פרייטאג מאי 07, 2021 3:38 am
דורך טאמבל סאס
פינטעלע איד האט געשריבן:און די אלע מענטשן וואס זענען געשטאנען מיט די סמארטפאונס און געכאפט ווידיא אנשטאט אויפהייבן מענשטן, דארפן זיך גוט איבער טראכטן וכו'
.
זיי האבן עס געטוהן כדי דו זאלסט נישט נאכדעם קענען קומען טענהן אז ס'איז געווען א געיט.
נשלח: פרייטאג מאי 07, 2021 1:04 pm
דורך [NAMELESS]
פינטעלע איד האט געשריבן:גערעכט. און מען קען זיך אויך נעמען דאס לעבן מיט א פשוטע גארטל, אן השומרים קארטלעך.
אדער א גארטל אדער א קארטל
Re: א ציטער! קינד אין מירון וויל נישט הילף צוליב סמארט פאון
נשלח: זונטאג מאי 09, 2021 2:07 am
דורך אונטער חכם
טאמבל סאס האט געשריבן:פינטעלע איד האט געשריבן:און די אלע מענטשן וואס זענען געשטאנען מיט די סמארטפאונס און געכאפט ווידיא אנשטאט אויפהייבן מענשטן, דארפן זיך גוט איבער טראכטן וכו'
.
זיי האבן עס געטוהן כדי דו זאלסט נישט נאכדעם קענען קומען טענהן אז ס'איז געווען א געיט.
דאס איז מען דאך נאר געוואויר געווארן פון די אויגעלעך...
סיי וויאזוי, כ'האף אז די אידן דא לאזן אויס די קינות וואס דערציילן וויאזוי טאטעס האבן געשחטן די אייגענע קינדער אבי נישט זיך צו ביקן צו עפעס א נארישן קלעצל.
נשלח: זונטאג מאי 09, 2021 4:14 am
דורך טאמבל סאס
דו מיינסטט טאקע אלס איז געווען בלויז איבער א נארישע קלעצל...?
נשלח: זונטאג מאי 09, 2021 7:52 am
דורך טאמבל סאס
איך כאפ מיר יעצט אז אין יארן ארום וועט מען זאגן אז די קאנפליקט דא איז אויכעט געווען סתם איבער א נארישע שטיקל סיליקאן.. סיליקאן אפשר, שוין גארנישט אבער נאריש.
נשלח: מאנטאג מאי 10, 2021 12:17 am
דורך פינטעלע איד
טאמבל סאס האט געשריבן:פינטעלע איד האט געשריבן:גערעכט. און מען קען זיך אויך נעמען דאס לעבן מיט א פשוטע גארטל, אן השומרים קארטלעך.
סאוי דו זאגסט אז דאס קינד איז אפשר געווען סוסיידעל? וואספארא פארדרייטע ארגומענט..!
אלע צוזאמען האט געשריבן:פינטעלע איד האט געשריבן:און די אלע מענטשן וואס זענען געשטאנען מיט די סמארטפאונס און געכאפט ווידיא אנשטאט אויפהייבן מענשטן, דארפן זיך גוט איבער טראכטן וכו'
פאר ווער ס'איז שוין געווען אין 'מירון' ווייסט אז די ביסט נישט גערעכט מיט דיין טענה, יעדע יאר געשעהן באלאגאנים דארט, צו זאל עס זיין מ'שלאגט זיך צווישן זיך, מיט אונזער ספרד'ישע ברודער, צו מיט די משטרה, צו סתם אן איבערקערעניש ארום א געצעלט, און די עולם שטייט און כאפט בילדער און קליפ'ס.
קיין איין איד וואלט נישט געשטאנען גלייכגילטיג ביי די, די יעריגע טראגעדיע ווען ער ווייסט אז עס גייט זיך ענדיגן אפילו נאר מיט איין טויטע, מ'איז פשוט צוגעוואוינט אז עס טוט זיך, און מ'גייט ווייטער.
דאס איז פונקט וואס איך ברענג ארויס, אז דאס קינד איז אויך נישט איינגעפאלן וואו אזוי דאס גייט ענדיגן.
Re: א ציטער! קינד אין מירון וויל נישט הילף צוליב סמארט פאון
נשלח: מאנטאג מאי 10, 2021 12:44 am
דורך כניאק
פלוצלינג גלייבן די אויפגעקלערטע פון קאווע שטיבל, א מעשה וואס איינער האט פארציילט וואס איינער האט געטראכט וואס איינער האט גע׳חלוםט.
די מעשה איז קיינמאל נישט געשען אזוי ווי רוב מעשיות וואס גייען ארום.
די איינציקסטע קשיא איז פארוואס מ׳באקט אזאלכע רישעות׳דיגע מעשיות.
נשלח: מאנטאג מאי 10, 2021 1:19 am
דורך תרמב
די חשבון מיטן באקן די מעשיות איז אז די אלע וואס מאכן די מעשיות פאר השומרים זאלן וויסן אז די מעשיות קענען גיין ביידע וועגן, אז מ’באקט שוין קען מען שוין באקן פאר יעדן.
Re: א ציטער! קינד אין מירון וויל נישט הילף צוליב סמארט פאון
נשלח: מאנטאג מאי 10, 2021 1:59 pm
דורך תוהו ובוהו
דעס איז א מעשה 'השוה לכל נפש' באשטעלט סיי דורך השומרים און סיי דורך ק''ש.
דער כאפט א ציטער ווי מ'האט זיך דערקייקעלט, און דער טוט זיך גאר אויף אויף קול מבשר וואסארא 'הייליגע חינוך' די קינדער האבן...
Sent from my KFDOWI using Tapatalk
נשלח: מאנטאג מאי 10, 2021 2:41 pm
דורך ואידך
כניאק האט געשריבן:פלוצלינג גלייבן די אויפגעקלערטע פון קאווע שטיבל, א מעשה וואס איינער האט פארציילט וואס איינער האט געטראכט וואס איינער האט גע׳חלוםט.
די "ציטער" איז נישט אזוי ווייט פון דעם וואס א קינד האט יא אדער נישט געטאהן.
די ציטער כאפט ענדערשט פון די מעסעדזש וואס די מעשה פארציילער זוכן צו פארשפרייטן.
נשלח: מאנטאג מאי 10, 2021 4:09 pm
דורך אישתישבי
ואידך האט געשריבן:כניאק האט געשריבן:פלוצלינג גלייבן די אויפגעקלערטע פון קאווע שטיבל, א מעשה וואס איינער האט פארציילט וואס איינער האט געטראכט וואס איינער האט גע׳חלוםט.
די "ציטער" איז נישט אזוי ווייט פון דעם וואס א קינד האט יא אדער נישט געטאהן.
די ציטער כאפט ענדערשט פון די מעסעדזש וואס די מעשה פארציילער זוכן צו פארשפרייטן.
נישט נארמאל, אונז ווערען געפירט דורך מענטשן וואס ווערען וואס א טאג מער ראדיקאל.
איין עצה איז דא, זיי אויסשרייען און אויספויקען אז זיי זענען ראדיקאל, קיינער האט נישט ליב צו זיין אפיציעל ראדיקאל.
נשלח: מיטוואך מאי 12, 2021 3:38 am
דורך Hadasim
כניאק האט געשריבן:פלוצלינג גלייבן די אויפגעקלערטע פון קאווע שטיבל, א מעשה וואס איינער האט פארציילט וואס איינער האט געטראכט וואס איינער האט גע׳חלוםט.
די מעשה איז קיינמאל נישט געשען אזוי ווי רוב מעשיות וואס גייען ארום.
די איינציקסטע קשיא איז פארוואס מ׳באקט אזאלכע רישעות׳דיגע מעשיות.
____________________________________
על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון
ווער זאגט דיך אז מ'גלייבט? די Damaging Message איז פונקט אזוי שלעכט נישט קיין חילוק צי די מעשה איז אמת אדער נישט.
פון וואנעט ווייסט איהר אז די ספעציפישע מעשה איז נישט געשעהן? וואס איז אייער באוויייז?
די ראדיקאלן האלטן און איין באקן שלעכטע מיאוסע און רשעותדיגע מעשיות, ווייל זיי דארפן די Damaging Message וואס קומט ארויס פון דעם, כנ"ל.
געדענק ביי ראדיקאלן איז אלעמאהל די מטרה מקדש די אמצעי!