בלאט 1 פון 1
משפחת בוסקילה - מירון
נשלח: פרייטאג מאי 07, 2021 11:10 am
דורך אבשלום בן מעכה
אין מירון, נאנט צום ציון, וואוינט א משפחה מיטן נאמען 'בוסקילה', זיי האקן דארט א לעבן און מאכן גרויסע חינגעס ל"ג בעומר און אויך א גאנץ יאר. וואס איז די מעשה מיט די משפחה, וואו קומען זיי אן אהין און ווער האט זיי געגעבן דאס פלאץ?
נשלח: פרייטאג מאי 07, 2021 1:51 pm
דורך תרמב
ס’איז אויך דא א פאמיליע טעדגי, תדגי, עפעס אזוי, א ספרדישע פאמיליע לכאורה, זיי זענען מער אונטן פון די מהדרין וועג, זיי האבן א מקוה מיט א שטיקל שטח ווי מ’בראט פלייש לג בעומר און ס’איז פרייליך דארט.
נשלח: פרייטאג מאי 07, 2021 1:57 pm
דורך אלע צוזאמען
לכאורה זענען ביידע משפחות, חזקות וואס ארום דעם דרייט זיך גאנץ מירון.
נשלח: פרייטאג מאי 07, 2021 2:02 pm
דורך berlbalaguleh
זיי (די 2 משפחות און אויך אנדערע) שפירן זיך אלס נאנטע קרובים און מחותנים אלס ספרדי'שע אפשטאמיגע. אזוי ווי די אונגערישע אידן שפירן אין הארץ א שטיקל קירבה מיט ר' ישעי'לע קערעסטירער, זי"ע...!
נשלח: פרייטאג מאי 07, 2021 3:38 pm
דורך אבשלום בן מעכה
ס'איז דא נאך אסאך.
ס'זענען דא מענטשן וואס וואוינען אין היילן אין יענעם געגנט, זיי האבן דארט מטה שלחן כסא ומנורה מיט אלע צוגעהערן. פאר ל"ג בעומר זענען דא אסאך מענטשן וואס שטעלן אויף פראפאזארישע שאטערס, מען זיצט דארט א וואך אדער מער. אבער קביעות'דיגע וואס האבן גרויסע שטחים איז דא ווייניגער.
ס'איז אינטערעסאנט, ווייל דא אין אמעריקע וואלט קיינמאל נישט געווען אזא מציאות.
נשלח: פרייטאג מאי 07, 2021 5:39 pm
דורך berlbalaguleh
ס'איז דאך א אידיש לאנד. מיט אלע חסרונות און קריטיק וואס מ'קען געבן, זענען זיי דאך אידן. מיט א אידיש הארץ...!
ווי זאגט די גמרא..."ישראל אעפ"י שחטא ישראל הוא"...!
נשלח: זונטאג מאי 09, 2021 1:17 am
דורך [NAMELESS]
די טדגי פאמיליע קען איך פון די נאנט, איך האב אמאל געגעסן ביי זיי שבת אין מירון. די ראש המשפחה הייסט יאסל טעדגי. א טייערער איד מיט א טיפע נשמה און א גאר ברייטע הארץ. ער האט א גרויסע בנין מיט א פיינע מקוה אין אפאר צימערן דארט גלייך פאר מען גייט ארויף צו די מערה. געבויט האט עס איהם יודי גאלדבערגער (ב״ר ישראל). ער פארדיגנט די צימערן פאר א הכנסה צום לעבען, געט פיין צופרעסן אימזינסט פאר ווער ס׳וויל.
נשלח: זונטאג מאי 09, 2021 1:34 am
דורך לבי ובשרי
עמקות המחשבה האט געשריבן:די טדגי פאמיליע קען איך פון די נאנט, איך האב אמאל געגעסן ביי זיי שבת אין מירון. די ראש המשפחה הייסט יאסל טעדגי. א טייערער איד מיט א טיפע נשמה און א גאר ברייטע הארץ. ער האט א גרויסע בנין מיט א פיינע מקוה אין אפאר צימערן דארט גלייך פאר מען גייט ארויף צו די מערה. געבויט האט עס איהם יודי גאלדבערגער (ב״ר ישראל). ער פארדיגנט די צימערן פאר א הכנסה צום לעבען, געט פיין צופרעסן אימזינסט פאר ווער ס׳וויל.
יאפס. רבי יאסל איז אן איש חשוב ונשגב. כ'קען אים אויך פונדערנאנט. דאכט זיך אז ער זאגט אויס תהלים ביי רבי שמעון יעדן חצות אדער משהו כזה.
כ'דענק נאך ווען ער האט פאראויסגעזאגט דעם דאטום וועם כ'וועל א חתן געווארן און ס'איז טאקע דעמאלט מקויים געווארן... נישט מער געדאכט. דאכט זיך אז ער דארף צו הייסן א מומחה אין חכמת היד. אזוי געדענק איך.