בלאט 1 פון 3

אומגלויבליך! נטורי קרתא מחזק די פאלעסטינער צו פייטן ווייטער

נשלח: דינסטאג מאי 11, 2021 10:09 pm
דורך ליב צו וויסן
https://twitter.com/hasidic_1/status/1392257367597780992

דערמאנט די טענה פון סאטמאר קעגן אגו"י...
נישט צו גלייבן ווי ווייט מען קומט אן מיטן זיך מתחבר זיין לרשעים..
פלעגן גיין פשוט צו זאגן אז מיר ווערן נישט פארטרעטן דורך די ציונים, און היינט טוהן זיי אפן שטיצן רציחה אין די מדינה!

נשלח: דינסטאג מאי 11, 2021 10:48 pm
דורך יעקב מעקסוועל
איך האב געמיינט נארט קארעא איז מחזק די פאלעסטינער...


וואס איז די פראבלעם מיט מחזק זיין די פאלעסטינער? דו ווילסט זיי זאלן יא אויפגעבן? איך וויל נישט טראכטן וויאזוי די מצב וואלט אויסגעזען ווען זיי אלע זענען זיך אינגאנצען מייאש.

די פאלעסטינער דארף מען מחזק זיין אין זייער שווערע מצב. כאטש עס איז קלאר זיי וואלטן געקענט זיך ארויסזען דערפון ווען זיי טוען וואס זיי דארפן, איז עס נישט אונזער פליכט זיי צו זאגן מוסר. יעדער זאל זאגן מוסר פאר זיך און א גוט ווארט פאר די אנדערע זייט.

נשלח: דינסטאג מאי 11, 2021 11:03 pm
דורך ליב צו וויסן
ביי די פאלעסטינער האט "נישט אויפגיבן די פייט" א טויטליכע באדייט.

נשלח: דינסטאג מאי 11, 2021 11:05 pm
דורך ליב צו וויסן
יעקב מעקסוועל האט געשריבן:איך האב געמיינט נארט קארעא איז מחזק די פאלעסטינער...


פאראכטן.

נשלח: דינסטאג מאי 11, 2021 11:06 pm
דורך berlbalaguleh
יעקב מעקסוועל האט געשריבן:איך האב געמיינט נארט קארעא איז מחזק די פאלעסטינער...


וואס איז די פראבלעם מיט מחזק זיין די פאלעסטינער? דו ווילסט זיי זאלן יא אויפגעבן? איך וויל נישט טראכטן וויאזוי די מצב וואלט אויסגעזען ווען זיי אלע זענען זיך אינגאנצען מייאש.

די פאלעסטינער דארף מען מחזק זיין אין זייער שווערע מצב. כאטש עס איז קלאר זיי וואלטן געקענט זיך ארויסזען דערפון ווען זיי טוען וואס זיי דארפן, איז עס נישט אונזער פליכט זיי צו זאגן מוסר. יעדער זאל זאגן מוסר פאר זיך און א גוט ווארט פאר די אנדערע זייט.

יעקב מעקסוועל: 50% זענען מיר שוין מקיים. אונז פאכע מיר מיט דעם פאלעסטינער פאן אין טאג פון נאקבה. (נישט חלילה אן ענליך ווארט. הס מלהזכיר. עפ"ל.). דאס וואס די ציונים רופן זייער יום העצמות. ווען זייער מדינה של גהינום האטציך געגרינדעט. אונז ערליכע אידן זאגן דאמאלס יא תחנון. און אונז עסן דזשאחנון. נאר פארשטייצעך בצינעה. ווייל ס'הייסט אז אונז פאסטן אין דעם יום המר והנמהר. אפילו אויב ס'איז דא א ברית אין ביהמ"ד. ואס עפ"י שו"ע זאגט מען דאמאלס נישט קיין תחנון. ווייל אונזערע 2 הוגי דיעות פונ'ם דור. הרב ישראל מ. סופר המכונה מנשה'קעלע פיליפ. און הרב. נו, כ'האב שוין פארגעסן זיין נאמען. ער שרייבט אין בלאט. המכונה שמואל שלמה טעללער... האבן געזאגט אז אין דעם פאל (אויך אין עטליכע ענליכע פעלער) מעג מען אנפייפן דעם שו"ע.. שוין דערמאנט. הרב ש.ב. מרגליות (שליט"א) זצ"ל.

ס'געווען אמאל א איד. זייער א תמימות'דיגער און ערליכער. ער האט א יעדן טאג ביי די ברכות השחר ווען ער האט געזאגט די ווערטער ..."ומדינה של גהינום"... האט ער אינזין געהאט אז דער אייבישטער זאלל איהם ראטעווען פון די פארשאלטענע ציונים אין די מדינה של גיהינום. מדינת ישראל. איין טאג איז איהם אנגעקומען א טשעק פון מס הכנסה . דער שטייער אמט פון מדינת ישראל. אויף א סכום פון א פאר טויזנט דאללער. האט ער נישט געוואוסט וואס צו טון. האט ער געפרעגט זיין רב (הרב מ.ב.ב.?) וואס ער זאלל טון. האט איהם די רב געפסקנ'ט אז ער קען איינקעשן דעם טשעק. נאר פון היינט אן זאלל ער זאגן די ברכה אן שם ומלכות...!

נשלח: מיטוואך מאי 12, 2021 7:29 am
דורך סעגאל
איך האב עס נאך קיינמאל נישט נאכגעקיקט. אבער בפשטית אין ש"ע שטייט נישט אז מען זאגט נישט קיין תחנן. נאר איינער וואס מאכט א ברית מוהל אין סנדוק אין אזוי האט מען זיך טאקע געפירט אין זיי האבען געזאגט פאר אנדערע אז ווען זיי האבען געהאט א ברית האבען זיי נישט געזאגט.

נשלח: דאנערשטאג מאי 13, 2021 3:18 am
דורך אישתישבי
סעגאל האט געשריבן:איך האב עס נאך קיינמאל נישט נאכגעקיקט. אבער בפשטית אין ש"ע שטייט נישט אז מען זאגט נישט קיין תחנן. נאר איינער וואס מאכט א ברית מוהל אין סנדוק אין אזוי האט מען זיך טאקע געפירט אין זיי האבען געזאגט פאר אנדערע אז ווען זיי האבען געהאט א ברית האבען זיי נישט געזאגט.


סא קוק עס נאך, ווייל דו ביסט נישט גערעכט.

נשלח: דאנערשטאג מאי 13, 2021 6:06 am
דורך berlbalaguleh
יעקב מעקסוועל האט געשריבן:איך האב געמיינט נארט קארעא איז מחזק די פאלעסטינער...


וואס איז די פראבלעם מיט מחזק זיין די פאלעסטינער? דו ווילסט זיי זאלן יא אויפגעבן? איך וויל נישט טראכטן וויאזוי די מצב וואלט אויסגעזען ווען זיי אלע זענען זיך אינגאנצען מייאש.

די פאלעסטינער דארף מען מחזק זיין אין זייער שווערע מצב. כאטש עס איז קלאר זיי וואלטן געקענט זיך ארויסזען דערפון ווען זיי טוען וואס זיי דארפן, איז עס נישט אונזער פליכט זיי צו זאגן מוסר. יעדער זאל זאגן מוסר פאר זיך און א גוט ווארט פאר די אנדערע זייט.

יעקב מעקסוועל: דו ביסט צו שטארק אידעאליסטיש. דו טראכטסט ראמאנטיש. הלוואי וואלט אזוי געווען ווי דו ווינטשסט. דאמאלס וואלט שוין געווען דער תיקון השלם.

התינח. דאס אלעס איז געזאגט געווארן אויב זיי (די אראבערס) וואלטן נישט געווען אזעלכע רוצחים ווי זיי זענען. אפשר דאמאלס וואלט איך אויך געקענט האבן א שטיקל סימפאטיע אין מיין הארץ פאר די אזוי-גערופענע היימלאזע פאלעסטינער. און מ'וואלט געדארפט ארבעטן צו קומען צו עפעס א סעטטלמענט. אבער אין דעם יעצטיגן מצב בארירט מיך גארנישט זייער סיטואציע. איך הייב אפילו נישט אן אריינצוטראכטן ווער ס'איז דא גערעכט. אויסער דעם פאקט אז אונזער רעכט אויף ארץ ישראל איז שוין פון ששת ימי בראשית. אזוי ווי רש"י זאגט אויף דעם ערשטן פסוק אין די תורה...!

נשלח: דאנערשטאג מאי 13, 2021 12:38 pm
דורך זופ מיט מאנדלען
איך פלעג אויך אמאל טראכטן אזויווי@יעקב מעקסוועל, דערציטערט בין איך אבער געווארן ווען סהאבן זיך איין טאג אנגעהויבן יאווען מחשבות צו בארעכטיגן אייכמאן און גערינג, מיר לעבן אין א וועלט ווי א פאזיטיווע בליק איז ליידער נישט מעגליך אלעמאל.

נשלח: דאנערשטאג מאי 13, 2021 2:10 pm
דורך יעקב מעקסוועל
אויב אונז קענען נישט טראכטן נואנסד, וויאזוי קענען אונז פארלאנגען פון אנדערע צו פארשטיין דקות'דיגע חילוקים. אויב דו האסט נישט קיין סימפאטיע פאר צובראכענע פאלעסטינער וועגן עס איז דא טעראריסטען, קענסטו נישט האבן קיין טענות ווען קארטעז וויל נאר פארדאמען מדינת ישראל ווייל זיי טוען עוולות.

נשלח: דאנערשטאג מאי 13, 2021 2:36 pm
דורך גאלד
יעצט קומט ברעכעדיגע נייעס, אז כאמאס איז שוין גרייט געווען צו אויפהערן באשירעמען אר"י מיט ראקעטן, זיי זענען שוין געווען אויפן וועג אהיימגיין שלאפן, נאר ווי נאר זיי האבן געזען אויף וואסעפפ אז דער נטורי קרתא פון ענגלאנד איז זיי מחזק זיין, האבן זיי זיך צוריק אויסגעדרייט און געשאסן נאך איין ראקעט.

רח"ל לאן הגענו!!!

נשלח: דאנערשטאג מאי 13, 2021 2:40 pm
דורך רביה''ק זי''ע
יא, מה נפשך איז דער נטורי חרטא נישט צום זאך, אויב טראכט ער אז קיינער הארכט איהם נישט אויס איז ער דאך סתם א שוטה פאר׳ן שרייען אינעם ווינט אריין, ווידער אויב רעדט ער זיך איין אז איינער הארכט איהם אויס איז ער סיי א שוטה און סיי א רשע.

נשלח: דאנערשטאג מאי 13, 2021 2:43 pm
דורך גאלד
לפי האמת ער האלט אז מיט דעם נעמט ער אראפ דעם חרון אף פון שונאי המדינה קעגן אידן בשאר המדינות. קענסטיך דינגען, אבער דאס פונקטליך העלין זיי דיר זאגן ווען די רעדסט צו זיי.

נשלח: דאנערשטאג מאי 13, 2021 2:46 pm
דורך רביה''ק זי''ע
איז ער דאך ממש א שוטה משוטה, ער טראכט אזוי, דער אייראפעישער גוי הארכט איהם אויס מיט׳ן פולן ערנסקייט אבער דער ישראלישע מוסולמענער לאכט אין די פויסטן פון זיינע רייד, גיי פארשטיי א גאלדענע קאך לעפל.

נשלח: דאנערשטאג מאי 13, 2021 2:53 pm
דורך גאלד
.....

נשלח: דאנערשטאג מאי 13, 2021 2:54 pm
דורך גאלד
סקען דאך נישט שאטן צו פרובירן.

זעהסטעך וואס דא גייט פאר, יעדער פאלעסטינער מיט זייערע שטיצער, דא אין אמעריקע זענען ביטער אנגערעגט אויף יעדן איד, צו וואס פעלט דאס אויס? וועמען העלפט דאס? ממילא זענען זיי מכריז ידינו מסולקת, מיר האבן גארנישט מיט דעם געמויזעכטס, און מיט דעם מונע זיין אפשר אטאקעס אויף אידן.

דאס איז זייער סברה.

נשלח: דאנערשטאג מאי 13, 2021 3:03 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ס׳קען פונקט אזוי זיין פארקערט, אז דער אייראפעישע גוי וועט זיך אויסלאכן און דער מוסלומענער וועט איהם ערנסט נעמען, אינטערעסאנט פארוואס פאר די חסידים פון ווילנא איז נישט איינגעפאלן דעם סברא. (כ׳האב שוין געקאווערט אלע דיינע ניקס? :D )

נשלח: דאנערשטאג מאי 13, 2021 3:17 pm
דורך יעקב מעקסוועל
ענק האלטן עכט דאס מאכט מער טעראר?

א פאלעסטינער הערט ווי א חסיד'ישער איד זאגט ער שטיצט פאלעסטינער, גייט דאס אים אויפרייצן צו טעראר?


דיסקלעימער: די אלע רעפרעזענטירן נישט מיין מיינונג, נטורי קרתא, די ציונים, מיין רב, ביידן, טראמפ, און מיין ווייב.

נשלח: דאנערשטאג מאי 13, 2021 3:20 pm
דורך רביה''ק זי''ע
די פוינט איז נישט צו ס׳פאראורזאכט פאקטיש טעראר צו נישט, די פוינט איז אז אין זיין קאפ וואו די גאנצע וועלט שטייט געשפאנט אויסצוהערן זיינע פערל רייד וואלט ער געמעגט טראכטן וועגן די אימפליקעשנס פון זיין אויסבראך.

נשלח: דאנערשטאג מאי 13, 2021 3:32 pm
דורך גאלד
נו וואס קלערסטו די ערגסטע אומפליקעישן איז? כ'עגרי אז לא זו הדרך, אבער כזעה נישט על מה יצא הקצף, ס'דא גענוג עלעמענטן זיך צו רעגן וואס מאכן זיכער שאדן פאר אידן, זיי זענען נישט די פראבלעם דא,

נשלח: דאנערשטאג מאי 13, 2021 3:39 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אפילו אין זיין קרומע קאפ וואו נאר אייראפעישע גוים הארכן איהם אויס קענען זיינע רייד אויך האב ווייטגרייכענדע שלעכטע אימפליקעשנס, צ.ב. ס׳קען זיין אז דער מעיאר פון לאנדאן, סאדיק כהאן, (אן אייראפיעישע גוי!) וואס איז אן אראבישע מוסולמענער וועט וואטשן דעם קליפ און איבערגעבן פאר זיינע קאזינס אין עזה אז זיי האבן שטיצע פון די אמעריקאנע אידן און ס׳וועט זיי געבן קוראזש ווייטער אנצוגיין מיט די הייליגע ארבעט.

נשלח: דאנערשטאג מאי 13, 2021 3:52 pm
דורך רביה''ק זי''ע
יעקב מעקסוועל האט געשריבן:אויב אונז קענען נישט טראכטן נואנסד, וויאזוי קענען אונז פארלאנגען פון אנדערע צו פארשטיין דקות'דיגע חילוקים. אויב דו האסט נישט קיין סימפאטיע פאר צובראכענע פאלעסטינער וועגן עס איז דא טעראריסטען, קענסטו נישט האבן קיין טענות ווען קארטעז וויל נאר פארדאמען מדינת ישראל ווייל זיי טוען עוולות.

אין טעאריע זאגסטו א גוטע פוינט אבער אין רעליטעט איז נישט דא קיין שום ענין צו האבן סימפאטיע מיט זיי, ווען אידן האבן געוואוינט אין אראבישע מדינות האבן זיי אויך נישט געלעקט קיין האניג. כ׳מיין די גאנצע סיבה פארוואס ס׳דא ספרדישע אידן אין ארץ ישראל היינט צוטאגס איז דאך נאר ווייל די אראבער האבן זיי ארויסגעווארפן בשן ועין זענען זיי ארויף אויף ארץ ישראל און ארויסגעווארפן די אראבער ושלום על ישמעאל, ס׳נישט קיין חכמה צו באראבעווען מענטשן און נאכדעם קומען פארלאנגען גערעכטיקייט ווען די באראבעוועטע קומען צוריק אפנעמען וואס קומט זיי. מיט אכציג יאר צוריק האבן אונז איינגענומען און יעצט איז די צייט פאר זיי איינצונעמען, און אז די פאלעסטינער מוסולמענער האבן טענות אז מ׳בארויבט זיי זייערע רעכטן זאלן זיי קודם צוריקגעבן די נכסים וואס זייערע עלטערן האבן בארויבט פון אונזערע עלטערן און נאכדעם וועט מען רעדן. מ׳קען בעטן מיט שיינעם אז פאר׳ן טובת הכלל איז בעסער אז מ׳זאל פארגעסן די אלטע עבירות און אנפאנגען פון פריש אבער פארלאנגען ״גערעכטיגקייט״ איז ממש נישט אין פלאץ.

נשלח: דאנערשטאג מאי 13, 2021 3:55 pm
דורך גאלד
אדער אהער אהין, איין מינוט זאגסטו אז קיינער הערט זיי נישט אויס, (וואס מאכט סענס), א מינוט שפעטער זאגסטו אז מ'הערט זיי יא אויס אבער דוקא לרעה, זעהסט נישט דא א גראבע בייעס,